בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 6:21 pm
דורך ישמעאל הכהן
ווער האט ערוועקט דיין ערוועקער
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:05 pm
דורך קאפקעיק
געווען אמאל א איד, געוואוינט אין וויליאמסבורג, זיך שטארק געמוטשעט חתונה צו מאכן, פרייטאג צו נאכטס שבת נחמו פאלט עם איין: איך בין דאך געבליבן אין שטאט פאר א סיבה... ער האט געהאט א שכן וואס איז ווערט געווען אפאר מיליאן, מה עשה הקב"ה, ער גנב'ט זיך אריין ביים שכן, און נישט מער נישט ווייניגער, דער שכן איז אינדערהיים!!! ער ווערט גרין און בלוי, זאגט עם דער שכן: נעם וואס די ווילסט, אבער מיט איין תנאי, אז די פארציילסט קיינעם נישט אז איך בין דא געבליבן שבת נחמו...
נחמו אין די שיינע שטילע שטאט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:19 pm
דורך Kool man
לידיעה בעלמא, פון מיינע שענסטע שבת נחמו'ס זענען געוועזען ווען איך בין פארבליבען אין שטאט, א מין רוהיגקייט און שלוות הנפש, פלאץ זיך צו רירען אומעטום, אין שוהל, אין מקוה, אין די געשעפטען, כ'אב געקענט שפאנצירען שבת נאכמיטאג אינמיטען גאדער, ווען דר'עולם זאל נאר באקומען שכל און מאכען די ריכטיגע טשויס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 7:11 am
דורך פלעין יודיש
מסזתמא האסטו אויך געקענט טראגן מיט די עירוב רוהיגערהייט יענע וואך
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:49 pm
דורך קאפקעיק
פלעין יודיש האט געשריבן:מסזתמא האסטו אויך געקענט טראגן מיט די עירוב רוהיגערהייט יענע וואך
שא... זאג נישט אויס, דעי חברה גייען קומען צילויפן אויף פיר...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 8:03 am
דורך איחוד פעלד
ווען איז די קאצערט אויף די שיף, ווייסט איינער?
שבת נחמו קארלבאך סטייל
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 2:19 am
דורך פליקער
שבת נחמו קארלבאך סטייל
איך האב דורך געלעיבט די דריי וואכן, זיך דעפרעסירט אויף אלע סארט ספירה מוזיק, אזש אז איך בין שוין געווארן אזוי צידריקט אז מיין נשמה האט שוין נישט געהאט פון ווי ארויסציגיין מער, מיינע ניין טעיג פון עסן עגפלעינט פאמעזשאן מיט פלאנדער, אלעס אן א שויער, פון דעים רעד איך שוין נישט, ענדיג צי מיט תשעה באב די זיצען און קלאגן אויפן חרבן, דארט ווער איך שוין אביסל מינטער, ווייל איך שפיר שוין די ענדע,
אבער צי מיין באדויער זיץ איך ביי מלווה מלכה, די פייערלעך שפריצען פינקען, אבער פאר א גיט יאר פאר וואס נאכאמאל מיט גם כי אלך בגי פון קארלעבאך, אלע שפילען מיט די געטארס, יעדע ראצער וואס איז נאך נאס ביי די אויגן, מיט א רינעדיגע נאז, האלט אז ער איז דער מאלע מקום פון שלמה'לע, און מען מיטשעט דעים געטאר עד שבאו תלמידיהם אז עס איז שוין באלד זמן קרישמע, מען שאקעלט זיך פון זייט צי זייט, מען גלייזט מיט די אויגן, מען לייגט זיך אריין און אזא העכערע מדריגה, און מען גרעבעכצט ארויס אלע טרויריגע ניגונים פאר שעות לאנג, אלעס האט דאך א גבול, וויפיל איז דער שיעור, איך בין נאך געדעמישט פון די לאנגע דריי וואכן, גיב מיר א ברעך, זינג ותן בנו מיט אנא אנא עבדא, אדער עפעס א נארמאלע זינג, מאך כאטש א הפסקה פון עטליכע מיניט פאר נייערע ניגונים פון מב"ד מיט אברהם, איידער מיינע נערווען גייען לאיבוד פאר אייביג.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:44 pm
דורך שמעקעדיג
וואו גייט מען דאס יאר?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 3:42 pm
דורך שמעון וואלף
שוין אביסול שפעט. איך הער אז די אלע שבתון'ס זענען שוין פאלי בוקט, חוץ ערכים אין קאנעטיקעט.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:43 pm
דורך למדן
ס' דא געיגענט וויליאמסבורג צווישן בארא פארק, פלעטבוש, און קווינס, וואס ציט מאסן טוריסטן א גאנץ יאהר , א גאצע וואך און בעיקר דורך די וויקענד. ס' מסתמא דא אסאך צו טוהן דארטן, אלע טור גיידס גייען אהין אויב ווילט איהר נישט גיין מיט א טור דאן פאהרט אראפ ליע עוועניא, און נאכדעם גייט יעדער נעמען א בילד ביי דעם היסטארישן בית רחל בילדינג, מאנכע טורס וועלן ארויס לאזן דעם עולם אויף א שפאציר פון וואלדמאנס דריי גודס ביז בית רחל.
אז מ' קומט שוין און די געיגענט איז דא וואס פאהרן צו קיין מאנהעטן ועוד ועוד פרעגט אייך נאך אין האטעל
ס' דא צוויי האטעלן אין די געיגעגנט, אפאר שוהלן נישט ווייט צו וואקן ווי אויך א מקוה
פאר מער אינפאו וועגן שוהלן קוקט
Hotelsnearshuls.com
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:48 pm
דורך מר. קלונימוס
שמעון וואלף האט געשריבן:שוין אביסול שפעט. איך הער אז די אלע שבתון'ס זענען שוין פאלי בוקט, חוץ ערכים אין קאנעטיקעט.
די ווייסט וואס די רעדסט אדער שיסט פון בויך??? ערכים איז פיל בוקט !!!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:51 am
דורך כוכב
מיסטער קאלמיש, זע דאטום
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:26 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו גייט מען דאס יאר?
Re: וואו גייסטע שבת נחמו?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 10:36 am
דורך גראף
סארא מין אפקומעניש דעם וואך. איך מוז פארן אין קאנטרי ווייל איעדער פארט. כ'קען נישט ארבייטען נארמאל און איך קען נישט איין קויפן אלעס און ארויס פארן באצייטענס כדי איל זאל נישט אן קומען ביי דער שקיעה. ס'גייט מיר באמת אויף דער נערווען און פאר מיר איז עס נישט קיין וואקאציע. איי מיין ווייב ענזשוינט עס? זי קאמפלעינט דארט אויך סא פארוואס זאל איך פארן זי קען קאמפלעינען אין שטאט אויך. שוין וואס טוט מען נישט פאר שלום בית.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 3:38 pm
דורך פידלער
גראף האט געשריבן:סארא מין אפקומעניש דעם וואך. איך מוז פארן אין קאנטרי ווייל איעדער פארט. כ'קען נישט ארבייטען נארמאל און איך קען נישט איין קויפן אלעס און ארויס פארן באצייטענס כדי איל זאל נישט אן קומען ביי דער שקיעה. ס'גייט מיר באמת אויף דער נערווען און פאר מיר איז עס נישט קיין וואקאציע. איי מיין ווייב ענזשוינט עס? זי קאמפלעינט דארט אויך סא פארוואס זאל איך פארן זי קען קאמפלעינען אין שטאט אויך. שוין וואס טוט מען נישט פאר שלום בית.
[left]Wow, you sound like a real catch![/left]
Re: וואו גייסטע שבת נחמו?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 3:43 pm
דורך גראף
@פידלער
Thank you. I'll take it as a compliment.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 7:25 pm
דורך דער דאס
ס'בלייבט, אז מ'גייט בעזהשי"ת פראווען א שיינע שבת נחמו, אינדערהיים.
א פרייליכע לעכטיגע שבת!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 7:46 pm
דורך מר. קלונימוס
נאך שייך צו גיין ערגעץ??
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:41 pm
דורך אדונינו
איי איז דאס געווען א שבת צום געדענקן, נישט ארויסגעטרעטן פון דערהיים...