בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 5:37 pm
דורך הדסים
במדבר האט געשריבן:איך האלט שוין אן א סטראפ פון אכט און פערציג טעג, לערנענדיג אראביש אויף דואולינגו, האב איך געפינען דעי אראבישע אלף-בית ניגון זייער אינטערסאנט. (אוריאנטאליסטען עס ווארימט די הארץ)

https://www.youtube.com/watch?v=joaa_H3ejoM

קמץ אלף אה...

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 12:36 pm
דורך גאלד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בכלל האט ארץ ישראל נישט קיין קדושה אן דעם וואס מ'נעמט עס איין, ס'איז אפילו א גאנצע מחלוקת אין גמרא צו דאס אייננעמען דארף זיין על דעת פון גאנץ כלל ישראל צו כיבוש יחיד איז אויך גענוג. אין כלב'ס צייטן עכ"פ איז עס נאכנישט געווען איינגענומען האט עס נישט געהאט די קדושה. הגם די מערת המכפלה האט שוין אברהם אבינו געהאט אפגעקויפט, און מ'קען קלערן צו ס'איז געווען קידשה לשעתה ולעתיד לבא צו נישט, אויב יא קען טאקע זיין אז כלב איז אהינגעגאנגען אלץ די קדושת ארץ ישראל שבו...

וואס אנבאלאנגט היינטיגע צייטן איז דאך באוואוסט וואס בעלזע רב זי"ע האט גע'פסק'נט אז אין אילת זאל מען האלטן נאר איין טאג יום טוב (הגם ס'נישט אין די גרעניצן פון פרשת מטות און אונז פירן זיך דאך ווי דעם ריטב"א אז נאר אין ארץ ישראל האלט מען איין טאג) "ווייל כיבוש איז קונה" כלשה"ק. מ'קען דן זיין צו ער האט עס געזאגט ווייל ער האט אנגענומען אז כיבוש יחיד שמיה כיבוש אדער אפשר האט ער געהאלטן אז א כיבוש פונעם צה"ל האט א דין פון כיבוש רבים, אבער קדושת ארץ ישראל האט עס.



מקור פון דעם בעלזער מעשה ביטע, אויב מעגליך.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 7:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גאלד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס אנבאלאנגט היינטיגע צייטן איז דאך באוואוסט וואס בעלזע רב זי"ע האט גע'פסק'נט אז אין אילת זאל מען האלטן נאר איין טאג יום טוב (הגם ס'נישט אין די גרעניצן פון פרשת מטות און אונז פירן זיך דאך ווי דעם ריטב"א אז נאר אין ארץ ישראל האלט מען איין טאג) "ווייל כיבוש איז קונה" כלשה"ק. מ'קען דן זיין צו ער האט עס געזאגט ווייל ער האט אנגענומען אז כיבוש יחיד שמיה כיבוש אדער אפשר האט ער געהאלטן אז א כיבוש פונעם צה"ל האט א דין פון כיבוש רבים, אבער קדושת ארץ ישראל האט עס.



מקור פון דעם בעלזער מעשה ביטע, אויב מעגליך.

ס'איז א באוואוסטע זאך וואס כ'האב שוין געהערט פון מער פון איינעם, ס'דא איינער רומפלער (א נעפיו פון דער ראש כת השאלים) א שטיקל מחנובקער וואס האט ארויסגעגעבן א ספר אויף הלכות יום טוב, כ'האב נישט געזעהן דעם ספר אבער כ'האב געהערט אז ער ברענגט עס דארט, מן הסתם ברענגט ער עס דארט מיט מער איינצעלהייטן. כ'האב מיך קיינמאל נישט גענומען די מיה עס נאכצוקוקן ווייל כ'האב עס אויך געהערט איש מפי איש פון א משב"ק פונעם רב זי"ע האב איך נישט קיין שום סיבה צו צווייפלען אין די ווארהייט דערפון, אבער אויב איינער טרעפט עס אין יענעם ספר וואלט איך מיך זייער געפריידט עס צו זעהן. יישר כח למפרע.

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2020 10:14 am
דורך במדבר
די בילד הערט נישט אויף צו רעדן...

(מערקטס די אויפשריפטן אויף די וואנט, עס ווינדערט זיך מיר, ווען האט זיך עס געטוישט צו קוויטלעך?)

בילד

בילד גענימען פון ''ביתמונה - תולדות עם ישראל בתמונות''.

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2020 11:53 am
דורך והאיש משה
במדבר האט געשריבן:איך האלט שוין אן א סטראפ פון אכט און פערציג טעג, לערנענדיג אראביש אויף דואולינגו, האב איך געפינען דעי אראבישע אלף-בית ניגון זייער אינטערסאנט. (אוריאנטאליסטען עס ווארימט די הארץ)

https://www.youtube.com/watch?v=joaa_H3ejoM


קודם האב איך הנאה אז מיר וועלן האבן א ידיד וואס רעדט די שפראך, און אז איינער וועט בעדאָרפן פארהאנדלען מיט די חברה וועט זיין צו וועם זיך צו ווענדן...

און אויף די עצם א ב ניגון, די תנועה איז ענליך צו א גערע תנועה אויף כי איך אעלה אל אבי והנער איננו אתי... א חלק פון א יענקל תלמוד ניגון.

כ'האב געהאט א מחשבה אז די הרגש ביים לערנען א' ב' און ווער רעדט נאָך א הייליגער א' ב' ניגון, איז ווייל מיר לערנען דאך נישט קיין א' ב' צו קאָנען א שפראַך חלילה וחס.
מיר לערנען א' ב' אויף צו קאָנען לערנען תורה, צו קאָנען דאווענען, צו רעדן דברים שבקדושה און הייליגער זאכן...
מיר לערנען א' ב': די העיליגע אותיות פון די תורה מיט זעי מען רעדט, מיט זעי מען בעט, מיט זעי דינען מיר אונזער בורא [ווער געדענקט נאך יו"ט עהרליך...]
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן און וויפל געוועין... זאלט איר פון די אותיות כח שעפן און זיי אריין...[אויפן פריפעטשיק....]

אפשר דאס איז אויך די הרגש פון א קינד וואס רעדט ענגליש און לערנט זיך צו אראביש כדי צו זיין אחלק פון איסלם און ער וויל רעדן צו אללא און זיין שפראך :) פילט ער אויך די קדושה און די אותיות און פארגייט אין א מרוגש'דיגע ניגון...
משא"כ סתם ABC

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:52 am
דורך במדבר
איך וואונדער מיר ווען די רמב''ם האט געטראפן צייט פאר ''פאפ-מוזיק'', מעגליך אז ער האט עס געהערט אויפן ראדיו אויפן וועג אהיים פון זיין דאקטערס אפיס, אדער במשך די יאר וואס ער איז געלעגן און בעט נאך זיין ברידער דוד'ס טויט....


'' לעתים קרובות עולה בדמיון ההמון שהרעות בעולם מרובות מן הטובות; עד כדי כך שברבים מנאומי כל האומות ''ובשיריהם'' הם כוללים נושׂא זה ואומרים שהמפליא הוא שיימצא טוב בזמן, ואילו רעות הזמן רבות ותמידיות. אין זאת טעות של ההמון בלבד, אלא גם של מי שטוען שלמד משהו ''(מורה הנבוכים, ג, יב).

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:25 am
דורך במדבר
שטורמט'ס א וועלט, רייסט די הימלען, לרפואת האדם הגדול בענקים, נוח לשמים ולבריות, הרב עדין בן רבקה לאה (שטיינזלץ).

זאגטס א קאפיטל תהילים אדער נעמט זיך אינטער א קבלה טובה.



בילד

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:43 pm
דורך במדבר
איר שטייט אויף שבת אינדערפריה און די טשולנט זעהט אייך אויס צו זיין, פארפלייצט אין איר זאפט און איר ווילט עס מער שטייף און אויסגעקאכט אט האט איר אן פשוט'ע עצה ריקט אראפ אביסעלע די דעקל פון די טעפל און לאזט איר אויסדאמפען און קימט צרוק נאכן דאווענען צו א אידישע טשולנט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:10 pm
דורך במדבר
איך האה נארוואס גענדיגט די קורס ''ארכאלאגיע פון אלט יהודה און ישראל'' פון פראפ' אהרן מאיר אויף edx, איז לכבוד די מאורע האב איך באשלאסן מיר צו קאכן אביסעלע ביבעלישע געקעכצטן ווי: קלי, יחזקאל ברויט (קאשע) און אשישות, די רעצעפטן ווערן געוויזן און לויף פון די קורס דארוך דר' טובה דיקשטיין.

אשישות.

לחם יחזקאל.

קלי.



א ווידיאו וויאזוי טובה און אהרן שטעלן עס צו.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 11:03 am
דורך במדבר
ס'קימט זיך מיר א מזל טוב, נאך עטליכע וואכן שווערע ארבייט האב איך אין א מזל'דיגע שעה איצטער באקריגן א סערטיפיקעט פארן ענדיגן און זיך פארהערן אויף די קורס ביי קארסערע:

[center]''Introduction to Philosophy''[/center]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:20 pm
דורך ונבנתה העיר
מזל טוב, במדבר. קויף זיך אן ארמטשעיר אויף מיין חשבון.

איך האב א ספעציעלע געשמאק אין די שיעורים פון דעיניעל ראבינסאן. ער האט אן אויסגעקנעטענעם היקף, און א געשליפענע שפראך.

צוויי פון זיינע קורסעס געפונען זיך אויף The Great Courses Plus (דארף א סובסקריבשאן). דא האסטו עפעס אויף יו-טוב.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 10:41 pm
דורך במדבר
חברים דא איז די איינציגסטע פלאץ ווי איך קען באקריגן א קלאפ אויפן ריקען פאר מיינע ערייכונגען. איך האב מסיים געווען די קורס

[center]Psychological First Aid[/center]

פארגעלערנט ביי פראפעסער George Everly, Jr., PhD.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 10:58 pm
דורך במדבר
להיכתב בספר דברי הימים לימי הקורונה: מיין שווער גאנץ א פארשטענדליכע איד, האט די פארגענגענע וואך ביים שבת סעודה גערעדט באזארגטערהייט איבער די ''גזירה'' אז מפארלאנגט ''אידישע מוסדות'' פון איבער די גאנצע וועלט צו פארשפארן: ''סאיז א שעת השמד פונקט ווי אינטער די יוונים מ'דארף זיך מוסר נפש זיין''... וואס מיינט די שווער מוסר נפש זיין, זיי צילן דען דירעקט די אידען? ''וואס הייסט אלעס מיינט מען אינז, איך האב געזען די רבי שרייבט דעי וואך אז''... וואס הייסט די שווער האלט אז מ'דארף גיבן די לעבן???... ''אודאי איך ווייס נישט אויב איך וועל עומד בנסיון זיין אבער מזעט קלאר אז זייער עיקר ציל איז צו עוקר זיין אינזער חינוך''..... ''נו זיי די מיר מסביר וואס איז עס אנדערשט ווי די גזירת היוונים?! איך מיין סאיז זייער פשוט אז איעדע איד האט א חיוב זיך מוסר נפש צו זיין''........................................................

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 11:51 pm
דורך דוראק
ס'איז טאַקע ניט קיין גזירת היוונים, אָָבער איר האָט אַ ספק אַז געוויסע מענטשן מאַכן די אידן אַ שעיר לעזאזל בכדי מיט דערויף אָפּקומען פאַר זײער שלעכטער פירערשאַפט אין דער קאָראָנע צײט?

מיר איז עס עכ״פ קיין ספק ניט.

Re: מכל הבא ליד. וואס @במדבר האט געטראפן אינטערסאנט מיטצוטיי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:33 am
דורך קנדה
מען דארף אראפקוקן דעם גוי און אויכעט גלייבן אז עשיו שונא ליעקב ( בעסער געזאגט יעקב שונא לעשיו) און אפילו זיי מיינען נישט יעצט שלעכט דארף מען גלייבן אז זיי אז באניץ מיינען זיי שלעכט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

Re: מכל הבא ליד. וואס @במדבר האט געטראפן אינטערסאנט מיטצוטיי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:50 am
דורך פאליטיקאנט
במדבר האט געשריבן:חברים דא איז די איינציגסטע פלאץ ווי איך קען באקריגן א קלאפ אויפן ריקען פאר מיינע ערייכונגען. איך האב מסיים געווען די קורס

[center]Psychological First Aid[/center]

פארגעלערנט ביי פראפעסער George Everly, Jr., PhD.
ווילאנג האט עס דיר גענומען אין טאטעל?

וויפיל שעה איז די גאנצע קורס?

Re: מכל הבא ליד. וואס @במדבר האט געטראפן אינטערסאנט מיטצוטיי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:04 am
דורך קנדה
Congratulations
איךַ האב עס עס אויך געהאט גענומען אין די זומער צייט פונקט די course נאר דאס האב איך
געענדיגט אינגאנצן מיט די פארהער אבער די certificate קאסט סתם געלט נאך איינס האב איך כמעט אינגאנצן געענדיגט עפעס וועגן העפינעס סטאדיס און סטאטיסטיקס וואס מאכט א מענטש באמת פריילעך

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:13 am
דורך במדבר
פאליטיקאנט האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:חברים דא איז די איינציגסטע פלאץ ווי איך קען באקריגן א קלאפ אויפן ריקען פאר מיינע ערייכונגען. איך האב מסיים געווען די קורס

[center]Psychological First Aid[/center]

פארגעלערנט ביי פראפעסער George Everly, Jr., PhD.
ווילאנג האט עס דיר גענומען אין טאטעל?

וויפיל שעה איז די גאנצע קורס?


עס נעמט נישט מער ווי זעקס שעה, און איר ברויכט נישט האבן קיין שום פריעדיגע באקאנשאפט. (פאר מער פרטים קליקט די לינק)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:23 am
דורך במדבר
דער יידיש-ליגע האט ארופגעשטעלט אויף זייערע יו-טיוב קאנאל:

שלום־עליכמס חנעוודיקער סוכּות־דערציילונג „דער אתרוג“, פֿאָרגעלײענט פֿון גיטל שעכטער־װישװאַנאַט.

https://www.youtube.com/watch?v=ZTB6Bqa6k9g&ab_channel=LeagueforYiddish

די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע (The Declaration of Independence) אויף יידיש.

https://www.youtube.com/watch?v=E261jcZvic4&t=45s&ab_channel=LeagueforYiddish

אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַטס דראַמאַטישער פֿאָרלייענונג פֿונעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַן אויטאָריזירטער איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין“ אויפֿן טיטל „דאָס ייִנגל וואָס האָט איבערגעלעבט“. כאָטש אַרעלע לייענט אין זײַן היימישן דרום־מיזרח־ייִדיש קענט איר דאָ אויך הערן בײַ די פֿאַרשידענע פּערזאָנען (למשל, בײַ העגריד און דער פּראָפֿעסאָרשע מאַקגאָניגל) אַנדערע ייִדישע דיאַלעקטן. לייענט מיט מיטן ייִדישן באַנד (אויב איר האָט זיך שוין אײַנגעשאַפֿן אַן עקזעמפּלאַר) אָדער מיטן ענגלישן באַנד, אָדער סתּם מיט די אויערן!

https://www.youtube.com/watch?v=6_fB0ZsjpgE&t=2076s&ab_channel=LeagueforYiddish

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 12:21 pm
דורך במדבר
היטלער ביים שארפן זיין רעטארישע דעמאגאגישע מעגליכקייטן און פארענט פון א שפיגל - 1925.
(קרעדיט https://imgur.com/gdSs0Ov)

בילד

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 3:50 pm
דורך במדבר
יוסעלע ראזענבלאט ביים באזיכן טשארלי טשאפלען (האליוואד 1927).

ביי דעם באזיך זאל טשארלי האבן געזאגט פאר יוסעלע:


בילד

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 4:03 pm
דורך אלע צוזאמען
berlbalaguleh האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל: איך בין מסכים מיט דיר: די מעשה קלינגט נישט צו זיין אמת...! ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל מיט זיינע מידות אצילות און מיט זיין אוועקשטיין פון פאליטיק און ווילדע שטיק מלובש אין קנאות איז אויך געווען באוואוסטזיניג צו א חילוק פון ר' שמעון בר יוחאי און טעאדאר הערצל. אויך אין א חילוק פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק זצ"ל און טעאדאר הערצל...!

ער האט אים נישט געשיקט צו הרצל,ער האט אים געהייסן גיין צו די חיילים וואס ליגן אויף הר הרצל, וואס יעדער פון זיי איז א קדוש פארן געהארגעט ווערן פארן זיין א יוד.

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 5:40 am
דורך [NAMELESS]
y y y במדבר יעצט געזעהן צום ערשטן מאל דיין אשכול, אין עס דורכגעליינט אין איין אטעם. א נישט נארמאלע גוטע ליקוט. די דארפסט אנהייבן ארויסצוקומען מיט ספרים