בלאט 3 פון 3

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:32 pm
דורך berlbalaguleh
איין יאר ביי כ"א כסליו איז געווען א מעידזשאר פלאפ ווען מ'האט מכבד געווען סענאטאר שומער צו רעדן און ער האט פארציילט וואס ער האט אלץ אויפגעטון לטובת די מדינה איזראעל. א וואונדער אז מ'האט איהם געלאזט ענדיגן זיין דרשה...!

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 11:21 pm
דורך אקטיווע שרייבער
האי פרושא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:18 pm איך האב געהערט פון חבירים פון די ארונישע לאגער אז פישער די ציפער פון ר' אהרן האט עס אנגעדרייט נאכן באקומען אביסל טאשן געלט פון די דשיהאדיסטישע קאסע

אדרבה אויב איינער קען אפפרעגן אדער האט מער פרטים זאל אריינקומען.
אלעס דארט גייט צו אויף דעם פארנעם

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:23 am
דורך אסטראלאג
קא משמע לן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:44 pm
חובב ציון האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm ס'קומט אריין די נייעס אז קהילת סאטמאר האט באשטעלט דעם בעל מנגן ר' אבדול-אהמאד אל-מוחמד הי"ו פאר'ן מעמד יובל החמישים מוצ"ש וישלח צוליב וואס עס איז נישט געפונען געווארן א אנדערן זינגער וואס שטיצט נישט מדינת ישראל אחוץ אים..
זיי קענען נעמען מהרי"ד ווייס צו זינגען. ער האט גאר א געשמאקע שטימע און זינגט מיט א מורא'דיגע לעבעדיגקייט.
אלס זיין פערזענליכע עניבות, גלייב איך איז ער שוין מסכים.
אבער איך האלט נישט אז ס'פאסט.
פאר קידוש שמו יתברך וועט ער מעורר זיין, און אפילו זינגען, אבער איבריגענס קומט נישט מהרי"ד ווייס שליט"א דארט אריין כמובן.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 11:44 am
דורך דערהויבענע איד
פון איינע פון די וואטסאפפ גרופעס:


מפנה דרמטי:
ראשי קהילת סאטמאר התקבצו לפגישה חירום עם הבדחן צפני קליין, היחיד בתעשייה שלא התפלל ליד דגל ישראל ולא רקד עם חיילי צה"ל. "ואפילו לא קשר ציצית לחיילי צה"ל, למרות שהוא ידוע כמומחה בתחום קשירת הציצית".

הדיונים התנהלו בנוגע לחגיגת כ״א כסלו, שבהם מצאו את עצמם ללא אמנים אחרי שהאחרון בקו, מר משה ברקוביץ מדנוור קאלאראדו , פרסם גם הודעה בוואצאפ על המצב הביטחוני בארץ.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:23 am אלס זיין פערזענליכע עניבות, גלייב איך איז ער שוין מסכים.
אבער איך האלט נישט אז ס'פאסט.
פאר קידוש שמו יתברך וועט ער מעורר זיין, און אפילו זינגען, אבער איבריגענס קומט נישט מהרי"ד ווייס שליט"א דארט אריין כמובן.

הרה"ג ר' אסטראלאג שליט"א: דו ווייסט וואס עניבות מיינט אויף די שפה הטמאה (די שפראך פון החומה און נטורי קרתא)? נעקטייס! דו ווילסט זיכער זאגן ענווה/עניוות. אונז אלע וויייסן וואספארא גאון דו ביסט. אבער אן ערליכער פאלעסטינער ביסטו יא. 'דערהיים האט מען דאס אנגערופן... א פרומער עם הארץ...!

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:29 pm
דורך גאנצל
אין פאקט רעד ער ריין ציונות - מסתמא מפני חוסר ידיעה-

צו די רומער איז אמת ווייס איך ניקס אבער די פאום/פאזיע אדער ווי אזוי עס דארף צו הייסן איז הייס צינות

האלט פייער האלט פייער, די ציונים זענען די גאנצע אנדרייער, א גלות איד א געטרייער, רעדט נישט אזוי און אויב יא שפילט ער מיט פייער

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:33 pm
דורך בעל אחריות
גאנצל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:29 pm אין פאקט רעד ער ריין ציונות - מסתמא מפני חוסר ידיעה-

צו די רומער איז אמת ווייס איך ניקס אבער די פאום/פאזיע אדער ווי אזוי עס דארף צו הייסן איז הייס צינות

האלט פייער האלט פייער, די ציונים זענען די גאנצע אנדרייער, א גלות איד א געטרייער, רעדט נישט אזוי און אויב יא שפילט ער מיט פייער
אפשר ווייזטו אן וועלכע ווארט אדער ווערטער איז ציונות?

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:07 pm
דורך ערנסטגערעדט
בעל אחריות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:33 pm
גאנצל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:29 pm אין פאקט רעד ער ריין ציונות - מסתמא מפני חוסר ידיעה-

צו די רומער איז אמת ווייס איך ניקס אבער די פאום/פאזיע אדער ווי אזוי עס דארף צו הייסן איז הייס צינות

האלט פייער האלט פייער, די ציונים זענען די גאנצע אנדרייער, א גלות איד א געטרייער, רעדט נישט אזוי און אויב יא שפילט ער מיט פייער
אפשר ווייזטו אן וועלכע ווארט אדער ווערטער איז ציונות?
אין סאטמאר איז דא זייער א דעליקאט ליניע וואס ווי נאר איינער קומט ד׳ אמות נעבן דעם הייבט מען אן שרייען שגץ ארויס
די זיסע זאך איז נאך וואס כפירה האט שוין מער נישט קיין משמעותדיגע באדייט , וויבאלד יעדע צווייטע איד וואס האלט נישט ווי זיי איז א כופר בעיקר איז שיין צו זען ווי די פרומערע שרייען אויף ר׳ זלמן לייב ארור המן און פון גרעסטע כופרים וויבאלד ער האט זיי אראפגעריסן

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:23 am
דורך berlbalaguleh
ערנסטגערעדט: די "פרומערע". איך בין זיכער אז זיי עקזיסטירן זענען אבער אקעגן די "שיטה" פון מעינסטריעם סאטמאר. אזוי ווי מהרז"ל שליט"א האט עס איבערגעגעבן. אט די גרופס זענען אייביג געווען אין סאטמאר. נאר מיט אנדערע נעמען. מ'האט זיי אמאל גערופן ..."שפיגל ברעכערס".

בעיני ראיתי. ווען סאטמאר ביהמ"ד ראדני איז נאך געווען גאנץ ניי. אין די (גלאז) טיר צווישן פאליש און ביהמ"ד איז געווען א ליסט פון (בערך) 10 ברואים וואס מ'האט זיי פארבאטן איבערצוטרעטן די שוועל. מ'האט זיי אויך אנגערופן די "שווארצע"...!

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 3:54 am
דורך גאנצל
די עצם זיך שטעלן דער איד ווס כאמאס דאס טייטש ככל הגוים בית ישראל איך בין א מיליטער דו ביסט א מיליטער איז הערצלס טמאנע רעיון

דאס טייטשט אראפגעווארפן עול הגלות

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:40 am
דורך אכילת פרס
גאנצל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 3:54 am די עצם זיך שטעלן דער איד ווס כאמאס דאס טייטש ככל הגוים בית ישראל איך בין א מיליטער דו ביסט א מיליטער איז הערצלס טמאנע רעיון

דאס טייטשט אראפגעווארפן עול הגלות
ער האט ס"ה ארויסגעברענגט די נידריגקייט פון כאמאס זינלאזע וויינערייען מיט רחמנות פרצופים, אינדערצייט ווען זיי האבן אדורכגעפירט אזא געמיינער און ברוטאלער אקציע וואס האט אויפגעשוידערט די קאלטבלוטיגסטע הארץ.

עפעס וואס יעדער ערליכער הייליגער איד, און איינער וואס פארמאגט כאטש א פינטל שכל אין קאפ, שפירט און האלט!

דאס ארויפשפרינגען אויף זייטיגע מסקנות אז עס קען זיין משמע אז ער שפירט זיך איינזייטיג מיט די ציונים, איז א טענה וואס קען בארעכטיגן נאר אז מ'זאל פאדערן פון מאטי'ן ער זאל ארויסקומען ברבים מיט אן ערקלערונג אז ער מיינט נישט צו בארימען ציונות. אזוי ווי ווען מלכות קווייער (מיט זייערע סאטמארע מיטגלידער) האט געזינגען פאר ביבי נתניהו, האט מען זיך באגענונגט מיט אן אפיציעלע אנטשולדיגונג, אזוי ווי אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים פירן זיך אויף. מ'רצח'עט נישט א איד וועגן אן איינמאליגער אומדירעקטער עבירה.

יא, איינער קען זיך אמאל פאררעדן, אבער מ'קען אויך תשובה טון. אפגערעדט אז דא איז עס בלויז א זייטיגער אומדירעקטער משמעות, וואס מאטי האט זיכער נישט געזוכט צו אדרעסירן.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:46 am
דורך אסטראלאג
מיר האלטן נישט אז מאטי אילאוויטש איז דווקא אנגעשטעקט מיט מינות ואפיקורסוס, און גוט אז ער האט דאס פארמעקט פון זיינע סאציאלע מידיע'ס.
שיין וואלט געווען ווען ער שטעלט צוזאם א שטיקל גראם איבער די ציוניסטישע מפלות וכו', כאטש מיט אזויפיל געשמאק וואו די ציוניסטישע ווידעאוס ה"י

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 1:04 pm
דורך אכילת פרס
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:46 am מיר האלטן נישט אז מאטי אילאוויטש איז דווקא אנגעשטעקט מיט מינות ואפיקורסוס, און גוט אז ער האט דאס פארמעקט פון זיינע סאציאלע מידיע'ס.
שיין וואלט געווען ווען ער שטעלט צוזאם א שטיקל גראם איבער די ציוניסטישע מפלות וכו', כאטש מיט אזויפיל געשמאק וואו די ציוניסטישע ווידעאוס ה"י
הא, ער האט עס פארמעקט? נישט געוויסט דערפון. און איינער וואגט זיך נאך צו האבן טענות? כ'פארשטיי באמת נישט.

ער האט נישט ארויסגעבן א ציוני'סטישע ווידיא, און זיכער נישט מיט א ציוניסטישער געשמאק, אפשר א זייטיגער משמעות. און מאכן יעצט גראמען איבער די מפלה, בשעת עס האט ליידער אפגעקאסט אזויפיל נפשות, זעט אים לכאו' נישט אויס אין פלאץ, לכאו'...

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
אכילת פרס: וואס פארשטייסטו נישט? אסטראלאג און די וועלכע שטייען אונטער איהם זענען געשוואלענע עמי הארצים (ישראל דויד ווייס ודומיו). זיי מיינען א ס'איז דער רצון ה' אז די פארשאלטענע אראבישע רוצחים זאללן פארגיסן אידיש בלוט. זיי מיינען אז ביום צר וועט זיי ביישטיין דער "זכות" אז זיי האבן מיטגעהאלטן מיט די רוצחים פון אידן. די נאציס, ימ"ש האבן נישט געמאכט קיין חילוק פון איין איד צום צווייטן. זיי האבן אריינגעלייגט די גרעסטע צדיקים און קנאים אין זעלבן גאז קאמער און קרעמאטאריום מיט די גרעסטע ציונים...!

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:34 am
דורך Nanach
מיינע צוויי סענט: אזעלכע זאכן גייט נישט באנקראטירן אזא סטאר ווי מאטי אילאוויטש, ס״ה וועט עס אים און אזעלכע ווי אים אוועק שטיפן פון סאטמער

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 7:43 am
דורך מן הסתם
Nanach האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:34 am מיינע צוויי סענט: אזעלכע זאכן גייט נישט באנקראטירן אזא סטאר ווי מאטי אילאוויטש, ס״ה וועט עס אים און אזעלכע ווי אים אוועק שטיפן פון סאטמער

קאן זיין, אבער כ'גלייב אז ער זוכט נישט אוועקגעשטיפט צו ווערן, סאטמאר איז ווי נישט ווי א ריזיגער פאלק און גאנץ א שיינע באזע פון קאסטומער'ס און "פאטענציעלע קאסטומערס", קיינער זוכט זיך נישט דעם כבוד פון ווערן אוועקגעשטיפט..

דאס איז די מהלך פון סאנקציעס..

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 9:42 am
דורך Nanach
איך גלייב אז רוב סאטמערע וועלן זיך נישט אפהאלטן פון אים נעמען (אזוי ווי מען פארט קיין א"י וכו')

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:19 am
דורך אקטיווע שרייבער
מן הסתם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 7:43 am קאן זיין, אבער כ'גלייב אז ער זוכט נישט אוועקגעשטיפט צו ווערן, סאטמאר איז ווי נישט ווי א ריזיגער פאלק און גאנץ א שיינע באזע פון קאסטומער'ס און "פאטענציעלע קאסטומערס", קיינער זוכט זיך נישט דעם כבוד פון ווערן אוועקגעשטיפט..

דאס איז די מהלך פון סאנקציעס..

קיינער גייט זיך נישט אפשטעלן אים צו רופן ווייל שמואל שלמה טעללער לאזט נישט…..

און ווארט נאר ווארט.. ביים נעקסטן דינער וועט ער געהעריג גראמען כאילו לא היה… זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם ארום צו חוש'ן מיט זייער ציבור…