בלאט 3 פון 4
נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 10:22 am
דורך יידל
נולד מאוחר האט געשריבן:יידל פארוואס דארפסט מודה זיין אז קאנשעס איז א העכרע זאך, אויב סאיז א פאנקשען פינעם מוח ? און וואס לייגט דע נשמה צי צים פאנקשען פונעם מענטש?
איך דארף נישט 'מודה' זיין. איך האלט אז עס איז מער מסתבר צו זאגן אז עס איז דא עפעס העכער דערין. דאס מיינט אבער נישט אז די העכערס ארבעט דורך כעמישע רעאקציעס. רוחני איז מלובש בגשמי.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 8:14 pm
דורך berlbalaguleh
ממי_שאמרו האט געשריבן:יא. פארדעם ווען מ'מאכט פאר א מענטש היפנאזיע קען ער זאגן זאכן וואס ער אליינס געדענקט נישט.
אדער וואס דער היפנאטיזירער וויל ער זאל זאגן. ווייל זיין מח און רצון פאללן אונטער די קאנטראל פונ'ם היפנאטיזירער.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:15 pm
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:יאיר, כ'בין נישט מסכים צו וואס דו זאגסט. *וויאזוי* קאנשעסנעס ארבעט, האט נישט קיין שייכות מיט *וואס* קאנשעסנעס מיינט. אפילו אויב קאנשעסנעס איז א דירעקטע רעזולטאט פון כעמישע פארבינדוגען אין מוח, איז דער 'איך' נישט קיין דמיון נאר א ריכטיגער איך, וואס באציעט זיך צו אלעס וואס דער מוח אינדעטיפיצירט אלס 'איך'.
ר' יידל, עס טוט מיר לייד דיר צו מודיע זיין אז דו הויבסט נישט אן צו זיין א מאטעריאליסט, מיר זאגן ביידע די זעלבע זאך אין אנדערע ווערטער

.
פונדעסטוועגן, זע איך אין דיינע פריערדיגע תגובות זאצן וואס קומען יא פון מאטעריאליזם, בין איך שוין אינגאנצן צומישט וואס דיין שטעלונג איז אין דעם ענין

.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:21 pm
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר קענסט מסביר זיין די חיליק פון אן אמתע איך ביז א נישט אמתע איך אן ניצן דימיון פאר די נישט אמת'ע איך?
איך כאפ נישט וואס הייסט אמת'ע איך. אויב די מויל וואס רעדט , אויגן וואס זעען , זענען מחובר צים מוח וואס איז קאנטשעס,וואס איז נישט אמת מיט אזא איך?
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט. דער מאטעריאליסט האלט אז דער מוח האט א תכונה וואס מיר רופן קאנשעסנעס, וואס איז נישט אנדערש ווי סיי וועלכע תכונה פון יעדע סארט מאטעריאל אויף דער וועלט, עס איז גארנישט ספעציעל דערמיט. דאס מיינט א פאלשע 'איך'.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 5:20 am
דורך מאטי
לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לולקע-ציבעך האט געשריבן:זאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...
קען זיין. "אינפארמאציע" איז עפעס. וואס איז דאס אבער "נשמה"?
אויב פארשטייסט נישט וואס נשמה איז און וויאזוי סמאכט דעם איך קענסטו פרעגן אויף יעדע זאך פונעם גאנצען יקום.
למשל
פארוואס איז די סאלאט געזאלצן
ווייל סהאט זאלץ
פארוואס מאכט זאלץ געזאלצן
ווייל סהאט קלארייד
פארוואס מאכט קלארייד א געזאלצענע טעם וכו. וכו. ביז מקומט אן צו ״גאט האט אזוי געוואלט״(ביי אונז יודן)
די נעקסטע שאלה איז ............................יא!
דעריבער אויב הרב יאנקל שליטא האט מסביר געווען -אויפן צד אז דער איך איז נישט קיין גשמיותדיגער- אז סאיז עפעס א העכערער נישט ממשותדיגער כח איז דער בעסטער הסבר נאכדעם..נשמה.
פארשטייט זיך ווייל גאט וויל אזוי....
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:32 am
דורך יידל
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר קענסט מסביר זיין די חיליק פון אן אמתע איך ביז א נישט אמתע איך אן ניצן דימיון פאר די נישט אמת'ע איך?
איך כאפ נישט וואס הייסט אמת'ע איך. אויב די מויל וואס רעדט , אויגן וואס זעען , זענען מחובר צים מוח וואס איז קאנטשעס,וואס איז נישט אמת מיט אזא איך?
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט. דער מאטעריאליסט האלט אז דער מוח האט א תכונה וואס מיר רופן קאנשעסנעס, וואס איז נישט אנדערש ווי סיי וועלכע תכונה פון יעדע סארט מאטעריאל אויף דער וועלט, עס איז גארנישט ספעציעל דערמיט. דאס מיינט א פאלשע 'איך'.
דאס איז א נאנ-סיקוויטער. פארוואס איז דאס אז עס איז נישט 'ספעציעל', גורם אז עס זאל זיין פאלש? א קאמפיוטער איז נישט מער ווי עלעקטראנישע סיגנאלן. וועסטו זאגן אז דערפאר איז נישטא אזא מציאות ווי דער קאמפיוטער, עס איז נישט מער ווי א דמיון עס איז סך הכל א צוזאמווארפעניש פון אייזן און פלאסטיק?
בכלל, דאס אז דער באשעפער נוצט די מאטעריאלן פונעם בריאה צו פארמירן די נשמה/נפש מאכט דעם נשמה/נפש אויס 'ספעציעל'? פונקט פארקערט, אזוי ווי כ'האב געברענט בשם הרב ש"ר הירש אויף עוואלוציע, קען מען נתפעל ווערן פון גאט'ס שעפערישן באשאף אז מיט די זעלבע פאר עלעמענטן האט ער באשאפן סיי וואסער און זאמד, און סיי דעם נשמה שבמוח!
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:40 pm
דורך יאיר
איז די דעה פון מאטעריאליסטן-וויסנשאפטלער שטייט פאר א טעסט אדער די דעה פון די ספיריטואליסטן?
איך פערזענליך קלער אז ביידע שטייען נישט פאר א טעסט, ווייל אפילו אויב מ'וועט יא באווייזן צו באשאפן א מענטש, ווער זאגט אז גאט האט מחליט געווען צו אריינלייגן באוואוסטזיין דוקא אין א מאשין פון פלייש און בלוט, אפשר איז ער אויך גרייט צו אינוועסטירן אין פלאסטיק און סיליקאן?
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:47 pm
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:דאס איז א נאנ-סיקוויטער. פארוואס איז דאס אז עס איז נישט 'ספעציעל', גורם אז עס זאל זיין פאלש? א קאמפיוטער איז נישט מער ווי עלעקטראנישע סיגנאלן. וועסטו זאגן אז דערפאר איז נישטא אזא מציאות ווי דער קאמפיוטער, עס איז נישט מער ווי א דמיון עס איז סך הכל א צוזאמווארפעניש פון אייזן און פלאסטיק?
נאכאמאל, כ'האב נישט געזאגט אז קאנשעסנעס איז פאלש, נאר אז דער
איך איז פאלש. דאס וואס דער מענטש פילט ווי 'ער' נוצט זיין שכל איז א פשוטער דמיון, ווייל קאנשעסנעס איז נישט מער ווי א תכונה אינ'ם מענטשליכן גוף. אזוי ווי דו וועסט נישט זאגן אז דער קאמפיוטער נוצט די סיליקאן צו אויסרעכענען חשבונות, נאר ענדערש אז דער תכונה פון אזא סארט סיליקאן איז אז עס קען אויסרעכענען חשבונות. (גראדע אויף דעם קען מען אויך מחולק זיין, אבער קודם לאמיר סעטלען דעם מענטש).
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:57 pm
דורך יאיר
אהא. איך כאפ נאר נישט פארוואס דאס וואס יעדער מענטש קען פראדוצירן א באוואוסטזיניגער מענטש דורך א גאר גרינגע פעולה שטערט דיר נישט פאר דיין הנחה אז באוואוסטזיין איז געטליך, אבער ווען וויסנשאפטלער פראדוצירן א מענטש נאך גרויס מיה און פלאג, דארטן פארלירסטו פלוצלינג דיינע פסיכאלאגיע ראיות אז באוואוסטזיין איז געטליך. אויב וועלן סייענטיסטן באשאפן א מאשין-מענטש, וועט ער דאך האבן די זעלבע קאנשעסנעס ווי אונז, און דו וועסט האבן די זעלבע פסיכאלאגישע ראיות אז דער מאשין-מענטש איז געטליך.
אגב, אויב מען וועט טרעפן עליענס אויף מארס וואס זענען באוואוסטזיניג, וועט דיר דאס שטערן דיין הנחה איז באוואסטזיין איז געטליך?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:58 am
דורך לולקע-ציבעך
moti107 האט געשריבן:לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לולקע-ציבעך האט געשריבן:זאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...
קען זיין. "אינפארמאציע" איז עפעס. וואס איז דאס אבער "נשמה"?
אויב פארשטייסט נישט וואס נשמה איז און וויאזוי סמאכט דעם איך קענסטו פרעגן אויף יעדע זאך פונעם גאנצען יקום.
למשל
פארוואס איז די סאלאט געזאלצן
ווייל סהאט זאלץ
פארוואס מאכט זאלץ געזאלצן
ווייל סהאט קלארייד
פארוואס מאכט קלארייד א געזאלצענע טעם וכו. וכו. ביז מקומט אן צו ״גאט האט אזוי געוואלט״(ביי אונז יודן)
די נעקסטע שאלה איז ............................יא!
דעריבער אויב הרב יאנקל שליטא האט מסביר געווען -אויפן צד אז דער איך איז נישט קיין גשמיותדיגער- אז סאיז עפעס א העכערער נישט ממשותדיגער כח איז דער בעסטער הסבר נאכדעם..נשמה.
פארשטייט זיך ווייל גאט וויל אזוי....
נישט קיין בארעכטיגטער פארגלייך. איך פרעג נישט "פארוואס" פונקט נשמה, נאר "ווער" איך בין. יאנקל (לויט'ן צד אז ס'איז עפעס העכערס) זאגט אז איך בין מיין נשמה. איך פרעג נישט יעצט "פארוואס" עפעס נשמה; איך זאג נאר אז "נשמה" איז א קיצור פון "העכערע-זאכן-וואס-איך-פארשטיי-נישט".
איינמאל מיר קענען מגדיר זיין "נשמה", קען איך יא אדער נישט פרעגן וואס דאס איז -- דוגמת פארוואס די סאלאט איז געזאלצן.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:30 pm
דורך ודי למבין
קינדער וועל וויר הערן א מעשה, איך זעה עטס זענען שוין צו מיד.
"דער צמח צדק איז אמאל אריינגעקומען צו זיין זיידע דער בעל התניא, האט עם דער בעל התניא געפרעגט, וואו איז דער זיידע, ער זאל אים ווייזן ווי ער איז, האט ער געוויזן אויפן בעל התניא, האט אים דער בעל התניא געזאגט דאס איז מיין בויך, וואו בין איך, האט ער געוויזן אויפן קאפ, האט ער געזאגט, ניין, דאס איז מיין קאפ, און אזוי האט ער אים אפגעפרעגט וואס ער האט אים נאר געזאגט. אפאר מינוט שפעטער איז די צמח צדק ארויסגעגאנגען און קומט צוריק אריין און שרייט הויך: זיידי, דער בעל התניא דרייט זיך אויס, און זאגט: "יא", זאגט אים דער צ"צ, אוי דא איז זיידי..." ודו"ק.
פיין קינדערלעך יעצט קען מען ווייטער לערענען
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:15 pm
דורך מאטי
לולקע-ציבעך האט געשריבן:moti107 האט געשריבן:לולקע-ציבעך האט געשריבן:[אגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...
קען זיין. "אינפארמאציע" איז עפעס. וואס איז דאס אבער "נשמה"?
אויב פארשטייסט נישט וואס נשמה איז און וויאזוי סמאכט דעם איך קענסטו פרעגן אויף יעדע זאך פונעם גאנצען יקום.
למשל
פארוואס איז די סאלאט געזאלצן
ווייל סהאט זאלץ
פארוואס מאכט זאלץ געזאלצן
ווייל סהאט קלארייד
פארוואס מאכט קלארייד א געזאלצענע טעם וכו. וכו. ביז מקומט אן צו ״גאט האט אזוי געוואלט״(ביי אונז יודן)
די נעקסטע שאלה איז ............................יא!
דעריבער אויב הרב יאנקל שליטא האט מסביר געווען -אויפן צד אז דער איך איז נישט קיין גשמיותדיגער- אז סאיז עפעס א העכערער נישט ממשותדיגער כח איז דער בעסטער הסבר נאכדעם..נשמה.
פארשטייט זיך ווייל גאט וויל אזוי....[/quote]
נישט קיין בארעכטיגטער פארגלייך. איך פרעג נישט "פארוואס" פונקט נשמה, נאר "ווער" איך בין. יאנקל (לויט'ן צד אז ס'איז עפעס העכערס) זאגט אז איך בין מיין נשמה. איך פרעג נישט יעצט "פארוואס" עפעס נשמה; איך זאג נאר אז "נשמה" איז א קיצור פון "העכערע-זאכן-וואס-איך-פארשטיי-נישט".
איינמאל מיר קענען מגדיר זיין "נשמה", קען איך יא אדער נישט פרעגן וואס דאס איז -- דוגמת פארוואס די סאלאט איז געזאלצן.[/quote]
פאר איך בין מגיב זיי מיר נאכאמאהל קלארער מסביר דיין תשובה ווייל איך בין תולה אז איך האב נישט געכאפט דעם פינטעלע .
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:58 am
דורך ונבנתה העיר
ודי למבין האט געשריבן:קינדער וועל וויר הערן א מעשה, איך זעה עטס זענען שוין צו מיד.
"דער צמח צדק איז אמאל אריינגעקומען צו זיין זיידע דער בעל התניא, האט עם דער בעל התניא געפרעגט, וואו איז דער זיידע, ער זאל אים ווייזן ווי ער איז, האט ער געוויזן אויפן בעל התניא, האט אים דער בעל התניא געזאגט דאס איז מיין בויך, וואו בין איך, האט ער געוויזן אויפן קאפ, האט ער געזאגט, ניין, דאס איז מיין קאפ, און אזוי האט ער אים אפגעפרעגט וואס ער האט אים נאר געזאגט. אפאר מינוט שפעטער איז די צמח צדק ארויסגעגאנגען און קומט צוריק אריין און שרייט הויך: זיידי, דער בעל התניא דרייט זיך אויס, און זאגט: "יא", זאגט אים דער צ"צ, אוי דא איז זיידי..." ודו"ק.
פיין קינדערלעך יעצט קען מען ווייטער לערענען
קבלתי אויף א אלטע ווילנא'ער אידענע אז זי פלעגט זיך אפרעדן: די קאפ טוהט מיר וויי, די הענט טוהען מיר וויי, די פיס טוהען מיר וויי, און איך אליין פיהל זיך אויך נישט גוט...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:35 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
מודה אני, אז איך האב נישט דורכגעליינט איעדע תגובה דא. עס קומט זיך מיר טאקע פעטש דערפאר. היתכן אז איך פרעג אריין דא אהן דורכליינען דאס גאנצע געטועכטץ דא. מיט דעם אלעם פרעג איך.
מיר ווייסען קלאר אז אין יעדע זאמענדעל [sperm בלע"ז] איז דא די כעמיקאלע סטורקטור פין די גאנצע מענטש. דאס גאנצע וואס עס פעלט אויס איז עס זאל האבען די כוחות זיך צו דאפלען און דאפלען כסדר [mitosis]. פרעג איך אויב אזוי, וואס איז בכלל די שאלה? מיר האבען דאך א קלארע הבנה וואס עס געשעהט. פארוואס זוכט מען אריינצולייגען "עפעס העכערס" אין דעם גאנצען געמויזעכטץ אונזערע?
מיר זענען אלעס מאמין באמונה שלימה. אבער קום מיר נישט מיט קיין סייענס ביטע. דו ווייסט פונקטליך וואס דא איז געשען. דו ווייסט אז עס האט זיך אנגעהויבען מיט איין חצי 'סעל', און האט זיך צאגעטראפען מיט א צווייטע 'חצי נזק', און צוזאמען האבען זיי געהאט א כעמיקאלע בלופרינט פארען באשאף פינעם גאנצען מענטש. פארוואס זוכט מען זאכען פון אונטער דער ערד?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:54 pm
דורך לולקע-ציבעך
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:מודה אני, אז איך האב נישט דורכגעליינט איעדע תגובה דא. עס קומט זיך מיר טאקע פעטש דערפאר. היתכן אז איך פרעג אריין דא אהן דורכליינען דאס גאנצע געטועכטץ דא. מיט דעם אלעם פרעג איך.
מיר ווייסען קלאר אז אין יעדע זאמענדעל [sperm בלע"ז] איז דא די כעמיקאלע סטורקטור פין די גאנצע מענטש. דאס גאנצע וואס עס פעלט אויס איז עס זאל האבען די כוחות זיך צו דאפלען און דאפלען כסדר [mitosis]. פרעג איך אויב אזוי, וואס איז בכלל די שאלה? מיר האבען דאך א קלארע הבנה וואס עס געשעהט. פארוואס זוכט מען אריינצולייגען "עפעס העכערס" אין דעם גאנצען געמויזעכטץ אונזערע?
מיר זענען אלעס מאמין באמונה שלימה. אבער קום מיר נישט מיט קיין סייענס ביטע. דו ווייסט פונקטליך וואס דא איז געשען. דו ווייסט אז עס האט זיך אנגעהויבען מיט איין חצי 'סעל', און האט זיך צאגעטראפען מיט א צווייטע 'חצי נזק', און צוזאמען האבען זיי געהאט א כעמיקאלע בלופרינט פארען באשאף פינעם גאנצען מענטש. פארוואס זוכט מען זאכען פון אונטער דער ערד?
צו וועמען באציט זיך אייער תגובה?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 7:23 pm
דורך עסקן בדברים
יאיר האט געשריבן: אין אנדערע ווערטער, מיר לעבן אין שיינע דמיונות אז ס'איז דא אן 'איך', בעת באמת איז דער גאנצער 'איך' פשוט נאך א תכונה אינ'ם מענטש אזוי ווי דער תכונה פון שלינגען שפייעכץ. יעצט וועסטו מיר דארפן מסביר זיין פארוואס עס קען נישט זיין אז פונקט ווי דער איך איז א דמיון אזוי אויך איז אונזער גאנצער עקזיסטענץ א דמיון.
יאיר,
איך וואלט קיינמאל נישט געקענט אראפלייגן א זאך אזוי שיין. אבער די ענטפער צו דיין פראגע איז ווייל ס' נישט דא קיין סיבה צו וועלן זאגן אז אונזער גאנצער עקזיסטענץ א דמיון, משא"כ דער "איך," ווען מ' טראכט טיף אריין און מ' צונעמט עס אויף פיצלעך איז דאס אדער א דמיון (און מיר ווייסן אסאך דמיונות וואס דער מח מאכט כסדר) אדער עפעס א רחנית'דיגע (= אומפארשטענדיגע) מציאות וואס די גאנצע ראיה אז ס' עגזעסטירט איז ווייל מ' פילט אזוי און וואס ארבעט אינגאנצן צוזאמען מיט די גשמיות'דיגע מח און באקומט פון דעם מח אלע זיין אינפארמאציע. פארוואס זאל מען נישט ענדערש זאגן אז ס' פשוט נאך א דמיון? (דעס אלעס רעד איך נאר די צד פון ריין לאגיק אהן זיך באציען צו זאכן וואס מיר ווייסן פון אמונה)
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:40 pm
דורך יאיר
עסקן, ביטע פארריכט מיר אויב איך בין זיך טועה, אבער עס זעט מיר אויס ווי דו קומסט מיט א הנחה אז אלעס וואס קען נישט ווערן סייענטיפיש מוסבר איז נאר א דמיון, און דערפאר מוז זיין אז קאנשעסנעס, אויב מען טראכט גוט אריין, איז אויך א דמיון.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:47 pm
דורך עסקן בדברים
consciousness cannot possibly be an illusion. but any content of consciousness that makes more sense to be an illusion than not is probably an illusion
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:48 pm
דורך יאיר
עסקן בדברים האט געשריבן:consciousness cannot possibly be an illusion. but any content of consciousness that makes more sense to be an illusion than not is probably an illusion
אפילו אויב מיר שפירן עס אין אונזער טאג טעגליכן לעבן?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:51 pm
דורך יאיר
עסקן, איך פארשטיי נישט די לאגיק פון דיין טענה. מיר ווילן דן זיין אויב קאנשעסנעס איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש אדער נישט. קומסטו מיר זאגן אז אויב מיר וועלן מוזן קומען צו א מסקנא אז ס'איז דא געוויסע חלקים וואס זענען אוממאטעריאליסטיש וועסטו זאגן אז ס'איז אן אילוזיע. אויב מיר קענען דא נוצן דעם אויסרייד פון אילוזיע ווען עס געפעלט איז נישט די מסקנא, האבן מיר זיך נישט וואס צו טענה'ן.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:58 pm
דורך עסקן בדברים
יאיר האט געשריבן:עסקן בדברים האט געשריבן:consciousness cannot possibly be an illusion. but any content of consciousness that makes more sense to be an illusion than not is probably an illusion
אפילו אויב מיר שפירן עס אין אונזער טאג טעגליכן לעבן?
אין
דעם תגובה האב איך געברענט צוויי דגמאות (פון אסאך) פון זאכן וואס מיר שפירן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן און זענען בהכרח דמיונות
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 9:02 pm
דורך עסקן בדברים
יאיר האט געשריבן:עסקן, איך פארשטיי נישט די לאגיק פון דיין טענה. מיר ווילן דן זיין אויב קאנשעסנעס איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש אדער נישט. קומסטו מיר זאגן אז אויב מיר וועלן מוזן קומען צו א מסקנא אז ס'איז דא געוויסע חלקים וואס זענען אוממאטעריאליסטיש וועסטו זאגן אז ס'איז אן אילוזיע. אויב מיר קענען דא נוצן דעם אויסרייד פון אילוזיע ווען עס געפעלט איז נישט די מסקנא, האבן מיר זיך נישט וואס צו טענה'ן.
אויב דו ביסט מודה אז דיין גאנצע ראיה איז נאר ווייל מיר שפירן עס אין אונזער טאג טעגליכן לעבן, וואס מיר ווייסן קלאר אז דעס קען זיין די רעזולטאט פון דמיון פארוואס זאלסטו טאקע טענ'ען דיין טענה?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 9:08 pm
דורך יאיר
עסקן בדברים האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:עסקן בדברים האט געשריבן:consciousness cannot possibly be an illusion. but any content of consciousness that makes more sense to be an illusion than not is probably an illusion
אפילו אויב מיר שפירן עס אין אונזער טאג טעגליכן לעבן?
אין
דעם תגובה האב איך געברענט צוויי דגמאות (פון אסאך) פון זאכן וואס מיר שפירן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן און זענען בהכרח דמיונות
די זאכן זענען געווארן אויפגעוויזן מיט עמפירישע הוכחות אז זיי זענען טאקע דמיונות. אבער דו האסט מיר דערווייל נישט געברענגט קיין איין הוכחה אז מיין באגריף אין קאנשעסנעס איז דמיונות. דו קומסט מיט א הנחה אז אלעס וואס גייט נישט שטימען מיט דיין אויסקוק איז דמיונות.