בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
דוראק האט געשריבן:ווען איך וואָלט מלכתחילה וויסן די חילוקים פון קאַווע שטיבל ביזל אײוועלט, וואָלט איך מסתמא גיין אין אײוועלט (בטבע בין איך מער אַ מצומצמדיקער איד)

כאפ אן די נשמה און לויף איידער דו פארלירסט די הרגשה!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:17 pm
דורך דוראק
כל באיה לא ישובון...

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:28 pm
דורך מנחם ציון
איך בין אנגעקומען אהער דורך איינע פון די פי די עף ביכלעך, וועלכע פלעגן ארויסקומען בעפאר די וועקער עפאכע. ווי די פה-סח'ס, און קאווע געלעכטער.

די ביכלעך זענען געווען נכסי צאן ברזל ביינונז אין ישיבה, און פון איטליכער בעסקיסע האט מען געהערט אויסשיסענדע געלעכטער און יענע תקופה ווען עס האט צירקולירט ביים עולם

אבער אחוץ די הומאריסטישע ארטיקלען זענען געווען עטליכע מדע באזירטע ארטיקלען, איבער געדאנקען, פיזיקס, אידעאלאגיעס, איך ווייס נישט וויפיל אינטערעסע דאס האט געהאט ביים עולם אבער מיר האבן זיי זיכער געכאפט
איך געדענק ווי איך האב מיר איינגעהאנדלט אלע אנדערע קונטריסים פון דא אין ספרים שאנק, איך האב מיט דורשט דורכגעליינט לא המדרש עיקר אלא המעשה, און אמר ונבנתה, איך בין אויף זיי געזיצן (עלי כורסיה דאשתא פארשטייט זיך...) מיט א כובד ראש, און בעיון רב דורך גענומען די געדאנקען

איינמאל האט מיר מיין פאטער געפאקט דערמיט אינדערהיים, ער האט עס געזעהן ארויסשטעקן פון מיין וועסטל בוזעם, א טאג שפעטער פרעגט ער מיר וואס דאס איז, און פון ווי איך האב עס
מיין טאטע איז גראדע א לייכטער מענטש און פארנעמט אסאך,האב איך אים געזאגט דעם ריינעם אמת, אז דאס דרייט זיך ארום אין ישיבה, און איך האב ליב די סארט שרייבעריי..
איך געדענק ווי ער זאגט מיר: דו ווייסט וואס דאס אנטהאלט? עס איז זייער שעדליכע מאטריאל.. איך וויל נישט זאגן, אבער ס'קען אפי' זיין כפירה....
איך האב אים געקענט פארשטיין, ער האט לכאורה גערעדט ספעציפיש פון די "color war אין הימל" ארטיקל פון ונבנתה, און איך האב אויך נישט געכאפט דער געדאנק וואס ונבנתה וויל ארויסברענגען, כדרכו של ונבנתה'ס ארטיקלען....
האב איך אים געזאגט אקעי, איך האב נישט געוואוסט, איך האב געמיינט אז דער גאנצער קונטרס באשטייט פון רעלאטיוויטי גאטונג ארטיקלען (אויך געווען אין יענער קונטרס)... שוין ער האט עס קאנפיסקירט און פארטיג
אבער דער ברען צו באזוכן קאוועלע איז נישט פארשוואונדן.....
עס האט נאך געדויערט א וויילע ביז ווען איך האב מיר גענומען די קוראזש צו נעמען א חלק, און זיך אנגיסן א גלעזל. אבער יא... אלעס האט זיין צייט

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 6:46 pm
דורך אישתישבי
מיין פריעדיגע ניק האט מיר פארציילט..

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 6:53 pm
דורך [NAMELESS]
מנחם ציון האט געשריבן:איך בין אנגעקומען אהער דורך איינע פון די פי די עף ביכלעך, וועלכע פלעגן ארויסקומען בעפאר די וועקער עפאכע. ווי די פה-סח'ס, און קאווע געלעכטער.

די ביכלעך זענען געווען נכסי צאן ברזל ביינונז אין ישיבה, און פון איטליכער בעסקיסע האט מען געהערט אויסשיסענדע געלעכטער און יענע תקופה ווען עס האט צירקולירט ביים עולם

אבער אחוץ די הומאריסטישע ארטיקלען זענען געווען עטליכע מדע באזירטע ארטיקלען, איבער געדאנקען, פיזיקס, אידעאלאגיעס, איך ווייס נישט וויפיל אינטערעסע דאס האט געהאט ביים עולם אבער מיר האבן זיי זיכער געכאפט
איך געדענק ווי איך האב מיר איינגעהאנדלט אלע אנדערע קונטריסים פון דא אין ספרים שאנק, איך האב מיט דורשט דורכגעליינט לא המדרש עיקר אלא המעשה, און אמר ונבנתה, איך בין אויף זיי געזיצן (עלי כורסיה דאשתא פארשטייט זיך...) מיט א כובד ראש, און בעיון רב דורך גענומען די געדאנקען

שיינע מעשה....
נא דערצייל וועלכע נאך ארטיקלעך די האסט ליב געהאט און וועלכע אנדערע בחורים האבן ליב געהאט

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:02 pm
דורך מנחם ציון
איך קען נישט דיסיידן אויב די מיינסט עס סארקעסטיקלי אדער נישט

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:13 pm
דורך [NAMELESS]
נישט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 11:46 pm
דורך ונבנתה העיר
מנחם ציון האט געשריבן:איך בין אנגעקומען אהער דורך איינע פון די פי די עף ביכלעך, וועלכע פלעגן ארויסקומען בעפאר די וועקער עפאכע. ווי די פה-סח'ס, און קאווע געלעכטער.

די ביכלעך זענען געווען נכסי צאן ברזל ביינונז אין ישיבה, און פון איטליכער בעסקיסע האט מען געהערט אויסשיסענדע געלעכטער און יענע תקופה ווען עס האט צירקולירט ביים עולם

אבער אחוץ די הומאריסטישע ארטיקלען זענען געווען עטליכע מדע באזירטע ארטיקלען, איבער געדאנקען, פיזיקס, אידעאלאגיעס, איך ווייס נישט וויפיל אינטערעסע דאס האט געהאט ביים עולם אבער מיר האבן זיי זיכער געכאפט
איך געדענק ווי איך האב מיר איינגעהאנדלט אלע אנדערע קונטריסים פון דא אין ספרים שאנק, איך האב מיט דורשט דורכגעליינט לא המדרש עיקר אלא המעשה, און אמר ונבנתה, איך בין אויף זיי געזיצן (עלי כורסיה דאשתא פארשטייט זיך...) מיט א כובד ראש, און בעיון רב דורך גענומען די געדאנקען

איינמאל האט מיר מיין פאטער געפאקט דערמיט אינדערהיים, ער האט עס געזעהן ארויסשטעקן פון מיין וועסטל בוזעם, א טאג שפעטער פרעגט ער מיר וואס דאס איז, און פון ווי איך האב עס
מיין טאטע איז גראדע א לייכטער מענטש און פארנעמט אסאך,האב איך אים געזאגט דעם ריינעם אמת, אז דאס דרייט זיך ארום אין ישיבה, און איך האב ליב די סארט שרייבעריי..
איך געדענק ווי ער זאגט מיר: דו ווייסט וואס דאס אנטהאלט? עס איז זייער שעדליכע מאטריאל.. איך וויל נישט זאגן, אבער ס'קען אפי' זיין כפירה....
איך האב אים געקענט פארשטיין, ער האט לכאורה גערעדט ספעציפיש פון די "color war אין הימל" ארטיקל פון ונבנתה, און איך האב אויך נישט געכאפט דער געדאנק וואס ונבנתה וויל ארויסברענגען, כדרכו של ונבנתה'ס ארטיקלען....
האב איך אים געזאגט אקעי, איך האב נישט געוואוסט, איך האב געמיינט אז דער גאנצער קונטרס באשטייט פון רעלאטיוויטי גאטונג ארטיקלען (אויך געווען אין יענער קונטרס)... שוין ער האט עס קאנפיסקירט און פארטיג
אבער דער ברען צו באזוכן קאוועלע איז נישט פארשוואונדן.....
עס האט נאך געדויערט א וויילע ביז ווען איך האב מיר גענומען די קוראזש צו נעמען א חלק, און זיך אנגיסן א גלעזל. אבער יא... אלעס האט זיין צייט

ס'מיר גוט...

זאג אים אז כ'זאג נאר וואס מען הייסט מיר זאגן. אז מען איז אנגעבונדען אויבן, פאלט מען נישט אונטן. באותה שעה קשור הי'.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:13 pm
דורך סקרן
דולה ומשקה האט געשריבן:ווער ס'האט מיר געזאגט פון קאווע שטיבל געדענק איך שוין נישט, אבער דאס איז זיכער אז קאוועשטיבל האט מיר געזאגט פון 'פאליש' זכרונה לברכה.
איי יייי ייייי יייי איי סעגעווען גוטע צייטן....

איז דא א נייע פאליש אדער ווערצהיוז?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 6:51 pm
דורך הרב שיף
אייוועלט שוין מיט עטליכע יאהר צוריק.

איך האב געליינט א לאנגע צייט בעפאר מיר האבען צום נייעם יאהר זיך אנגעשלאסען, זאל זיין מיט מזל און ברכה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:52 am
דורך פארשטאנד
מנחם ציון האט געשריבן:די ביכלעך זענען געווען נכסי צאן ברזל ביינונז אין ישיבה, און פון איטליכער בעסקיסע האט מען געהערט אויסשיסענדע געלעכטער און יענע תקופה ווען עס האט צירקולירט ביים עולם

איינמאל האט מיר מיין פאטער געפאקט דערמיט אינדערהיים, ער האט עס געזעהן ארויסשטעקן פון מיין וועסטל בוזעם, א טאג שפעטער פרעגט ער מיר וואס דאס איז, און פון ווי איך האב עס
מיין טאטע איז גראדע א לייכטער מענטש און פארנעמט אסאך,האב איך אים געזאגט דעם ריינעם אמת, אז דאס דרייט זיך ארום אין ישיבה, און איך האב ליב די סארט שרייבעריי..
איך געדענק ווי ער זאגט מיר: דו ווייסט וואס דאס אנטהאלט? עס איז זייער שעדליכע מאטריאל.. איך וויל נישט זאגן, אבער ס'קען אפי' זיין כפירה....
איך האב אים געקענט פארשטיין, ער האט לכאורה גערעדט ספעציפיש פון די "color war אין הימל" ארטיקל פון ונבנתה, און איך האב אויך נישט געכאפט דער געדאנק וואס ונבנתה וויל ארויסברענגען, כדרכו של ונבנתה'ס ארטיקלען....
האב איך אים געזאגט אקעי, איך האב נישט געוואוסט, איך האב געמיינט אז דער גאנצער קונטרס באשטייט פון רעלאטיוויטי גאטונג ארטיקלען (אויך געווען אין יענער קונטרס)... שוין ער האט עס קאנפיסקירט און פארטיג
אבער דער ברען צו באזוכן קאוועלע איז נישט פארשוואונדן.....


דו דערמאנסט מיט פון ביאגראפיעס פון די תר' יארן... געכאפט מיט א ביכל אין ישיבה... איך וואלט מנדב געווען עטליכע וועקער'ס פאר יעדע ישיבה...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 2:20 pm
דורך מנחם ציון
ס'איז נאך אזוי אקטועל ווי גינת וורדים, עץ חיים, e.t.c.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:25 pm
דורך starfromusa
פון wikipedia בין איך געוואר געוורן פון קאווע שטיבל