בלאט 3 פון 37

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
ער הייסט ר' שלמה דוב הערצל שליט''א.
גראדע רעדט ער זייער צום זאך.

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:27 pm
דורך דולה ומשקה
דער בחור זיצט שוין דער צוייטער שבת איינזאם ציווישען מערדערס אין תפיסה, אין דער רבי...

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:31 pm
דורך מנשה לוסטיג
און דער רבי איז אין מאנטריאל
קיינער האט עהם נישט געהייסן זיך רייצן מיט דעם חוטא ומחטיא, יעצט אז ס'האט פאסירט, שטעלט זיך גארנישט אפ, ישועת השם כהרף עין, און רשעים כיקר כרים תכלו

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:04 am
דורך ברוין
פון נישט פאלגן א רבי ביזן באקומען די נאמען חוטא ומחטיא... איז א ריזן טאנץ

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:11 am
דורך מנשה לוסטיג
דער דבר אח''ר הייסט נישט חוטא ומחטיא ביי מיר, פארן נישט פאלגן דעם רבין, ער האט מיר פערזענליך פראבירט אויפווייזן אז ס'נישטא קיין האפט אין די תורה שבעל פה

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:13 am
דורך ברוין
איך נעם נישט אן די לשון הרע. און דו ביסט נישט באגלייבט ווייל דו ביסט א שטארקע נוגע בדבר

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:18 am
דורך מנשה לוסטיג
אקעי

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:32 am
דורך ידען
ער האט געמיינט די תורה שבע״פ פונעם רבין...

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:33 am
דורך מיכאל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דער דבר אח''ר הייסט נישט חוטא ומחטיא ביי מיר, פארן נישט פאלגן דעם רבין, ער האט מיר פערזענליך פראבירט אויפווייזן אז ס'נישטא קיין האפט אין די תורה שבעל פה


זייער א סאך סקווערע וואס פארנעמען נישט די סיסטעם ווערען נאכדעם אפיקורסים, ווייל מען איז זיי מחנך אז יודישקייט מיט סקווירא איז די זעלבע, אין ווען זיי זעהן אז זיי קענען נישט פארנעמען א סטאליניסטישע סיסטעם, ווערען זיי ברוגז אויף יודישקייט אויך,

איך האב שוין ב"ה געראטעוועט א פאר אזאלכע דורעך זיי מסדר זיין אז סקווירא מיט יודישקייט איז לא קרוב זה אל זה, אבער ס'נישט אנגעקומען גרינג, סקווירא מאכט א גוטען דזשאב מיט זייער ברעינוואשונג חינוך

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:38 am
דורך ידען
מיכאל

סקווירא איז בכלל נישט די איינציגע וואס מאכן אזא גוטע זשאב.

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:41 am
דורך מיכאל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:און דער רבי איז אין מאנטריאל
קיינער האט עהם נישט געהייסן זיך רייצן מיט דעם חוטא ומחטיא, יעצט אז ס'האט פאסירט, שטעלט זיך גארנישט אפ, ישועת השם כהרף עין, און רשעים כיקר כרים תכלו


אהא, הייסטעס אז דער בחור איז דער גאנצער שולדיגער, יא יא, דער בחור איז פשוט דער שייגעץ,

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:45 am
דורך מנשה לוסטיג
פארוואס בין איך העפי און די מרה שחורה

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:50 am
דורך מיכאל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פארוואס בין איך העפי און די מרה שחורה


אזוי האסטע הייסטעס אפגעמאכט, איי די ווייסט נישט אמאל ווער איך בין,

כ'בין ב"ה זייער א גוטמוטיגע מענטש, דער באשעפער זאל ווייטער העלפען,

אין ביטע מאך נישט די דיסקאשען פערסאנעל, ווייל כ'וויל נישט גיין אויף דעם וועג, וד"ל

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:59 pm
דורך א איד
יאנקל האט געשריבן:(איך שרייב דאס לויט ווי די פרטי הפרשה קוקן אויס. עס איז אבער דאך מעגליך אז געוויסע פרטים זענען נישט באקאנט פארן פובליק, און וואלטן געגעבן אן אנדערן בליק.)

די דאזיגע פרשה צעשוידערט מיין געוויסן, און שיינט מיר צו זיין א היינט-צייטיגער פאל פון ״מעביר זרעו למולך״. אנשטאט די משפחה זאל זיך תיכף אפשאקלען פון דער מלכות הרשע וועלכע האט דירעקט און אומדירעקט געשיקט זייער נאאיוון זון אויסצופירן אזא אומדערהערטן פארברעכן, און זאל מיט דער הילף פון די רעגירונג-אינסטאנצן דורכפירן א ברייטע אויספארשונג צו ברענגען די אמת׳ע שולדיגע צו גערעכטיגקייט, האבן זיי מחליט געווען צו שטעלן דעם רבי׳ן מיט זיינע מושחת׳דיגע אנדרייער פאר זייער אייגענעם זון, און האבן דורך זייער אדוואקאט תיכף דערקלערט פאר דער גאנצער וועלט אז דער בחור האט עס געטון אליינס, אן דעם וואס איינער זאל אים שיקן!
וואספארא מין נידערטרעכטיגקייט איז דאס פון עלטערן צו לאזן זייער נאאיוון בחור׳ל נעמען אויף זיך דעם גאנצן שולד כדי צו ראטעווען זייער מולך! האבן זיי גענומען זייער אייגן קינד, און מקריב געווען אויפ׳ן רבי׳נס מזבח.


איך וואלט עס מסביר געווען אביסל אנדערש.
מן הסתם האט מען ביי זיין טאטען אינדערהיים אויסגעלערנט אז מען טוט נישט קיין ווילדע שטיק, און נישט דאס איז דעם רבינ'ס דרך.
אין אז ער טוט עס יא קומט עס מדעת עצמו און נישט פונעם רבין.

אזוי האט מיין טאטע אונז אויסגעלערנט, נישט כלפי סקווער, ווייל מיר זענען נישט קיין סקווירא (און איך רעד אינגאנצן נישט אריין אין דען נושא) נאר כלפי יעדע מחלוקת, אז א אידישע דרך איז נישט שלאגן וכדו'.
ובכן אויב איך וועל יא גיין מיט הענט קומט עס מדעת עצמי.

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:23 pm
דורך פריינדליך
מנשה,

דו פארשעמסט סקווירע חסידים, די פארשעמסט סקווירע רבי, דו פארשעמסט יעדן חסידישען איד,

א 18 יעריגע בחור שמאכט און תפיסה פאר 7 יאר, דער בחור איז געהעצט געווארען און סקוויער צו טיען וואס ער האט געטיען,
איך בין א סקווערע אנהערגער, איך גיי נישט בארעדן אדער באשילדיגען קיינעם אויף דאס וואס עס איז געשען, עס איז באמת נישט קיין נפקה מינה ווער,וואס,ווען,ווי,

אבער יעדער סקווער חסיד - דארף שפירען - און שפירט א לאך און הארץ אויף די מצב פינעם בחור, עס טאר נישט אדורוך גיין א טאג אדער א האלבן טאג וואס א סקווערער זאל נישט טראכטען און שפירען מיטלייד מיט די בחור און די משפחה ארום, סוכ"ס איז די גאנצע עגמ"נ א תוצאה פון זאכען וואס די בחור איז נישט געווען און קאנטראל,

ווי שעמסטע זיך נישט צו זאגען אז דער בחור איז אליינס שולדיג? ווי דערוואגסטע זיך זיך אזוי צו רעדן? האסטע פארלוירען יעדע טראפ מענטשליכקייט?
און אפילו ער וואלט יא געווען שולדיג, ווי מעג מען טאנצען אויף זיין פארגאסען בליט?! איז מענטשליכקייט אדער אידשקייט נישט א חלק פון דיר?

דו פארשעמסט סקווירע חסידים, די פארשעמסט סקווירע רבי, דו פארשעמסט יעדן חסידישען איד,דו פארשעמסט די מענטשהייט בכלל,

לאז אפ די נושא, הער אויף רעדן, עס קיקט בכלל נישט אויס אז די ביסט משיג די חומר הדבר,

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:12 pm
דורך פריינדליך
קאווע טרינקער האט געשריבן: אבל באמת דער בחור איז א רחמנות, ווען מיין תפילה וואלט געהאלפען וואלט איך אינוועסטירט אינדעם,


די ווייסט אז איד טאר נישט אזוי רעדן, איא?! ניטאמאל פאר א דשאוק!

שנעל צו צוריק, און גיי זאג צוויי קאפיטליך תהילים צו ווייזען פאר השי"ת אז דו טוסט תשובה און די גלייבסט אז ער הערט דיר אויס,

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:23 pm
דורך זר זהב
פריינדליך, נישט אלע תפילות ווערן געענטפערט אויף די ספעציפישע זאך אויפ וואס מ'בעט. די ספרים זאגן שוין אז תפילות גייען קיינמאל נישט לריק אפילו מ'זעט אז ס'העלפט נישט יעצט קען עס העלפן פאר דורות שפעטער אא"וו.

אפשר דאס האט "קאווע טרינקער" געמיינט, אויב ווייסט ער אז זיינע תפילות וועלן העלפן ממש אויף וואס ער בעט וואלט ער געבעטן.

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:33 pm
דורך שרייבער
פריינדליך האט געשריבן:מנשה,

דו פארשעמסט סקווירע חסידים, די פארשעמסט סקווירע רבי, דו פארשעמסט יעדן חסידישען איד,

א 18 יעריגע בחור שמאכט און תפיסה פאר 7 יאר, דער בחור איז געהעצט געווארען און סקוויער צו טיען וואס ער האט געטיען,
איך בין א סקווערע אנהערגער, איך גיי נישט בארעדן אדער באשילדיגען קיינעם אויף דאס וואס עס איז געשען, עס איז באמת נישט קיין נפקה מינה ווער,וואס,ווען,ווי,

אבער יעדער סקווער חסיד - דארף שפירען - און שפירט א לאך און הארץ אויף די מצב פינעם בחור, עס טאר נישט אדורוך גיין א טאג אדער א האלבן טאג וואס א סקווערער זאל נישט טראכטען און שפירען מיטלייד מיט די בחור און די משפחה ארום, סוכ"ס איז די גאנצע עגמ"נ א תוצאה פון זאכען וואס די בחור איז נישט געווען און קאנטראל,

ווי שעמסטע זיך נישט צו זאגען אז דער בחור איז אליינס שולדיג? ווי דערוואגסטע זיך זיך אזוי צו רעדן? האסטע פארלוירען יעדע טראפ מענטשליכקייט?
און אפילו ער וואלט יא געווען שולדיג, ווי מעג מען טאנצען אויף זיין פארגאסען בליט?! איז מענטשליכקייט אדער אידשקייט נישט א חלק פון דיר?

דו פארשעמסט סקווירע חסידים, די פארשעמסט סקווירע רבי, דו פארשעמסט יעדן חסידישען איד,דו פארשעמסט די מענטשהייט בכלל,

לאז אפ די נושא, הער אויף רעדן, עס קיקט בכלל נישט אויס אז די ביסט משיג די חומר הדבר,


איך בין נישט קיין סקווירא חסיד, אבער מיר שיינט אז באשולדיגן דעם סקווירא רבין איז סתם על לא דבר, פונקט ווי דער דברי יואל איז געווען שולדיג פאר אלע מעשה פראות וואס זיינע חסידים האבן געטון, ואחריו דער ברך משה, ואחריו בניו האדמורי"ם שליט"א, איך ווייס אז סקווירא איז נישט סאטמאר, און דארט איז די חסידות אויף א גרעסערע פארנעם, דאך וואלט איך געוואלט הערן איינער וואס ווייסט ווי אזוי זאכן זענען געווען אין סאטמאר, און קען מיר זאגן אויב דארט איז געווען אנדערש, מ'שטיינס געזאגט, מער געפירט פון די באהערדע, אין מיינע אויגן איז דאס א מעשה פראות פון א בחור וואס זיינע געפילן האבן אים געשיקט, פונקט ווי סאטמארע בחורים פלעגן טון זייערע מעשה פראות

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
דעת תורה היפוך דעת בעל הבית, קוקט אויס דעת סקווירא היפוך דעת העולם. קיינער האט דעם בחור עס נישט געהייסן טוהן, און אז ער האט עס געטון [זיך רייצן מיטן דבר אח''ר, ווייל די פייער האט דער דבר אח''ר אנגעצינדן] האט ער פיין געטון כלפי שמיא, אבער נישט כלפי המצב, ווייל אין סקווער פייט מען נישט, און מ'פלאטיזירט נישט, און ס'געווען א וועג וויאזוי צוגיין א טריט ווייטער מיטן דבר אח''ר, נאך פינעף יאר וואס מ'האט עהם געבעטן און געבעטן, און די דיינים זענען געווען ביי עהם אין שטוב מיט תחנונים און ס'האט אויפגעטון באנקעס.

דאס אז ער זיצט, איז נישט קיין דורכפאל, ס'איז חשבונות משמים, און די סארט בושה וואס די פארעווע סקווערע האבן, איז נישט ווערד קיין ניקל, אין די תורה שטייט אז א מסור איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, ס'נישטא קיין דעת תורה אז ער האט געמעגט גיין אין ערכאות, און ס'נישטא קיין איין רב אויף זיין זייט.
מאנסי רבי האט געהאלטן ממש פארן לייגן אויפן דבר אח''ר א חרם, און מ'האט געבעטן אז נישט, אונזער רבי איז ב''ה גענוג ערפארן וויאזוי צו באהאנדלען מצבים,
We are in a good shape

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:37 pm
דורך פריינדליך
איך בין 1000% מיט דיר אז דער רבי און די קהלה זענענן נישט שולדיג, איך האב עס זייער קלאר ארויסגעשריבען,

אבער פון דא ביז באשולדיגען די בחור, און זאגען שלום עלי נפשי, עס 100% נאר זיין פראבלעם, ער אז זיך אליינס שולדיג, וכד'
איז הימל און ערד, קלאר נישט בארעכטיגט, און זיי זאגען עס ניטאמאל, עס איז נאר מנשה דא וואס זאגט עס,

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:42 pm
דורך זר זהב
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דעת תורה היפוך דעת בעל הבית, קוקט אויס דעת סקווירא היפוך דעת העולם. קיינער האט דעם בחור עס נישט געהייסן טוהן, און אז ער האט עס געטון [זיך רייצן מיטן דבר אח''ר, ווייל די פייער האט דער דבר אח''ר אנגעצינדן] האט ער פיין געטון כלפי שמיא, אבער נישט כלפי המצב, ווייל אין סקווער פייט מען נישט, און

לייען איך גוט ???????????????????

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:42 pm
דורך פריינדליך
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דעת תורה היפוך דעת בעל הבית, קוקט אויס דעת סקווירא היפוך דעת העולם. קיינער האט דעם בחור עס נישט געהייסן טוהן, און אז ער האט עס געטון [זיך רייצן מיטן דבר אח''ר, ווייל די פייער האט דער דבר אח''ר אנגעצינדן] האט ער פיין געטון כלפי שמיא, אבער נישט כלפי המצב, ווייל אין סקווער פייט מען נישט, און מ'פלאטיזירט נישט, און ס'געווען א וועג וויאזוי צוגיין א טריט ווייטער מיטן דבר אח''ר, נאך פינעף יאר וואס מ'האט עהם געבעטן און געבעטן, און די דיינים זענען געווען ביי עהם אין שטוב מיט תחנונים און ס'האט אויפגעטון באנקעס.

We are in a good shape


עס איז דא א ענטפער פאר די תגובה,
נאר ווי געזאגט, וויבאלד דו פארטרעסט נישט קיינעם נאר דיין ארימע איינצעלע מיינוג, איז נישט ווערט דערפאר אויסצוואשען דא די סקווירע שמיץ וועש, קריך אראפ פון די נושא, ווייל באלד וועלן אפירקימען אנדרע מיט א קלענרע כח המעצר,

ווי שוין פריער געשריבען

פריינדליך האט געשריבן:איך בין 1000% מיט דיר אז דער רבי און די קהלה זענענן נישט שולדיג, עס איז זייער קלאר ארויסגעשריבען,
אבער פון דא ביז באשולדיגען די בחור, און זאגען שלום עלי נפשי, עס 100% נאר זיין פראבלעם, ער אז זיך אליינס שולדיג, וכד'
איז הימל און ערד, קלאר נישט בארעכטיגט, און זיי זאגען עס ניטאמאל, עס איז נאר מנשה דא וואס זאגט עס,

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:55 pm
דורך מנשה לוסטיג
פריינדליך באטשי
אנשטאט דו זאלסט דיך שעמען מיט אונז, פארוואס שעמסטו זיך נישט, ווען כלל ישראל האט באשטיינערט צלפחד, ווען מ'האט געהאנגען ישו הנוצרי, ווען מ'האט דערשטיקט יעדן מסור, ווי דער הייליגער רמב''ם פסק'ט להלכה בזמן הזה.

אלא מאי דו האסט בושה פון וואס די גאסן שמענדריקס האבן צו זאגן? זינט ווען זענען גדולי ישראל און גאנצע קהילות, די טשיקן הינדל פון יושבי קרנות? זיי פסק'נן ווער ס'גערעכט ווער נישט?

ס'איז גענוג פאני אסאך מצוות, אבער דער קעצל גייט בארפיסיג ווייל ער האט קעצל שכל, א סקווערער גייט מיט שטארקייט ע''פ מסורה, און טאמער ס'פאסירט עפעס קוקט מען נישט אריין אין בחדרי חרדים צו ערגעץ ערגער צו זען די פסק דין. אונז האבן גדולי ישראל, און זייער ווארט איז ביי 'אונז' קדוש! ווילסט זאגן דו שעמסט דיך. זאג אבער נישט אז איך בין ראנג