בלאט 3 פון 28

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:16 am
דורך געפילטע פיש
בד"וו, איך מיין אונז זעמער שוין לאנג אריבער די ג' חמורות, מ'האלטן שוין לפחות אזא אכט ניין חמורות של ר' פנחס בן יאיר, אנגעפאשעט מיט גע'מעשר'טע שעורים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:23 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע, וואס האט ער פון אפדעיטן קראום, ער האט דאך דעם פראבלעם אויך אויף IE און פייערפוקס.
ס'איז נישט דעם פראבלעם פון זר זהב.

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:23 am
דורך זר זהב
רייט. כ'האב אפדעיטעד קראום, און גארנישט אויפגעטון

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:37 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע, וואס האט ער פון אפדעיטן קראום, ער האט דאך דעם פראבלעם אויך אויף IE און פייערפוקס.
ס'איז נישט דעם פראבלעם פון זר זהב.

אין די אנדערע בראוזערס דארף מען דערהיינטיגן פלעש, אין קראום איז עס בילט אין. און ס'מסתם גרינגער\שנעלער אפצודעיטן קראום ווי פלעש. אבער אז ער זאגט אז ס'ארבעט סייווי נישט, מאכן מיר הפטורה ווי נעכטן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:46 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:מאכן מיר הפטורה ווי נעכטן.

:lol: :lol: :lol:
דו ביסט גוט אין די אויסדרוקן, איי לייק!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:18 pm
דורך קאווע טרינקער
http://www.vosizneias.com/135756/2013/0 ... sey-video/

ס'ברענגט מיר טרערן.
אלו הצאן מה חטאו צו באקומען אזא חינוך?

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:15 pm
דורך זר זהב
A Virginia church says it has received hundreds of calls from people around the world offering to adopt an unborn child with Down syndrome who otherwise would have been aborted.

After the unborn child came to the attention of Rev. Thomas Vander Woude of Holy Trinity Catholic Church in Gainesville, Va., an urgent plea was posted Monday on the church’s Facebook page. …

An adoption agency has narrowed down the hundreds of families to three, Drennan said, and is working with the birth parents to determine the best home for the child.

“Our culture says some babies aren’t wanted and that is not true. This proves there are hundreds of families,” Drennan said. “It was so fast and from all over. It’s a beautiful use of social media that something like this could spread all over the US.”


http://abcnews.go.com/US/church-flooded ... d9mxEGThWV

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2013 12:17 am
דורך פרישער
טייערער [tag]זר זהב[/tag] איך פארשטיי נישט וואס האט דיר געקאסט א טרער,

דעי חלק אז איין איינציגע קינד מיט דאון סינדראם האט זיך אדורך געשטיפט דו שפאלטענעס, און איז נישט געווארן ארויסגערצחעט פינעם מוטערטראכט, אדער דעיס אז מען רצח'ט אויס ניינין ניינציג פערצענט, פון קינדער מיט דאון סינדראם,

דאס אגב ברעינגט מיר טרערן

ביי אינז אידען טיט מען אדאפטירן אזעלכע קינדער כסדר אן קיין פאמפע.

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2013 12:21 am
דורך זר זהב
דאס אז אזויפיהל משפחות האבן זיך אנגעטראגן עס צו אדאפטירן

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 9:53 pm
דורך קאווע טרינקער
http://www.gruntig.net/2013/07/rav-kani ... iting.html

דעם קליפ ברענגט מיר טרערן, ס'גיבט א שטיקל בליק פון אביי און רבא שמועסן אין לערנען, דאס העכערקייט, און בעיקר דאס פרייליכקייט קען מען שפירן אפילו אויף you tube.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:33 am
דורך קינות גירושין
קאווע כמוז האבען א התקה פון דעם פארשאף עס asap

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 12:07 am
דורך [NAMELESS]
א כלה וואס האט נאך א פאר חדשים צו לעבן באקימט א הערליכע חתונה פון גוט הארציגע מענטשען
http://www.nbcbayarea.com/news/local/Br ... 37671.html

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 4:43 pm
דורך שמו יגער
ראשעקאל האט געשריבן:א כלה וואס האט נאך א פאר חדשים צו לעבן באקימט א הערליכע חתונה פון גוט הארציגע מענטשען
http://www.nbcbayarea.com/news/local/Br ... 37671.html

עס ברענגט נישט קיין טרערן נאר ווייזט אז א גוי קען ווערן גערירט פון טרערן אזוי ווייט ביז אויסצאלען אזא חתונה

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 7:35 pm
דורך [NAMELESS]
Talk for yourself
פאר מיר האט עס יא געברענגט טרערען

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:33 pm
דורך שמו יגער
ראשעקאל האט געשריבן:Talk for yourself
פאר מיר האט עס יא געברענגט טרערען

אין אויף דעם זאגט דער וועלט על טעם וריח אין להתווכח ובכל זאת מתווכחים

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 8:21 am
דורך שמעקעדיג
אוי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 3:30 am
דורך חזקיהו המלך
ס'האט מיר נישט געברענגט טרערן, אבער ס'איז זייער ווייטאגליך,

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=p5pW-Tm22qQ[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:54 am
דורך מורינו הרב
עס האט מיר געברענט טרערן:

http://www.mako.co.il/mako-vod#/mako-vo ... toComplete

צו קוקן די גאנצע פון אנהויב ביזן סוף, איינע נאך די אנדערע.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:http://www.gruntig.net/2013/07/rav-kanievsky-and-rebbetzin-visiting.html

דעם קליפ ברענגט מיר טרערן, ס'גיבט א שטיקל בליק פון אביי און רבא שמועסן אין לערנען, דאס העכערקייט, און בעיקר דאס פרייליכקייט קען מען שפירן אפילו אויף you tube.

אויב ס'ברענגט טרערן איז דאס טרערן פון שמחה און התרגשות. אט דאס הייסט א חול המועד'יגע שפאציר ביי ר' חיים קאניעווסקי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 1:25 am
דורך אליצפן
דער ארטיקל דורך גרוש האט מיר געברענגט הייסע טרערן, כ'האב שוין לאנג נישט געהאט אזויפיל טרערן אין די אויגן אויפאמאל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 10:48 am
דורך טעפל
מורינו הרב האט געשריבן:עס האט מיר געברענט טרערן:

http://www.mako.co.il/mako-vod#/mako-vo ... toComplete

צו קוקן די גאנצע פון אנהויב ביזן סוף, איינע נאך די אנדערע.

שכוח מורנו ורבנו, א שאד שרון האט נישט זוכה געוועהן צו זעהן מיט זיינע אויגען זיין אייגענע חורבן וואס ער האט אנגעמאכט...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:51 pm
דורך קאווע טרינקער
די סליחות פון יהודה גרין, נאכן קוקן דא עטליכע שטיקלעך האב איך באמערקט אז איך בין אין אנדערע וועלט..
א וועלט פון דביקות בשם.
און יא, ס'האט מיר געברענגט טרערן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:37 am
דורך גנדי
קאווע טרינקער האט געשריבן:די סליחות פון יהודה גרין, נאכן קוקן דא עטליכע שטיקלעך האב איך באמערקט אז איך בין אין אנדערע וועלט..
א וועלט פון דביקות בשם.
און יא, ס'האט מיר געברענגט טרערן


נישט פארשטאנען. נאכן קוקן ביסטו אריין אין אן אנדערע וועלט. אדער פארדעם ביסטו געווען אין אן אנדערע וועלט?

א וועלט פון דביקות אין קרליבך שול? אדער אין דיין היימישע בית מדרש ?