בלאט 3 פון 5
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:46 am
דורך רויטע וואנצעס
פאליציי האט אים געטראפן אויף 108 גאס נאך דאנרשטאג נאכט מיט אסאך מעסער שטעך וואונדען, ה"י.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:47 am
דורך דייטל
thanks MK for all updates/
he underwent surgery on ???
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:48 am
דורך דייטל
יויש
איך זעה שוין. איך וועל שוין היינט נישט קענען איינשלאפן......
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:50 am
דורך דער (פינטעל) איד
Just in:
פאליציי האט אים נעכטן נאכט געטראפן אינגאנצן צו שטאכן אין קווינס היינט איז מען ארום געגאנגען אין אלע האספיטאלס זוכן און מהאט געטראפן איינעם אן א נאמען און מהאט אידענטיפייד אז סאיז אים
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:55 am
דורך דייטל
friday night?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:01 am
דורך נולד מאוחר
ווען מברעעגט אריין איינעם אין שפיטאל אנקאנטשעס, מעלדן זיי נישט איין די משפחה?
קוקען אין טאש פאר אן Id וכדומה?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:02 am
דורך דייטל
זעט אויס דער גנב האט אים בארויבט פון זיין ID
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:02 am
דורך בשםואין
ר' ליפא, א מיטל יעריגער אינגערמאן, האט א לב טוב, טשעפעט נישט קיין פליג אויפן וואנט, געווען דער ערשטער קעיטערער וואס איז אויפגעקומען מיט די איידיע פון נישט אוועקווארפן שיריים אין מיסט נאר גענומען די מיה און צייט איינצופאקן אלע איבערגעבליבענע עסנווארג און פארטיילט און אפגעשיקט פאר די נויטבאדערפיגע.
אפילו איצט נאכן אויפגעבן די קעיטערינג פאסטן גייט ער ווייטער אהן מיט זיינע גוטע טהאטן, בעיני ראיתי וואו ער דרייט זיך ארום אין די אווענט שטונדן זיכן א אינגערמאן, א גרוש אדער א בחור'ל וואס איז הונגעריג און לאדענט זיי איין צו זיך אין קאר און סערווירט זיי מיט א הייסן טעלער פרישע זופ און אביסל געקעכטס, במשך פון א דריי א פערטל שטונדע זענען ניין אידן געזיצן ביי אים אין די קאר און זיך מחי' געווען, און דאס איז נישט קיין שיריים, ער האט עס ספעציעל אפגעקאכט צו קענען מחי' זיין אידן, און דאס איז נאר איינע פון זיינע הונדערטער מעשים טיבים, ווער ס'קאן אים פערזענליך ווייסט וואו שטארק ער זיכט מחי' צו זיין א איד.
שטייט ר' ליפא דאנערשטאג נאכט אין קווינס נעבן זיין קאר ווען מיטאמאל האט א שרעקליכע זאך פאסירט, ער ווערט פארלאזירט און פאלט אים אויף דער ערד מיט א שרעקליכע זעץ אויפן קאפ און פארלירט דעם באוואוסטזיין, ער בלייבט ליגן דארט אויפן גאס אינעם געגנט ארום סיטי פיעלד, קיינער האט נישט געוואוסט וואו ער איז פארשוואונדן געווארן.
זיצט זיך א אינגערמאן אינדערהיים אויף זיין באקוועמע קאוטש מיטן סמארטפאון און די האנט, און הייבט אן צו פאנטאזירן, וויאזוי איז דער ר' ליפא פארשוואונדן געווארן? ס'מוז זיין אז ער האט מיט די מאפיא, ער איז אויף דראגס, ער איז דערפרעסט און האט זיך גענומען דאס לעבן וכו' וכו'
אבער דער אומ'אחריותדיגער אינגערמאן בלייבט נישט ביים טראכטן ער טייפט דאס אויף אויפן וואטס עפפ גרופ און שיקט עס ארויס, וואס טוט מען נישט פאר אביסעלע עי.טי.ענד.טי...
זיצן אויף די גרופ עטליכע פון זיינע פריינט בדומה לו, פאר זיי איז וויכטיגער צו זיצן מוצש"ק אויפן אינטערנעט וואו צו פארברענגן אביסעלע קוואליטי צייט מיט די ווייב און קינדער, און זיי שיקן אויך ארויס זייערע פאנטאזירטע סברות און אויסגעטראכטע זאכן אויף זיין פריוואטן לעבן, און טאמער איז ער דערפרעסט און ער האט מיט די מאפיא איז ער דאך טויט, שיקט איינער ארויס א מעסעדזש אז ער מ'האט אים געפונען טויט.
ליגט ר' ליפא אין שפיטאל באוואוסטלאז און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים, זיצן די קינדער, ברודערס, שוועסטערס, איינקלעך און נעפיוס פון ר' ליפא אנגעצויגן מיט שרעק און אנגסט, ווער ווייסט וואספארא שרעקליכע נייעס די נעקסטע מינוט וועט ברענגן, און זיי דארפן הערן די פאלטשע שמועות וואס אפאר אפגעפליקטע נאו באדיס פאנטאזירן?
וויפיל רשעות ליגט אין דעם?
א אייניקל דארף הערן א פאלטשע שמועה פון זיינע חבירים אז זיין זיידע איז אויף דראגס?
די הארצלאזע ביליגע אינגעלייט וואלטן ווען פארקויפט זייערע אייגענע טעכטער פאר אביסעלע אויפמערקזאמקייט, שעם אן יא אלל.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:05 am
דורך נולד מאוחר
ווען ער שטארב ווען פאר אלע חיות געזאגט, וואלט מען עם באגראבן און קיינער וואלט נישט געוויסט ווי ער איז?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:08 am
דורך דייטל
אה מ'הערט שוין ענדליך עפעס דברים של טעם.
ייש"כ בשם ואן פארן נעמען די מיה. ר' ליפא'ס חסד איז שטוינענד...
און ס'הייבט זיך נישט אן ער איז נישט צומזיקט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:10 am
דורך דער (פינטעל) איד
נאר וואס ?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:11 am
דורך בשםואין
10-4 פאר נישט צומזיקט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:13 am
דורך דייטל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:נאר וואס ?
ער איז אין א שווערע מצב און זקוק לרחמי שמים.
מ'ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס יא. אבער צייכענעס זעט מען נישט אויף אים.
אזוי הייסט עס יעצט...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:16 am
דורך נולד מאוחר
סאיז קיינעמס נישט שילד אז סנאך דא מענטשען וואס נעמען ערענסט וואטסעפפ מעסעדזש.
יעדער אינגערמאן האט א רעכט צי שפעקעלירן, און שיקן זיינע שפעקעלאציעס פאר ווער סאעז אינטערסיערט דערין.
פאר וואטס עפפ האט אויך יעדע מעשה געהאט זעקס גירסאות.
ביז ווילאנג מיר האבן נישט קיין אמתא מידיע ריפארטס, וועט דאס אזוי זיין.
וויאזוי ווייס איך אז אפאר עסקנים האבן מחליט געווען, משום כבודו נישט צי פארציילען דעם אמת? כרעד נישט פון די יעצטיגע מעשה, כרעד בכללוית.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:17 am
דורך דייטל
שפעקולאציעס אויף בד"ה גיבסטו אויך רעכט ?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:19 am
דורך נולד מאוחר
כווייס נישט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:20 am
דורך דייטל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:Just in:
פאליציי האט אים נעכטן נאכט געטראפן אינגאנצן צו שטאכן אין קווינס היינט איז מען ארום געגאנגען אין אלע האספיטאלס זוכן און מהאט געטראפן איינעם אן א נאמען און מהאט אידענטיפייד אז סאיז אים
קול מבשר זאגט מ'האט אים געטראפן דאנערשטאג נאכט.
זעט אויס אז מ'האט נישט גענומען ערנסט זיין אפוועזנהייט אין די ערשטע טאג בפרט ווען ער איז געווען אונטערוועגנס. ווען יא, וואלט שוין געווען אן איבערקערעניש פרייטאג.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:20 am
דורך דייטל
ירחם המרחם
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:22 am
דורך zurich
השם ירחם
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:57 am
דורך הדד בן בדד
דייטל האט געשריבן:שפעקולאציעס אויף בד"ה גיבסטו אויך רעכט ?
רעכט נישט, אבער א גוטע זאך איז עס דאך, ווייל אזא שמועה איז דאך א סגולה אויף אריכות ימים.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 7:18 am
דורך קאווע טרינקער
קען איינער אנצייכענען וואס - כ'דענק נישט ווער - האט געשריבען נאכען געפונען א פארלוירן קינד אין קרית יואל, אז ס'האט נאך קיינמאל נישט פארסירט אז די זיכעריי האט זיך געענדיגט צוליב די "וואלענטירן".
והוא הדין הכא.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:17 am
דורך סאשי פיש
גוט!!, קוק וואס א קאפי קען אנמאכען!!....
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:23 am
דורך סאשי פיש
בילדער פון די זוכעריי