בלאט 3 פון 5

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:37 pm
דורך תשפג
מנשסתר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:36 pm איז ער בכלל א מאן דאמר?
יעדע שמויגער וואס האט אפאר פאלויערס אויף סאושעל מידיא איז היינט אגאנצע מאן דאמר.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:54 pm
דורך עלם ועלמיא
איבער מציצה בפה אין אנטוורפן אויף בעלגישע טעלעוויזיע

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:59 pm
דורך [NAMELESS]
עלם ועלמיא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:55 am פרישה מציצה בפה סקאנדאל אין בלגיה, אויך אין ניו יארק?

https://www.timesofisrael.com/antwerp-r ... mouth/amp/
אדער ווייסטו נישט ווער משה ארי' פריעדמאן איז (א נעפיו פון משה גבאי א יליד קרית יואל...) אדער ווייסטו נישט וואס די ווארט סקאנדאל מיינט...

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:01 pm
דורך נאך א שמויגער
.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:03 pm
דורך נאך א שמויגער
ער איז געווען מער אינטרעסאנט אלס נ"ק.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
עלם ועלמיא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:11 pm ניין איז נישט קיין ״מאן דאמר״
די גזירת החינוך איז אבער אדורך אין אנטוורפן אין די גזירת השחיטה איז אויך אדורך אין בלגיה
מיינסט צו זאגן אז יעדע נערווען קראנקער קען מאכן דעמעדזש?

ווען ער איז געגאנגען קיין איראן זיך קושען מיט די ארטיגע שונאי ישראל זייענדיג דעמאלטס מיט נטורי קרתא האסטו זיך אויך אפגעגעבן מיט די פיקח?

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:01 pm
דורך שמן למאור
ב"ה כאטש איינער נעמט קער פון אונז. א מאדנע עקלדיגע מנהג אן קיין געהעריגע מקור, שוין העכסט צייט דאס אויסצורייסן.

כ'האב לעצטנס געשמועסט מיט א שונאי ישראל, פרעגט ער מיר, איז אמת אז ענק סאקן בלוטיגע בעיבי דיקס?!?!? פארוואס טוען ענק דאס?!?!?

כ'האב געזוכט א לאך וואו מיך צו באגראבן פאר בושה. כ'האב אנגעפאנגען צו דרייען מיטן צינג אז נישט יעדער טוט דאס, שלעפט ער ארויס זיין פאון איז ווייזט מיר בילדער ווי עס שטייען באבערדלטע חברה אראפגעבויגן אויף די מילה פון בעיביס... פעך!

כ'וואלט אהערגעברענגט דאס בילד ווען נישט דעם הרחק מן הכיעור.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:51 pm
דורך moody
געפעלט מיר ווי ס'ציט זיך אן אשכול ווי ס'איז אנגענימען אלץ א דבר המובן מאליו אז מציצה איז גורם הערפיס, להווי ידוע: די סיבה פארוואס די NYC העלט דעפארטמענט האט זיך אפגעלאזט פון די מציצה בפה מגיפה איז געווען ווייל די אגודה האט מצליח געווען אויפצווייזן אז הערפיס איז נישט העכער אין שפיטעלר ווי ווי ס'איז דא א העכערע קאנסעטראציע פון היימישע בעיביס.
אבער הוא קעירס? מ'רעדט דאך דאך בעיסיקלי פון רעבעס מיט בנשק"לעך, נא, לאמיר זיי שינדן די הויט

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:09 am
דורך כרם זית
@שמן למאור
דאס וואס דו זאגסט אז עס איז א מאדנע מנהג אן קיין שום מקור, מיינסטו לכאורה די חלק הפה שבו, וויבאלד די עצם מנהג פון מציצה איז בכלל נישט מאדנע נאר א רפואה ווי עס ווערט געברענגט אין די גמרא שבת. אודאי היינט ווייסט מען אז עס איז נישט מעלה און נישט מוריד אבער צו זאגן אז עס האט נישט קיין מקור אדער טעם איז פאלג מיר א גאנג.

עס איז אויך נישט 'מאדנע' אז מען וויל אנהאלטן די חלק הפה וויבאלד מען האט אזוי געטון אין אלע דורות. זאל די טעם זיין אלס sentimental value אדער צוליב די חשש פון די slippery slope. עס איז אבער יא מאדנע און לאָך זיכנ'דיגע בושות, ווען מאיז מוצץ כאטש עס שטעלט דאס קינד אין געפאר.עס איז א בושה אז עס דארף קומען דערצו אז אזא מענטש ווי פרידמאן וואס איז מלומד לדבר לישנא בישא זאל קער נעמען פון אונז, עס וואלט ווען געדארפט זיין אז רבנים זאלן אליין טון די לאגיש'ע זאך (ווי זאגט נאר @הממלוכה והמלשלה, במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס אזוי: נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלסטעישן נאר מייקעל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס וכו').

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:54 am
דורך שמן למאור
כמובן רעד איך פון די חלק הפה. און ניין, מען דארף נישט טון קיין מאדנע עקלדיגע זאכן בלויז ווייל מען האט אזוי געטון פאר דורות.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:04 am
דורך כרם זית
דארפ'ן דארף מען גארנישט טון, די שאלה איז נאר צי עס קען אנגעריפן ווערן מאדנע ווען עס איז דא לעגעטימע סיבות עס צו טון (כמובן במקום וואס עס איז נישט קיין סכנה), כאטש אפילו די עצם מעשה איז מאדנע פאר איינער וואס איז נישט קיין איד.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:07 am
דורך משה זעקעל
זענען דא בכלל אידן וואס מאכן נישט מציציה

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:41 am
דורך עלם ועלמיא
מציצה איז נישט מציצה בפה.
רוב מניין ורוב בניין אין כלל ישראל האט עס אדער אויפגעהערט צי מאכן אדער עס נאר געמאכט מיט פראטעקשן (ווי חת״ם סופר האט געפאסקנט)
מציצה בפה האט טאקע נישט קיין שום מקור אין הלכה!

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:32 am
דורך קורקלענד
דענסמאל געווען די פשעטל אז טראץ וואס בעצם איז מציצה נישט אזא מסירות נפש ענין און טראץ וואס די רעגירונג וויל עס נישט מבטל זיין, נאר סך הכל רעגולירן. מיט דעם אלעם דארף מען גיין דערקעגן עד הסוף, וויבאלד ס'איז א פרינציפ, און אויב וועט די רעגירונג מעגן ווערן אינוואלווד אפי' א טראפקעלע, ווער ווייסט וואס מיר וועלן זיין אומשטאנד צו צאלן מיט די יארן.

מיט עדיוקאציע איז א אנדער ענין. ווארום, טראץ וואס עס איז מער א האקעלע סיטואַציע , איז אבער דא אסאך געלט אויפ'ן טיש פאר די א''ג מוסדות התורה...... זאל די רעגירונג אלעס קאנטראלירן, אבער געלט זאל זיך גיסן אין די אקאונטס פון אונזערע 'עוסקים בצרכי צבור'.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:20 am
דורך עלם ועלמיא
קורקלענד

אין דיין רעאקציע ווערט ניטאמאהל אנגערירט דאס עצם העניין
אין דאס איז הסכנה שבדבר מיט זיכערהייט מסכן זיין טויזנטער קינדער (infant babies אין יש אומרים עס איז זיך גובל מיט רציחה ממש!

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:37 am
דורך קורקלענד
איך בין נישט אזוי זעכער. דאס איז נישט געווען מיין באזארגעניש. אעפ''כ איז רעגירונג רעגולאציע קיינמאל קיין אויפטוה.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:07 am
דורך עלם ועלמיא
אין בין נישט זעכער, אבער עס זעהט מער אויס ווי קרימינאלע קלאגעס פארן גיין קעגן רעגולאציעס וואס זענען שוין דא.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
עלם ועלמיא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:54 pm איבער מציצה בפה אין אנטוורפן אויף בעלגישע טעלעוויזיע

א פחד א שרעק
זיי רעדען וועגען אסר'ן מילה בכלל ביז דאס קינד קען אליין באשליסען
כדרכו בקודש זאגט דער פריעדמאן אז די מוזולמענערס טוהן מילה מיט א דאקטער און פארטויבונג אין א שפיטאהל
ער טענה'ט אז רוב אנטווערפען זענען אים דאנקבאר.....
מען וועט מוזען אוועק פון אנטווערפען....

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:31 pm
דורך נישנאש
שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:01 pm ב"ה כאטש איינער נעמט קער פון אונז. א מאדנע עקלדיגע מנהג אן קיין געהעריגע מקור, שוין העכסט צייט דאס אויסצורייסן.

כ'האב לעצטנס געשמועסט מיט א שונאי ישראל, פרעגט ער מיר, איז אמת אז ענק סאקן בלוטיגע בעיבי דיקס?!?!? פארוואס טוען ענק דאס?!?!?

כ'האב געזוכט א לאך וואו מיך צו באגראבן פאר בושה. כ'האב אנגעפאנגען צו דרייען מיטן צינג אז נישט יעדער טוט דאס, שלעפט ער ארויס זיין פאון איז ווייזט מיר בילדער ווי עס שטייען באבערדלטע חברה אראפגעבויגן אויף די מילה פון בעיביס... פעך!

כ'וואלט אהערגעברענגט דאס בילד ווען נישט דעם הרחק מן הכיעור.
מי שמך לאיש אפצושפעטן פון א מסורת ישראל עם קדוש
קיינער האט דיר נישט געצווינגן וואס צוטאן ביי דיינע קינדער דארפסט אבער נישט קומען אויף א אידישע פארום אפחוזקן פון א אידישע מנהג

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:18 pm
דורך שמן למאור
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:31 pm

דא אויף דעם פארום איז ב"ה דא פרייהייט פון ווארט, און יעדער קען זיך אויסדריקן זיין מיינונג. אז עס געפעלט דיר נישט, קענסטו גיין קיין אייוועלט.

עס איז דא א תורה וואס צו דעם דארפן זיך אידן צו האלטן, נישט צו קיין יארן לאנגע איינגעפירטע פאריקטע קאפריזן. דאס זיך איינ'עקשנ'ען נישט צו טוישן "גארנישט" פון וואס אונזער זיידעס האבן געטון, נישט קיין חילוק ווי נאריש דאס זאל נאר נישט זיין, איז א געפערליכן פראבלעם וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:24 pm
דורך שמן למאור
.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:28 pm
דורך סקעפטיקער
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:31 pm
שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:01 pm ב"ה כאטש איינער נעמט קער פון אונז. א מאדנע עקלדיגע מנהג אן קיין געהעריגע מקור, שוין העכסט צייט דאס אויסצורייסן.

כ'האב לעצטנס געשמועסט מיט א שונאי ישראל, פרעגט ער מיר, איז אמת אז ענק סאקן בלוטיגע בעיבי דיקס?!?!? פארוואס טוען ענק דאס?!?!?

כ'האב געזוכט א לאך וואו מיך צו באגראבן פאר בושה. כ'האב אנגעפאנגען צו דרייען מיטן צינג אז נישט יעדער טוט דאס, שלעפט ער ארויס זיין פאון איז ווייזט מיר בילדער ווי עס שטייען באבערדלטע חברה אראפגעבויגן אויף די מילה פון בעיביס... פעך!

כ'וואלט אהערגעברענגט דאס בילד ווען נישט דעם הרחק מן הכיעור.
מי שמך לאיש אפצושפעטן פון א מסורת ישראל עם קדוש
קיינער האט דיר נישט געצווינגן וואס צוטאן ביי דיינע קינדער דארפסט אבער נישט קומען אויף א אידישע פארום אפחוזקן פון א אידישע מנהג
רבונא דעלמא כולה, מיט וואס איז דאס א אידישע מנהג? און נאך מסורת ישראל עם קדוש? די חתם סופר שרייבט אז סיי וועלכע זאך וואס טוט די זעלבע פעולה קען מען רואיג טוהן. ווייל אמאל האט מען נישט געהאט/געדארפט/געוואוסט עפעס בעסער איז דאס נאכנישט קיין מנהג! אין די היינטיגע וועלט ווי היידזשין איז א פריאריטעיט וואלט מען שוין לאנג געדארפט טרעפן עפעס בעסער. אמאל האט א דאקטאר אויך נישט געהאט קיין הענטשוך. נאר ווייל מ'האט מורא פונעם סליפערי סלאופ, וועגן דעם גליטשט מען אין די פארקערטע דירעקציע עד כדי שגעון ממש

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 3:53 pm
דורך [NAMELESS]
שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:24 pm
מנשסתר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:03 pm
עלם ועלמיא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:54 pm איבער מציצה בפה אין אנטוורפן אויף בעלגישע טעלעוויזיע

א פחד א שרעק
זיי רעדען וועגען אסר'ן מילה בכלל ביז דאס קינד קען אליין באשליסען
כדרכו בקודש זאגט דער פריעדמאן אז די מוזולמענערס טוהן מילה מיט א דאקטער און פארטויבונג אין א שפיטאהל
ער טענה'ט אז רוב אנטווערפען זענען אים דאנקבאר.....
מען וועט מוזען אוועק פון אנטווערפען....
מצד איינער וואס גלייבט נישט אז די באשעפער האט געהייסן אמבאדינגט אפטשאפן די שטיקל הויט פונעם קינד'ס קערפער די אכטע טאג פון געבורט, לייגט זיך זייער אויפן שכל אז די רעגירונג זאל דאס נישט צולאזן.

ווער געבט דיר רעכט אפצושניידן א שטיקל קערפער פון דיין בעיבי אן זיין רשות? אפשר וועט ער עלטער ווערן און יא וועלן דאס שטיקל הויט? עס וואקסט דאך נישט צוריק.

נאר גיי זיי מסביר פארן גוי ווי שטארק די באשעפער גליסט אז אונזער ערלה זאל אפגעשניטן ווערן.
דער פריעדמאן לכאורה וויל נישט מבטל זיין מילה אין גאנצען, ער פארלאנגט נאר מילה דורך א דאקטער אהן מציצה בפה
אבער ער האט געעפענט א פאנדארא'ס באקס
ווילאנג עס איז נישט ארויף געקומען אויף דעם טיש ביי די גויים האבען זיי נישט געטראכט וועגען דעם
ביזט הונדערט פראצענט גערעכט אז אומגלויביגע מענטשען האלטען אז מילה איז מוטילאציע
די זעלביגע מענטשען האלטען אז שחיטה איז שלעכט און צער בעלי חיים
די זעלביגע מענטשען האלטען אז לייגען תפילין האט נישט קיין פשט
וכו' וכו' וכו'
איך פיהל סארקאזם אין דיינע ווערטער אז כביכול דער באשעפער גליסט זיך אז אונזער ערלה זאל ווערען אפגעשניטען
אבער דער אמת איז אז עס טאקע אזוי
און די שאלה האט שוין טורנוס רופוס געפרעגט רבי עקיבא ואכמ"ל
למעשה גערעדט אויב וועלען די אומות אסר'ן מילה וועט מען מוזען גיין וואוינען אין מדבריות