בלאט 3 פון 6
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 11:18 pm
דורך למדן
פיהלסט בעסער, גוד פאר יו.
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 11:20 pm
דורך היימישער ליטוואק
mistake
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
ווי האב איך געשריבן נאר איינעם?
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 11:25 pm
דורך יאיר
אפטעמיסט האט געשריבן:וואס האט דא פאסירט מיט אונזער קאמיוניטי? איז נישט צייט צו מאכן א חשבון הנפש און זען וואס אזאנס גייט דא פאר אז יעדען צווייטען טאג זענען מיר אין די נייעס? ס'איז היינט א צייט וואס ס'איז ממש א בושה צו גיין מיט א הוט און רעקל אויפן גאס. פון א באשיידענע שטילע קאמיוניטי, איז געווארן א נידערטרעכטיגע, פארשעמטע אראפגעקוקטע געזעלשאפט, און וואס א טאג ס'גייט פארביי, זענען מיר מער פארפיינטעט און צו שאנד און צו שפאט. איין טאג איז עס מאלעסטעישן, א צווייטער טאג גניבות, מארגן אינעווייניגע קריגערייען, און היינט גענוג-סטיל אטאקעס. וואס האט פאסירט מיט אונז? בין איך טאקע א חלק פון אן אומערצויגענע, אומציוויליזירטע סאסייעטי? מילא מ'פארדאמט ווען דער אינצידענט, החרשתי. אבער וועם איך רעד נאר צו האלט גאר אז די חברה זענען גערעכט. זענען מיר מיט אלעמען?
זענען דא סטאטיסטיקס וואס ווייזן אז חסידים פראדוצירן מער גנבים און שלעגער ווי סיי וועלכע אנדערע סאסייעטי?
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 11:25 pm
דורך ממרום שלח אש
טאמבל סאס האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:אויב האט שוין די די עי געהאט די אלע פראוו פאר יום טוב, און ער האט פשוט געווארט פאר יום טוב אדורכגיין און נאכדעם מאכן די ארעסט, איז עס א שיינע זאך פון זיין זייט.
נע, זיי האבן עס דוקא געטוהן פאר שבועות.
אבער יעצט ערנסט גערעדט. איך וואונדער מיר טאקע, וואס איז דארט געווען? ער איז סתם אזוי געווען א וואוילער שטילער העפי געי לאקי, און פלוצלונג זענען אים דער גרופע באפאלן און צעבויקערט די ביינער?
אדער האט ער געוואלט קודם מזכה זיין אפאר בחורים מיט זיין חפץ של מצוה? און אפשר האבן די אינגעלייט נישט פארגינען אז עמיצער אנדערש וועט זיי אוועקכאפן די מצוה, סאו האבן זיי דערפאר זיך ארויפגעווארפן דערויף מיט די הענט און פיס?
יעצט צוריק צום ליצנות. די וויצלער זאגן, אז טאמער א חסיד באקלאפט א געי גוי די ביינער, קען עס נאר זיין צוליב וואס דער גוי טוט לשיטתו פארשעמען די געי קאמיוניטי מיט דעם וואס ער איז נישט אזא גוד לאקינג פעללאו.
נאך א מזל ביזט צוריק צו די לייכטערע זייט, די ערענסקייט האט זיך שוין געגרעניצט מיט מרה שחורה חלילה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 12:36 am
דורך יואליש
פאר ווער ס'איז באקאנט, ס'האט גארנישט מיט אנטי אידן. די פאליציי לעבט גיט מיט אונזער קאמיוניטי, זיי לעבן גיט מיט שומרים, עסקנים, שתדלנים וכל מיני לעלוס (עכ"פ די הויכע ראנגן). די פאליציי וואלט הארצן גערן געווישט די גאנצע אקציע מיטן אויג אינאיינעם אינטערן טעפיך. זיי טוהן דאס כסדר פאר אונז. האט אבער דער פון אויבן געפירט אז דא האט מען זיך אנגעהויבן מיט א קינד פון א מאמע וואס איז גאנץ פיין פארבינדן מיט הויכע פענסטער, זי קען די געים פיין און געוויסט אז די טעפיך גייט יעצט יערן מיט איר זוהן'ס געשוואלענע אויג דערונטער. האט זי תיכף ארויסגעלאזט א פאלשע קלאנג אז מ'האט איר זוהן אטאקירט ווייל ער איז א פעכי תועבה. ווער ס'האלט מיט די נייעס ווייסט אז עס זענען באריכטעט געווארן עטליכע אזוינע האסע פאברעכן אין יענע צייט, און די געי רעכטן גרופעס האבן געליארמעט אז ס'קומט פאר א מגיפה, די סיטי איז געוווען אונטער פרעשור צו צייגן די רעגנבויגן געמיינדע אז זי וועט מאכן א זוכר הברית און נעמען ערענסטע שריט. אין יעדע אזא פאל האט זיך איבערגעדרייט אין די מידיא און פאלאטישאנס האבן זיך געיאגט צו די מייקראפאן צו פארדאמען. די מאמע פונעם קרבן אונזערע האט באשלאסן ללמד את בני יהודה קשת, אז מיטן עס דערקלערן אלס א רעגנבויגן אטאקע וועלן די פאלאטישאנס עס נעמען ערענסט, דע געמיינדע פון דרום וויליאמסבורג וועלן עס האלטן הייס אין די מידיא און איר זוהן וועט נישט ליגן אונטערן טעפיך. דאס האט גלייגט דרוק אויף די פאליצייי צו ברעכן די קעיס. לאמיר קלאר מאכן: א פארברעכן איז באגאנגן געווארן, א קינד איז אהיימגעקימען אן א אויג און די מאמע ווי אויך יעדע רעכטדענקיגע ציוויליזירטע מענטש מעג און מיז שרייען לא תצא כצאת העבדים, כי יכה איז את עין איז א פאברעכן אין די מערב לענדער. די שאלה איז אויב די פאליציי האט פארהאלטן די ריכטיגע מענטשן. די ארעסטירטע זענען בארעכטיגט צו א דיפענס און זענען בכלל נישט שולדיג יעצט. שומרים האט פיין געטוהן מיטן רעליסן א סטעיטמענט זיך צו אפשאקלן פון די מעשה רציחה. שומרים קען מעגליך זיין נעקסט מיט קרימענאלע און ציווילע קלאגעס.
די פאליציי ווייסט מסתם אז דאס האט גארנישט מיט קיין האסע צוטוהן, און פארדעם האט מען זיי טאקע נישט אנגעקלאגט מיט האסע קלאגעס.
(דרך אגב, מ'האט פארציילט פארן קלאזענבורגע רבי איבער די אטאקע, האט ער זיך אויסגעדריקט כדרכו "אין נאצי דייטשלאנד האט מען אויך
גע'הרג'ט געיס." עכ"ל.)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:22 am
דורך יואליש
מ'קען זעהן די סענסיטיווקייט מיט וואס די פאליציי זענען זיך באגאנגען דא. נישט נאר האבן זיי געווארט אויף נאך יו"ט, נאר זיי האבן אפגעשוינט די אינגעלייט פון א פערפ וואלק, א שאנדפולע מנהג ביי די פאליציי. ווי אויך איז נישט געווען א פרעסע קאנפערענץ, ווי ס'איז געווענליך די מנהג.
קענט איר זיך פארשטעלן א בילד פון א חסידישע פערפעוואלק אויף די פראנט בלאט פון די טעיבלאוטס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:20 am
דורך סמיילי
אז יעדער איז שטיל וועט עס אראפארען פון די נייעס און לכאורה וועט גארנישט געשעהן, די אלע קאמענדס צו פרעס ריליסעס פאר די מידיא מאכט עס מער נייעס, אז קיינער רעדט נישט, ווערט עס אויס נייעס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 12:10 pm
דורך שרייבער
וואס איז שומרים זייט מעשה וואס אייוועלט האט אזוי מורא צו שרייבן?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 77#p843077
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:38 pm
דורך צדיק נסתר
יואליש האט געשריבן:מ'קען זעהן די סענסיטיווקייט מיט וואס די פאליציי זענען זיך באגאנגען דא. נישט נאר האבן זיי געווארט אויף נאך יו"ט, נאר זיי האבן אפגעשוינט די אינגעלייט פון א פערפ וואלק, א שאנדפולע מנהג ביי די פאליציי
וואס איז דאס א פערפ וואלק?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:41 pm
דורך יואליש
צדיק נסתר האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:מ'קען זעהן די סענסיטיווקייט מיט וואס די פאליציי זענען זיך באגאנגען דא. נישט נאר האבן זיי געווארט אויף נאך יו"ט, נאר זיי האבן אפגעשוינט די אינגעלייט פון א פערפ וואלק, א שאנדפולע מנהג ביי די פאליציי
וואס איז דאס א פערפ וואלק?
https://en.wikipedia.org/wiki/Perp_walk
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:58 pm
דורך [NAMELESS]
יואליש, זייער שיין און רייך געשריבן. דברים של טעם
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:58 pm
דורך ממרום שלח אש
די פערפ וואלק איז א שאנדע פאר אמעריקע, ספעציעל ווען עס איז נישט רעגולירט.
אויב איז עס א שטראף, זאל דער ריכטער צוטיילן נאר נאכן ווערן באשולדיגט מיט א חשבון "פיר יאר תפיסה דריי חדשים קאמיוניטי דינסט און זיבן און א דריי פערטל מינוט פערפ וואלק".
אויף קיין שום אנדערע אופן קען איך עס נישט זען פאר מאראליש אויסגעהאלטן, קאנסטיטוציע ווייסעך נישט און אינטערעסירט מיר נישט.
ברם יזכר אותו האיש לטוב, איך זע אין יואלישעס לינק אז דעוויד גרינפעלד האט געוואלט איינפירן א פארבאט דערויף.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:08 pm
דורך היימישער ליטוואק
די עוולה איז נישט דאס. אויף דעם קען מען נאך ענטפערן אז דאס איז פארט פון די עונש און עס איז נישטא קיין סכנה דעראיין ממילא דארף מען דאס נישט רעגולירן.
די עוולה איז אז על פי קאנסטיטושן איז ער נאך א אומשולדיגע מענטש, און טייל ווערן באמת פריי גשפראכן, טא וואס איז די רעכט אים צו פארשעמן - בכוונה - אזוי לעין כל?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:41 pm
דורך ממרום שלח אש
איך האב עס מבליע געווען אין מיינע ווערטער, לכבודך האב איך עס געמאכט באלד.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:56 pm
דורך Shiala
פאני זאך איז אז זיי זענען קיינער קיין שומרים מעמבער און יעדער בעשד די שומרים
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:57 pm
דורך סאשי פיש
[tag]shiala[/tag] אבא ווינקלער איז א שומרים מעמבער!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 6:20 pm
דורך פלעין יודיש
איז דער ווינקלער דער וואס שפילט אין די אינטערן פלעי'ס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 6:22 pm
דורך סאשי פיש
יא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:56 pm
דורך אריק
נו, איידער מען פארדאמט נייהוז, זאל ער שנעל פראקלאמירן אז ער שטייט נישט "אונטער" די אטאקע....
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 8:48 am
דורך פלעין יודיש
וואס גייט פאר מיט יאסעלע פריד
יא אדער ניין
איך האלט און איין באקימען מעסעדשעס אז איך בין שוין אינגאנצן צימישט
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 10:18 am
דורך אפטעמיסט
.
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 1:52 pm
דורך סאשי פיש
נחום רעד צום די עי איבער די קעיס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mbjs5zFa0Hg[/youtube]