בלאט 3 פון 6

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 8:47 am
דורך ציבעלע-קיגל
פארוואס האט איעדע רעבא שוויצערס און שלעגערס? מען נעמט זיך אן פאר'ן רעבאס כבוד...

ער וועט דיר סייווי נישט נעמען פאר א איידים, נישט דו און און נישט דיין זוהן. דער רעבא זיצט זיך שיין אויב'ן אן (און פאטשט זיך די בויך) און די בחורים און אינגעלייט שוויצערס און שלעגערס לויפע'ן ארום.

ער בלייבט רעבא און דיר וועט מען אלעמאהל געדענקען אלץ דער ווילדער שלעגער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:55 pm
דורך chusid
,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:18 pm
דורך זעמיל מילכיגער
צו וואס עסן און דערנאך אויסמאכן?? קענסט דאך לכתחילה אריינגיסן דעם טשולענט אינעם ברייטהארציגן בית הכבוד????

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:51 pm
דורך געוואלדיג
האט שוין ר' מרדכי חנא געפרעגט, פארוואס ווארפן די באלי כדי צו צוריק כאפן, זיי מחליט ווילסטו עס האלט עס, ווילסטו נישט כאפ עס נישט שפעטער, ועמוק הוא מי ימצאנו.

Re: נארישע גאונ'ישע קשיות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:39 pm
דורך ירא שמים
געוואלדיג האט געשריבן:יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל,
וואס איז די יוצא מן הכלל פון די כלל?
אלס מלמד וואלסטעך געדארפט וויסען , יעדער דארף קענען די וואך די גמרא קיין שום יוצא מן הכלל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:54 pm
דורך שמעקעדיג
זעמיל מילכיגער האט געשריבן:צו וואס עסן און דערנאך אויסמאכן?? קענסט דאך לכתחילה אריינגיסן דעם טשולענט אינעם ברייטהארציגן בית הכבוד????

דו האלטסט פון שעבודא דר' נתן... הא?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:23 am
דורך ירח בן יומו
שמעקעדיג האט געשריבן:
זעמיל מילכיגער האט געשריבן:צו וואס עסן און דערנאך אויסמאכן?? קענסט דאך לכתחילה אריינגיסן דעם טשולענט אינעם ברייטהארציגן בית הכבוד????

דו האלטסט פון שעבודא דר' נתן... הא?

ווי האט דער עלטערע יוד געזאגט. פלאגטס אריין די פידינג טאאב אין די קאטעטער און לאזט מיר ארויס פון דא, ווער דארף מיר האבן דא?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:24 am
דורך שמעון וואלף
פארוואס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס דרייען ארויף די פיאות העכער די אויער? די וואס קרייזלען עס שבת אדער די וואס האבן א מסורה בכלל נישט צו שניידן פיאות קען איך פארשטיין אבער די וואס שניידן יא און האלטן עס אויפ'ן אויער אויך שבת, קענען דאך עס שניידן און איבערלאזן א צוויי-דריי אינטשעס ס'זאל זיך האלטן אויפ'ן אויער ותו לא.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:28 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שמעון וואלף האט געשריבן:פארוואס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס דרייען ארויף די פיאות העכער די אויער? די וואס קרייזלען עס שבת אדער די וואס האבן א מסורה בכלל נישט צו שניידן פיאות קען איך פארשטיין אבער די וואס שניידן יא און האלטן עס אויפ'ן אויער אויך שבת, קענען דאך עס שניידן און איבערלאזן א צוויי-דריי אינטשעס ס'זאל זיך האלטן אויפ'ן אויער ותו לא.


פרעג בעסער.

פארוואס זענען דא בחורים און אינגעלייט וואס אגאנצען טאג, דרייען זיי די פיאות, ממש מען לאזט עס נישט אפ קיין מינוט. לעצטע שבת איז אריין געקומען א אינגערמאן אין בית המדרש און האט שוין געהאלטען אין מיטן דרייען און האט נישט אויפגעהערט אפי' ביים קידוש אין מיטן די טשולענט, בין לעפל ללפל נאך א דריי. הער שוין אויף, אדער גיי נעם א קורס אין העיא סטיילונג. איך פארשטיי שוין פארוואס אסאך מענטשען האבען פיינט חסידים. ווייל איך אליין האב איהם שוין שיעור אויסגעריסען די פיאות. וויפיל איז די שיעור.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 5:39 pm
דורך שמעון וואלף
וויזוי קען זיין אז מ'דרייט אגאנצן טאג די פיאות, ס'בלייבט דאך נישט קיין צייט צו שפילן מיט'ן בארד

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 12:14 am
דורך שמעקעדיג
בקרוב גייט ערשיינען די נייע עפאכע פון דרייווערלאזע קארס. מיין שאלה איז, וועלן פרויען זיין ערלויבט צו דרייוון די סארט קארס (מטעם המוסדות)? אויב דארף דער דרייווער גארנישט טאן כדי צו דרייוון דעם קאר, נאר זיצן אין פארנט, וואס איז א נפק"מ צי די פרוי זיצט אויף די רעכטע פאסאזשיר זייט צי די לינקע? מה לי הכא מה לי התם? אויב איז דער פראבלעם אז די פרוי פירט די קאר כרצונה, דאס איז דאך גענוי ווי יעצט, אז די פרוי טיילט באפעלן און דער מאן פאלגט ווי א שעפעלע. איז בפשטות איז משמע אז עס וועט זיין מותר. אדער נישט? וואס זענען די צדדים אויף נישט?

Re: נארישע גאונ'ישע קשיות

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 12:46 am
דורך גר ותושב
חדש אסור מן התורה סאו די מענער וועלן אויך נישט מעיגן דרייוון די קארן

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:00 am
דורך געוואלדיג
איך זעה דו האלטס שוין ביי דעם אז די עצם זאך פון א פרוי זיצן אין פארנט איז מותר בשופי, און דיין שאלה איז נאר לגבי וועלכע צד, איך בין נאך נישט אזוי בטוח אין די היתר פון א פרוי צו זיצן אין פארנט פון קאר, בקושי התירו באחורי הקאר כדי שלא לבייש את מי שיש לו, וד"ל.

Re: נארישע גאונ'ישע קשיות

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 5:42 am
דורך נעגעל וואסער
דריידל האט געשריבן:א דייעט דארף לכאורה פארמינערן גראבקייט. דעמאלטס פארוואס זענען אלע וואס גייען אויף דייעט, גראב?
א דאקטאר דארף מאכן מענטשן געזינט. פארוואס זענען מענטשן וואס גייען צום דאקטאר עפי"ר קראנק?

די לאכסט?!
איך האב געזעהן אין די נייעס נישט לאנג צוריק א שטודיע אז טשאקלאד מאכט א מענטש דאר! ווייל זיי האבן אויפגעוויזן אז 80 פראצענט מענטשען וואס עסען טשאקלאד זענען דארע מענטשען... איי די גראבער ווילן נישט עסען טשאקלאד ווייל זיי ווילן נישט ווערן מער גראב, דאס איז זיי נישט איינגעפאלן... חכמה בגוים תאמין. [emoji1]

אויב כ'וועל טרעפן די לינק, וועלעך עס שיקען בלי נדר.

Re: נארישע גאונ'ישע קשיות

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 7:06 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען באסעס אן דרייווער'ס וועלען פארשפרייט ווערען, גייען מיר זען מער תגובות פון בערעל'ן צו ווייניגער?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: נארישע גאונ'ישע קשיות

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 2:57 pm
דורך קל וחומר
לכאורה איז תלוי אויב די איסור איז אויף די חפצא אדער אויפן גברא, טאמער איז עס אויפן חפצא וועט מען מעגן ווייל למעשה ווערט עס נישט געדרייווט דורכן פרוי, ווידער טאמער איז עס אויפן גברא וועט זיין אסור ווייל למעשה איז די פרוי בעה"ב אויפן קאר, אדער כלך לאידך גיסא, די חפצא בלייבט א קאר און ס'איז אסור, די גברא איז נישט קיין דרייווער און ס'איז מותר. אדער קען מען מחדש זיין לאמיתה של תורה אז ווען א פרוי קומט זיך צאם מיט א פירערשאפט פון א קאר ווערט געשאפן אן איסור, ויש לפלפל עוד בדבר ואיכמ"ל.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 3:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איין זאך האסטו פארגעסען אין גאנצען מיט דיין פלפול. א פרוי קען קיין גברא נישט זיין.
וועט מען דארפען זאגען אז ס'איז אן איסור איתתא, און אויף דעם האבען מיר נישט קיין מסורה אויף בר מצוה פשעטליך און דער קשיא בלייבט שווער, ואכמ"ל.

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 3:22 pm
דורך שמעקעדיג
אודאי איז נישט קיין פרוי א גברא, זי איז דאך א חפצא של איסור רח"ל ורק בדיעבד גמור בהפסד מרובה התירו בקושי ובדוחק וד"ל,
איז אויב גייט זי קליידער ווינציגער ווי 4 אינטשעס אונטערן קני איז אפשר שייך צו זאגן אין איסור חל על איסור, ויש לעיין.

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 6:18 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:בקרוב גייט ערשיינען די נייע עפאכע פון דרייווערלאזע קארס. מיין שאלה איז, וועלן פרויען זיין ערלויבט צו דרייוון די סארט קארס (מטעם המוסדות)? אויב דארף דער דרייווער גארנישט טאן כדי צו דרייוון דעם קאר, נאר זיצן אין פארנט, וואס איז א נפק"מ צי די פרוי זיצט אויף די רעכטע פאסאזשיר זייט צי די לינקע? מה לי הכא מה לי התם? אויב איז דער פראבלעם אז די פרוי פירט די קאר כרצונה, דאס איז דאך גענוי ווי יעצט, אז די פרוי טיילט באפעלן און דער מאן פאלגט ווי א שעפעלע. איז בפשטות איז משמע אז עס וועט זיין מותר. אדער נישט? וואס זענען די צדדים אויף נישט?


די אלע טעמים וואס ווערען געברענגט אין פסחים דף ג' זענען נאך אלס נוגע. משום ביעתותא דגמלים, ביעתותא דליליא, ביעתותא דהר וכו' דברים האסורים משום סכנה אפי' באלף השישי לא בטל...

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:30 pm
דורך קל וחומר
גייענדיג אין מקוה היינט אינדערפרי איז מיר אקעגן געשווימען א סטאדע נארוואס אויסגעפליקטע האר, יעדער קען זיך פארשטעלן די איבעל וואס האט מיר אנגעכאפט... יעצט מיין פראגע, פארוואס עקלט מען זיך אזוי פון האר (אפי' געוואשענע)?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:46 am
דורך קאווע טרינקער
וואסי פשט אז גאט האלט אין איין אראפשיקען מענטשן נאכאנאד, על אף וואס ס'נישט געלונגען זינט אדם הראשון אז דער מענטש זאל עפעס אויפטון דא?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 12:02 pm
דורך געוואלדיג
אז די געשעפט אין נאך אפן, מוז זיין אז ער לייזט נאך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 2:14 pm
דורך קל וחומר
כ'ווייס נישט וואס מיינט ביי דיר אויפטוהן, אבער פון צדיקים זאגט מען נאך אז ס'יז כדאי דורכצושוויצן זיבעציג יאר אויף דיזען וועלט כדי צו קענען איינמאל לייגן תפילין! פאר מער פון דעם זעה מסילת ישרים בהקדמתו ובספרו דרך השם.