בלאט 3 פון 8

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 6:20 pm
דורך שמעקעדיג
שבת אחים האט געשריבן:מיין טאטע האט מיך געטעקסט איך זאל זאגן תהלים.

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:די רבי שליט''א איז שוין ב''ה אהיים


ביסטו דאך יא גערעכט!

שבת אחים האט געשריבן:זעהט זיך אויס אז מיין תהלים העלפט יא!

viewtopic.php?p=327368#p327368

ווילסטו זאגן תהלים פאר מיר אויכעט?

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 6:56 pm
דורך חכם עתיק
א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 10:35 pm
דורך petergrifin
חכם עתיק האט געשריבן:א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען


And how old are you?

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 1:22 am
דורך אדונינו
.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 1:24 am
דורך אדונינו
אדונינו האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:
חכם עתיק האט געשריבן:א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען


And how old are you?

He is 95, i know him well mr. petergrifin

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 1:51 am
דורך שבת אחים
חכם עתיק האט געשריבן:א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען


ער איז דאך די עלטסטע אדמור אויף די וועלט היינט! און פון די איינציגסטע איבערגעבליבנע רבנים וואס קומען נאך פון די אלטע היים! וואס רעדסטו נערישקייטן! ער האט טויזענטער חסידים וואס האלטן אז ער איז זייער וועג ווייזער. דו האסט איין חסיד?

Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 9:56 am
דורך petergrifin
@אדונינו דו הייסט אפשר חכם עתיק?

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
וואס מיינט "קארשן און צ"ון"?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 3:19 am
דורך שבת אחים
די מצב איז נישט גוט. מהאט אים פריער אריינגעפירט אין מאונט סיני האספיטאל.

השדתלו והרבו תחינה ובקשה
מרן מרדכי בן מרגליא לרפ״ש בתשח״י

נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 2:32 pm
דורך כהן
מ'האט אים נאך נישט אריין געפירט שפעטער נאכמיטאג איז אין פלאן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 2:09 am
דורך שבת אחים
כהן האט געשריבן:מ'האט אים נאך נישט אריין געפירט שפעטער נאכמיטאג איז אין פלאן


יא יא אמת. נאכאלץ אין שפיטאל

איך האב אים היינט אינזינען געהאט ביי רפאנו ה׳ געלאזט פאלן א טרער אז דער בורא כל עלמים זאל זיך שוין מרחם זיין און שיקן א רפואה שלימה פאר די עלטסטע חסידישע רבי אויף דער וועלט, פון די לעצטע רבי׳ס וואס איז נאך אויפגעוואקסן אינדערהיים.

דער וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד האט געהייסן אלע זיינע חסידים זאלן היינט מאכן א ביטול מלאכה און מהאט א גאנצען טאג געזאגט תהילים לרפואת דער רבי פון מאנסי מרן הגה״ק ר׳ מרדכי בן מרגליא

איי וואס געיט מיך אן? אבער פאקטיש גייט מיך עס יא אן. איך האב שטארקע פילינגס פאר אים. אזויווי ער וואלט געוועהן מיין זיידע. איך וויל ר׳ מאטעלע זאל לעבן פאר אייביג ביז משיחס טאג אפילו ער איז א עקסטרימסט. איך גלייך אים. ער איז אויטענטיש און אמת און א אייניקל פון מיין גרויסען רבין דער אהבת ישראל פון וויזניץ און ער האט זיך געקאכט אין זיין זיידען זיין גאנץ לעבן.

עפעס א היץ-קאפ וואס האט אביסל אפגעלאזט וויזניץ און חסידות פארציילט מיר אזא מעשה, מיט אפאר יאר צוריק האט אים די רבי אריינגערופן און אים געבעטן ער זאל נישט טוהן א געוויסע זאך. יענער מיט זיין הייסע טעמפער האט זיך אויפגערעגט און געזאגט פאר ר׳ מאטעלע בזה״ל

דו ביסט איבער נייציג יאהר אלט, דיין הארץ ארבעט אויף א בעטערי, דו ביסט (כמעט) בלינד, דו האסט הונדערעטער אייניקלעך און דו זארגסט זיך וועגן מיינע קליינע עבירות???

ער זאגט מיר ר׳ מאטעלע האט זיך בכלל נישט גערעגט נאר פארקערט ער האט זיך צושמייכלט. און ער האט זיך אנטשולדיגט פאר אים אפאר מאל , און געזאגט כהאף ביסט מיר מוחל פארוואס איך האב דיר גערופן, כהאף ביסט נישט ברוגז אויף מיר. איך רוף דיך נאר ווייל איך וויל דו זאלסט מיר טוהן ״א פערזענליכע טובה״ און זאלסט נישט טוהן דעס און יענעץ, אויב ווילסטו מיך נישט פאלגן וועל איך נאכאלץ זיין דיין פריינד. דער אינגערמאן האט געזעהן ווי שיין און ראוהיג די רבי רעדט צו אים נאכדעם וואס ער האט גערעדט צו אים אומ-דרך ארצדיג האט געזאגט פארן רבין ״אקעי איך נעם מיך פאר קיינמאל מעהר נישט צוטהון די זאך״. פאר ער איז ארויס האט זיך דער רבי נאכאיינמאל אנטשולדיגט און אים זייער שיין באדאנקט פארן אים אויסהערן.

איך קען ענק פארציילן אסאך אינטערסאנטע מעשיות פון ר׳ מאטעלע ער איז א אייגענארטיגע מענטש פון איין זייט א הארטנאקיגע קנאי פון די אנדערע זייט א ווייכע ליבליכע געטרייע מענטש.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:02 pm
דורך שמעקעדיג
שבת אחים האט געשריבן:איך האב אים היינט אינזינען געהאט ביי רפאנו ה' געלאזט פאלן א טרער אז דער בורא כל עולמים זאל זיך שוין מרחם זיין

:!: :!: :!: :!:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 7:35 pm
דורך ישראל גלויבער
מרדכי בן מרגלית

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 8:42 pm
דורך אינטערסאנטער
פון רבי מאטעלע קענען זיך אפילו זיינע מתנגדים אסאך לערנען. ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער איז פאר זיך אליין אלע יארן געווען זייער א שטרענגע מענטש, געלערנט יעדן טאג די צוויי בלאט, זיך קיינמאל נישט געטוישט זיינע מנהגים, און אלעס מיט אזא רואיגע זיכערקייט און שטארקייט, נישט קיין נערוועזער בכלל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:00 pm
דורך ישראל גלויבער
:lol:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל גלויבער האט געשריבן:מרדכי בן מרגלית

העי, אויב שרייבסטו מרגלית מיט א ת' וועל איך שרייבן טראנא מיט א א'....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:11 pm
דורך ישראל גלויבער
:-o

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
מחלוקת מיט וועם?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:15 pm
דורך ישראל גלויבער
:lol:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
מען האט זיי געשלאגן פאר א ת'?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:17 pm
דורך ישראל גלויבער
ריכטיג האט געשריבן:מען האט זיי געשלאגן פאר א ת'?

ניין פאר א 'מ'

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער: וואס פאלט דיר ביי? ס'איז יא פוצה פה ומצפצף. איך פייף פאר שמחה אז מ'האטציי געלערנט דרך ארץ אויף א קליינעם פארנעם. אז מ'גייט נישט אין א ביהמ"ד און מ'צושטערט די מנוחה און ארדענונג אין א הייליגן טאג. די טעראריסטן און סיקריקים מיינען אז זיי מעגן טון אלעס אין נאמען פון קנאות...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל גלויבער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מען האט זיי געשלאגן פאר א ת'?

ניין פאר א 'מ'

לאז צורוה דעם אשכול.

קום, מ'העמיר ממשיך זיין דא:
viewtopic.php?f=10&t=6937