בלאט 21 פון 110

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:05 pm
דורך שרייבער
ער איז נישט אויפגעשטאנען אדער ער איז פלוצים צוזאמען געפאלן

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:16 pm
דורך boxcover
שרייבער האט געשריבן:ער איז נישט אויפגעשטאנען אדער ער איז פלוצים צוזאמען געפאלן

איין ווערסיע דערציילט אז זיין ווייב האט אים געטראפן אנגעטון אויפן קאוטש, און עס איז שוין געווען לאחר המעשה (כ'וועל איבערלאזן די פרטים), און די צווייטע געשיכטע זאגט אז זי האט אים געטראפן דרימלען אויפן קאוטש, און ער האט זיך אויפגעפירט מאדנע ווען זי האט אים פראבירט צו אויפוועקן. שפעטער האט ער זיך נישט געלאזט דערוועקן, און דאן האט זי גערופן די הצלה.

פון א דריטע מקור הער איך אז די איידעם איז געווען בשעת'ן רופן די הצלה. כ'ווייס אבער נישט צו וועליכער ווערסיע דאס קומט.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:25 pm
דורך קאווע טרינקער
נכתב מחוסר ידיעה, וריבוי תמימות, ונמחק עפ"י בקשת ידידי באישי.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:27 pm
דורך boxcover
ברעיקינג: ר' חיים מרדכי'ס לוויה וועט זיין היינט 6pm אין פארענט פון די סאטמארע ביהמ"ד אין ראדני, און ווען געלייגט ווערן אין די נייע ביה"ח אין קרית יואל.
מקור: אידישע טעגליכע נייעס

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:45 pm
דורך מאיר_וואלף
טרגדיה בויליאמסבורג: בן 41, אב ל-10, התמוטט ונפטר
האברך חיים מרדכי שוורץ ז"ל, תושב ויליאמסבורג וחסיד סאטמר, התמוטט לפתע בביתו • כוחות ההצלה ניסו לערוך בו החייאה אך לשווא • הותיר אחריו עשרה ילדים
טרגדיה בווילאמסבורג שבברוקלין: האברך חיים מרדכי שווארץ ז"ל, בן 41, אב ל-10 ילדים התמוטט בפיתאומיות - ונפטר.

המנוח, חסיד סאטמר (רז"ל), אירס רק לאחרונה את בתו.

סמוך לשעה 11:00 בבוקר (שעון ניו-יורק) התמוטט בביתו. במשך כחצי שעה ביצעו בו כוחות ההצלה פעולות החייאה, אולם למרבה הצער נקבע מותו.

היה אברך ואיש עסקים אשר נשא ונתן באמונה.

הלוויתו תערך בשעות הצהריים בשכונת ויליאמסבורג. הוא ייטמן בבית החיים החדש בקרית יואל שבמונרו.

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=56556

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:46 pm
דורך boxcover
אן אנדערע מקור גיבט אן אז ער וועט ליגן אין די אלטע חלקה.
לויט ווי איך פארשטיי, דארף איך יעצט שרייבן אז [tag]מאיר_וואלף[/tag] האקט.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:48 pm
דורך סאשי פיש
אפשר קען מיך איינער אריינשיקען אין אישי וואס די מעשה דא איז
איך זע איין זאך מען שרייבט און מען מעקט און מען שרייבט און מען מעקט ווייטער
א גרויסע ישר כוח

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:06 pm
דורך גוטע פינטעלך
ג"א מצטרף לבקשת הרב 'סאשי פיש'

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 9:27 am
דורך NAVY SEAL
גוטע פינטעלך האט געשריבן:ג"א מצטרף לבקשת הרב 'סאשי פיש'

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 9:39 am
דורך סאשי פיש
איינער ווייסט צו עס איז שוין געווען די לוויה?
ווי ער ליגט?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 9:49 am
דורך על המחיה
גוטע פינטעלך האט געשריבן:ג"א מצטרף לבקשת הרב 'סאשי פיש'

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 10:46 am
דורך שרייבער
די לוי' איז שוין געווען נעכטן
ער ליגט אינעם זעלבן ביה"ח פון רבוה"ק אדמור"י סאטמאר זי"ע

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 11:15 pm
דורך DotCom
שרייבער האט געשריבן:די לוי' איז שוין געווען נעכטן
ער ליגט אינעם זעלבן ביה"ח פון רבוה"ק אדמור"י סאטמאר זי"ע

שוין, בין איך רואיג.

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 7:49 pm
דורך שעפטל
בד"ה: הרב אפרים שטיין ז"ל בן הגה"צ ר' מאטל שטיין שליט"א אב"ד פאלטישאן

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:59 pm
דורך ימי קדם
לויה היינט נאכט 11:30 פון ביה''מ פאלטישאן, 1133 49 st.

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:52 pm
דורך זר זהב
בד"ה. געווען נישט מער ווי 39 יאר, געוואלד

נאך פאלטיטשאן וועט עס ארויסגיין פון מונקאטש ביהמ"ד. צום מונקאטש חלקה אין נוי דזשערסי

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:07 pm
דורך הדד בן בדד
ס'גייט נישט צו מונקאטש'ער ביהמ"ד. ס'גייט גלייך פון פאלטישאן צום מונקאטשער בית החיים

נשלח: מוצ"ש יולי 13, 2013 10:50 pm
דורך נאר,,פרייליך
הקמת מציבה היינט זינטיג אינעם קרית יואל'ער בית החיים פאר המנוח הצדיק מו''ה חיים מרדכי ע''ה בן רבי שמואל שווארץ שליט''א
די ביטערע וואונד איז נאך אפען מפי השמועה איז ער געווען פון די נסתרים בדורינו
ווער עס האט א לענגערע אפשאצונג איבערן נפטר זאל ביטע עס ארויפלייגען, צו מנציח זיין וואס מיר האבען פארמאגט

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 8:15 am
דורך איך אויך
על המחיה האט געשריבן:
גוטע פינטעלך האט געשריבן:ג"א מצטרף לבקשת הרב 'סאשי פיש'

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 9:53 am
דורך טעפל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:הקמת מציבה היינט זינטיג אינעם קרית יואל'ער בית החיים פאר המנוח הצדיק מו''ה חיים מרדכי ע''ה בן רבי שמואל שווארץ שליט''א
די ביטערע וואונד איז נאך אפען מפי השמועה איז ער געווען פון די נסתרים בדורינו
ווער עס האט א לענגערע אפשאצונג איבערן נפטר זאל ביטע עס ארויפלייגען, צו מנציח זיין וואס מיר האבען פארמאגט

רעד מער, וואס איז געווהען?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 5:11 pm
דורך גיבור
בד"ה ר מענדל האלפערט פון בארא פארק 90 יאר אלט

ד"ר אהרן מייזלין ע"ה

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 7:04 pm
דורך יידל
אין דער עלטער פון 83 יאר איז פאריגע חודש אוועק דער לעגענדארישער קינדער דאקטער פון ניו-יארק אוניווערזיטעט (NYU) לענגאן שפיטאל, ד"ר אהרן מייזלין. ד"ר מייזלין, וועלכע איז צוזאמען מיט זיין ווייב געווען פאר 45 יאר א מעמבער אין דער ארטאדאקסישער קהילת ישורון פון מאנהעטן, האט איבערגעלאזט דריי קינדער וועלכע זענען אלע נתחנך געווארן אין קהילת ישורון'ס מוסד "ישיבת רמ"ז". ד"ר מייזלין האט גראדואירט פון NYU מעדיקעל סקול אין תשי"ד און האט במשך זיין לעבן געדינט אין מאנהעטענע שפיטעלער ווי בעלוויו, מאונט סיני און NYU.

טראץ זיין עלטער האט נאך ד"ר מייזלין אנגעהאלטן זיין פאזיציע אלץ פידיאטריק דאקטער אין NYU ביז אינמיטן היי יאר, באדינענדיג געטריי זיינע פאציענטן, אלטע ווי נייע, יונגע ווי אלטע. דעם ווינטער איז ד"ר מייזלין געפאלן און נאך רוטינע טעסט איז א קענסער געוואוקס אין די שפעטע שטאפלן געפינען געווארן ביי אים. ד"ר מייזלין האט זיך אפגעזאגט פון דאקטאריי כדי צו קענען פארברענגן זיינע לעצטע חדשים מיט זיין ווייב און קינדער.

ער וועט געדענקט ווערן דורך זיין ווייב, דריי קינדער, זעקס אייניקלעך און הונדערטע פאציענטן - צווישן זיי, צענדליגע וויליאמסבורגע קינדער - צו וועלכע ער איז געווען געטריי זיין גאנץ לעבן. יהא זכרו ברוך.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 7:10 pm
דורך boxcover
ד"ר מייזלין איז געווען אפיליאירט, אויסער ען. וויי. יו., אויך מיט בעלוויו און די ניו יארק דאונטאון שפיטאל. ער האט גרעדאירט אין 1954.