בלאט 23 פון 179
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:32 am
דורך זר זהב
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 6:31 pm
דורך zurich
אויב ס׳איז ענק נאך אלטץ נישט געלונגן צו שמייכלען פראבירטס דאס!!!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Wk9-gkT2bI8[/youtube]
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:01 am
דורך אבגד
זר זהב האט געשריבן:יאנקל מיללער טרעפט א יונגערמאן, פרעגטערעם: "ווי
(ער האט געפרעגט "ווי" מיט יו"ד) באלאנגסטע"?
"אין באבוב" ענטפערט דער אינגערמאן.
פרעגט יאנקל: "וועלכע"? זאגט דער אינגערמאן: "ס'דא נאר איין!!"
זאגט אים יאנקל: "איך האלט אויך אזוי, ס'דא נאר איין"
פרעגט אים דער יונגערמאן: "וועלכע"?
(ס'געווען דו?...

)
א איד איז אמאל צוזאם געפאלן פון א הארץ אטאקע אין באבוב ביהמ״ד און מ׳האט גערופן הצלה צו באבוב׳ער שול,
האט די דיספעטשער געפרעגט: וועלעכע באבוב?
האט דער רופער גע׳ענטפערט: עס איז נאר דא איינס.
האט ער ווייטער געפרעגט: וועלעכע איז די איין באבוב?
האט ער ווייטער גע׳ענטפערט: וואס הייסט וועלעכע עס איז נאר דא איינס.
אזוי ביני לביני איז דער איד.......
האט מען אויפגעשריבן אויף זיין מצבה:
יצאה נשמתו ב״אחד״
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:11 pm
דורך יין שרף
!!!BREAKING
באבוב וועט עפענען א נייע מילך קאמפאני. עס וועט הייסן "קי מציון"... (אויב ס'איז נאך דא דארט וועם אויסצומעלקן...) לכאורה וועט עס זיין 'טריפל פילטערט' כדאי עס זאל זיין פונעם "ריינע ראסע"... אפשר גאר וועט מורינו זיין בעל מכשיר...
ונראה מה יהיה אם חלובותיו...
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:54 pm
דורך שמעקעדיג
טריפל פילטערט מיטן משומר פילטער
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:03 pm
דורך געפילטע פיש
הייסט אז מיין מוסדות וועט וויסן פונקטליך וויפול מילך איך טרונק? נישט מסכים! זיי וועלן נאך אויספיגערן אז איך טרונק אסאך קאווע.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 9:58 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:אודאי איז ער א נאר. ער האט נישט געהאט גענוג שכל אויסצונארן דעם קאר און עס לייגן אויף D ביינאכט...
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער. האט איהם א שדכן אנגעטראגן א בחור וואס איז זייער א קלוגער און א תלמיד חכם. נאר ער האט איין קליינעם פעלער. ווען ער הייבט אן רעדן שטאטטערט ער. אבער נאכדעים רעדט ער נארמאל. זאגט דער טאטע פון מיידל אויב דאס איז דער פעלער בין איך גרייט צו נעמען איהם פאר א חתן. דער איד האט געוואוינט אויפ'ן דריטן שטאק. זאגט ער צום שדכן שיק ארויף דעם בחור צו מיין הויז. כ'עלל כאפן א שמועס מיט איהם. ווען דער בחור איז געקומען צו יענעם אין שטוב זאגט ער צום טאטן "שששלוםםם עללליייככככעם.' דער איד האט נישט געוואלט טון דעם שידוך. ווען דער שדכן האט איהם געפרעגט פארוואס. האסט דאך געזאגט אז דאס שטאטטער'ן אליינס איז נישט קיין פעלער. האט איהם דער טאטע געענטפערט. דער בחור איז אויך נישט קלוג. ווייל ער האט געדארפט אנהייבן זאגן שלום עליכם אונטן אויף דער גאס....
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:27 pm
דורך קאווע טרינקער
יין שרף האט געשריבן:!!!BREAKING
באבוב וועט עפענען א נייע מילך קאמפאני. עס וועט הייסן "קי מציון"... (אויב ס'איז נאך דא דארט וועם אויסצומעלקן...) לכאורה וועט עס זיין 'טריפל פילטערט' כדאי עס זאל זיין פונעם "ריינע ראסע"... אפשר גאר וועט מורינו זיין בעל מכשיר...
ונראה מה יהיה אם חלובותיו...
מ'קען צולייגען, קי מציון, תצא תורא, ודו"ק
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:35 pm
דורך אבגד
ווען דער סקווערע רבי איז די ערשטע מאל געקומען צו די 5 טאונס איז געקומען צו לויפן א איד אז ער האט עפעס זייער וויכטיג דורכצורעדן מיטן רבין, די גבאים האבן געמיינט מסתמא וויל ער אויסצאלן די ביהמ״ד אדער אויסהאלטן די כולל וכדו׳, האט מען אים אין איילעניש אריינגעלאזט צום רבי׳ן,
האט ער געזאגט אזוי פאר׳ן רבי׳ן: די מילך איז גאנץ גוט, אבער די ארענדזש דזשוס וואלט געדארפט זיין אביסל מער זיסער.....
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:36 pm
דורך אני מת לחיות
ראש עירית ניו יורק רצה לבנות גשר חדש, הזמין אליו קבלנים להצעות מחיר.
מגיע קבלן כושי נותן הצעה של מיליון דולר. שואל אותו ראש העיר איך הגעת לזה. אמר: שליש חומר, שליש פועלים השאר רווח. - שלח אותו..
הגיע קבלן איטלקי נתן הצעה של 2 מיליון דולר. שאל אותו: איך הגעת לזה? אמר לו: שליש חומר, שליש פועלים, השאר רווח.. - שלח אותו.
הגיע קבלן יהודי נתן לו הצעה 3 מיליון דולר. שאל אותו ראש העיר: איך הגעת לסכום הזה? אתה הכי יקר!!
ענה לו: מיליון בשבילך, מיליון בשבילי, ומיליון לקבלן הכושי שיעשה את העבודה..
קפ. בחדרי חרדים
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 8:01 pm
דורך טשולענט
אריין קומענדיג אינעם רעסטוראנט האט ער געלאזט צוריפן צו זיך איינע פון די סערווירער און איהם געזאגט; אויב וועסטו מיר גוט צושטעלן וועל איך דיר געבן א גוטן "טיפ".
נאכן איהם אהערשטעלן מכל טוב וטוב רופט ער זיך אן צום סערווירער; דא האסטו א גוטן "טיפ" פארן לעבן: "זאלסט קיינמאל נישט טראסטן עמיצן וואס דו קענסט נישט".
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 10:43 am
דורך אבגד
אני מת לחיות האט געשריבן:ראש עירית ניו יורק רצה לבנות גשר חדש, הזמין אליו קבלנים להצעות מחיר.
מגיע קבלן כושי נותן הצעה של מיליון דולר. שואל אותו ראש העיר איך הגעת לזה. אמר: שליש חומר, שליש פועלים השאר רווח. - שלח אותו..
הגיע קבלן איטלקי נתן הצעה של 2 מיליון דולר. שאל אותו: איך הגעת לזה? אמר לו: שליש חומר, שליש פועלים, השאר רווח.. - שלח אותו.
הגיע קבלן יהודי נתן לו הצעה 3 מיליון דולר. שאל אותו ראש העיר: איך הגעת לסכום הזה? אתה הכי יקר!!
ענה לו: מיליון בשבילך, מיליון בשבילי, ומיליון לקבלן הכושי שיעשה את העבודה..
קפ. בחדרי חרדים
יישר כח פארן טרענסלעטן משגיח׳ס דיבורים
viewtopic.php?p=121657#p121657
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:03 pm
דורך אבגד
פארוואס הייסט דאס באשעפעניש ״מויקאש״ מיט די נאמען ״סקווירל״?
ווייל עס איז קליין קעפיג מיט א גרויסע שוואנץ!
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:04 pm
דורך זר זהב
חחחחח, דאס א גוטס, נאך קיינמאל נישט געהערט!
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:10 pm
דורך אבגד
שעם דיך נישט געב א לייק!!!!
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:11 pm
דורך זר זהב
אקעי געגעבן, יעצט לאמיך זעהן ווי דו הערסט אויף מיט די בושה

נשלח: מוצ"ש יוני 22, 2013 11:48 pm
דורך אבגד
זר זהב האט געשריבן:אקעי געגעבן, יעצט לאמיך זעהן ווי דו הערסט אויף מיט די בושה

הה״ד לייק לי ואלייק לך
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 9:23 am
דורך אבגד
עס איז געווען אמאל א גראבע מגושם׳דיגער איד קוים געקענט א׳ ב׳ האט געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער, אפאר דאלער האט ער געהאט, איז ער געגאנגען צו א ישיבה און געזאגט פאר דער ראש ישיבה אז ער דארף די בעסטע בחור, האט ער אים צוגעוויזן, האט ער געזאגט אז ער וועט שוין פארהערן די בחור, אזוי האט ער געטוהן ער האט אנגעהויבן צו רעדן צום בחור, אינצווישן פרעגט ער אים, צו ער וויל חתונה האבן פ׳ מטות? זאגט אים דער בחור, יא! פארוואס נישט, - האט דער איד געזאגט, ניין נישט דיך וויל איך, דו ביזט נישט פאר מיר.
איז ער צוריקגעגאנגען צום ראש ישיבה אז ער זאל אים געבן א בעסערע בחור ווייל די פריערדיגע איז נישט פאר אים, האט ער אים אנגעוויזן אויף א צווייטען בחור, האט זיך איבערגעשפילט די זעלבע, ער האט גערעדט מיט אים, און אינצווישן פרעגט ער אים צו ער וויל חתונה האבן פ׳ מטות, ענטפערט אים דער בחור, יא! פארוואס נישט, - האט אים דער איד ווייטער פארשיקט.
ווען ער איז צוריקגעקומען דאס דריטע מאל צום ראש ישיבה, האט דער ראש ישיבה פארשטאנען אז ער זוכט איינער זיינס גלייכען, איז געווען דארט אין ישיבה א בחור א גראביאן א גרויסע מן הארץ ער פלעגט דארט ארויס העלפן אין ישיבה, א פויעריש קינד פון די דארף ג. עכ״פ האט דער ראש ישיבה אים אנגעוויזן, האט דער איד גערעדט מיט אים, און אינצווישן פרעגט ער אים דאס זעלבע צו ער וויל חתונה האבן פ׳ מטות, האט זיך דע בחור צופייערט מיט עקסטאז און געשריגען, ניין! ניין! פ׳ מטות וועל איך נישט חתונה האבן!!! בשום אין פנים ואופן!!!
פיין! דער שידוך איז געשלאסן!
איז דער ראש ישיבה געווען נייגעריג פארוואס ער האט גע׳פסל׳ט די פריערדיגע בחורים, האט ער אים געפרעגט, האט ער גע׳ענטפערט אז די בחורים זענען גרויסע עמי הארצים, איך האב זיי געפרעגט צו זיי ווילן חתונה האבן פ׳ מטות, זיי ווייסן נישט אז פ׳ מטות איז אין די 3 וואכען און מען מאכט נישט חתונה?
האט מען געפרעגט דער דריטע בחור פארוואס ער האט נישט געוואלט חתונה האבן פ׳ מטות, האט ער געענטפערט:
עסט ווייסט ווער דער מטות איז? ער דערגייט מיר שוין די יארן פון אלץ קינד, מיין טאטע אין דארף פלעגט ער אוועקנעמען זיין פרנסה, ווען עס איז געווען א פערד צו קויפען פלעגט ער אויס אויסכאפען וכהנה וכהנה, און עסט ווילטס איך זאל חתונה האבן פ׳ מטות? נאך דאס זאל איך אים טוהן?....
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 9:46 am
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:חחחחח, דאס א גוטס, נאך קיינמאל נישט געהערט!
L o L
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 11:41 pm
דורך בדחן
משגיח האט געשריבן:די מעיאר פון ניו יארק האט געוואלט בויען א בריק. ער האט באשטעלט ביי קאנטרעקטארס פראפאוזעלס.
קומט א שווארצע קאנטראקטאר, און גיבט א מיליאן דאללער פראפאוזעל. פרעגט איהם די מעיאר, וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי די נאמבער. זאגט דער שווארצער: א דריטל מאטריאל, א דריטל ארבייטערס, און די איבעריגע איז פראפיט. - האט ער איהם פארשיקט
קומט דער איטאליענער און פראפאוזט צוויי מילאן. פרעגט די מעיאר וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי אזא נאמבערס. זאגט ער: דריטל מאטריאל, דריטל ארבייטערס, און דאס איבעריגע איז רווח. - האט ער איהם פארשיקט.
קומט דער אידישע קאנטראקטער און גיבט א פראפאוזעל פון דריי מיליאן. פרעגט די מעיאר וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי אזא נאמבער. דו ביזט די טייערסטע. ענפערט די אידעלע: א מיליאן פאר דיר, א מיליאן פאר מיר און א מיליאן פאר די שווארצער זאל מאכן די ארבעט..
עס איז דא אזא פאלקס מעשה, דער רוסישער פרעזידענט איז געווען אין פוילן אויף א וויזיט, וועלענדיג אויסרימען פוילען און זייער פרעזידענט האט דער רוסישער געפרעגט צו עס איז אמת וואס ער האט געהערט אז דער פוילישער פרעזידענט האט לעצעטענס באשטעטיגט און געבויט א ריזיגע פובליק בריק פאר פינף ביליאן דאלער? און ער האט געבעטן אז ער זאל אים עס ווייזען, דער פוילישער האט געענפערט אז עס איז אמת, און אים צוגעריפען צו א פענסטער און געוויזן פון דעווייטענס דעם בריק - א קליין שמאל קורץ שוואכע בריק, דער רוסישער עפענט אויף צוויי אויגן און פרעגט.. דאס האט געקאסט אזויפיל געלט? דער אנדערער ענפערט מיט א בלעכענעם פנים יא..! אזויפיל האט עס געקאסט, דער רוסישער האט פארשטאנען דעם רמז און ער האט תיכף ומיד איינגעלאדענט אז דער פוילישער פרעזידענט זאל קימען קיין רוסלאנד א יאר ארום און ער גייט אים ווייזען וואס פארא מעכטיגע בריק מען קען בויען מיט אזויפיל געלט,
א יאר ארום דער פוילישער פרעזידענט קומט קיין רוסלאנד און ער קוים דערווארטען צו זען דעם נייעם מעכטיגען בריק, דער רוסישער פרעזידענט האט געהאלטן ווארט און צוגעריפן דעם פוילישען צו א פענסטער און געוויזען פון דערווייטענס דעם בריק.. דער פוילישער פרעזידענט עפענט צוויי אויגן און זאגט.. דאס איז דאך א פיסטער וואלד? איך זע דאך נישט קיין שום בריק? דער רוסישער פרעזידענט ענפערט מיט א בלעכענעם פנים.. יא..! אזויפיל האט עס געקאסט...
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:37 am
דורך קאמענטירער
מרגלא דפימא פון מיין מלמד: איך וועל דיר געבן אזא פראסק וואס זייט די פראסקעס האבען געפראסקעט איז נאך נישט אפגעפראקעט געווארן אזא פראסק!!!
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:50 am
דורך טשולענט
דער שדכן האט אנגעטראגן פאר ר' חנוך'ס א טאכטער זייער א פיינעם בחור, נו, גייט ער אריין צום ראש ישיבה און ער זאגט אז ער הערט אז דער בחור איז א באמבע פון א בחור, ער וויל וויסן וואס ער זאגט אויף איהם.
ענטפערט איהם דער ראש ישיבה; א באמבע פון א בחור ווייס איך נישט צו ער איז, אבער א פארדעכטיגט פעקל איז ער זיכער.
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 3:06 pm
דורך קאמענטירער
כהאב געטראפן א שלל פון וויצן אבער סאיז אין עברית כ׳זאל עס אזוי אריבער ברענגען אין שטיבל?