בלאט 26 פון 28

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:39 pm
דורך berlbalaguleh
דער מלאך פיל"ד האט עס מיר פארציילט. כ'מיין ער איז באגלייבט. ער איז א קאזין מיט'ן מלאך לץלהלץ (לץ-לעהאלץ).

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:45 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:39 pm דער מלאך פיל"ד האט עס מיר פארציילט. כ'מיין ער איז באגלייבט. ער איז א קאזין מיט'ן מלאך לץלהלץ (לץ-לעהאלץ).
פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט.
אויב עס איז קבלה, קען זיין ווייל איך בין היינט נישט געווען אין וואסער.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:32 pm
דורך ארכיטקט
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:45 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:39 pm דער מלאך פיל"ד האט עס מיר פארציילט. כ'מיין ער איז באגלייבט. ער איז א קאזין מיט'ן מלאך לץלהלץ (לץ-לעהאלץ).
פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט.
אויב עס איז קבלה, קען זיין ווייל איך בין היינט נישט געווען אין וואסער.
:lol:
קענסט פרעגן בלויד וויזוי מרעד צו מלאכים

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 8:12 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:39 pm דער מלאך פיל"ד האט עס מיר פארציילט. כ'מיין ער איז באגלייבט. ער איז א קאזין מיט'ן מלאך לץלהלץ (לץ-לעהאלץ).
#פתי יאמין לכל דבר

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:06 pm
דורך פאסטעך
עטס קענסט די בחור וואס דארף ארויף שלעפן די ביר פון אונטן פאר זיין טאטעס פרענדס און דערנאך שיקט ער אים צו שמועסן מיט מאמי, 'מאך צו די טיר שלומי'. 🍺

מיט שווייס האב איך אנידערגעברענגט דיזע אשכול. 'פאסטעך שכח פארן ארויפברענגען, העמער רעדן שפעטער'.😶‍🌫️

ענק וועלן אלע עקסטער כאפן.💪

נ. ב. Just kidding 💤

Re:

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:01 pm
דורך אבימלך
אז מ'האט שוין יא ארויפגעברענגט די אשכול, קען איינער אריינקומען מיט מער פרטים איבער דעם בילד
outspoken האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:51 am
בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג ז''ל עם ראש ממשלת ישראל בן גוריון
בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג ז''ל עם ראש ממשלת ישראל בן גוריון
וועלכע יאר איז דאס ?

און פארוואס איז ער אים געגאנגען באזוכן ?

און וואס איז למעשה פארגעגאנגען דארט ?

Re: Re:

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:18 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:01 pm אז מ'האט שוין יא ארויפגעברענגט די אשכול, קען איינער אריינקומען מיט מער פרטים איבער דעם בילד
outspoken האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:51 amבן גוריון וקלויזנברג.jpg
וועלכע יאר איז דאס ?

און פארוואס איז ער אים געגאנגען באזוכן ?

און וואס איז למעשה פארגעגאנגען דארט ?
דער ב.ג. איז אזא שייגעץ געווען, ער האט אויפגענומען דעם קלויזענבורגן!!

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:56 pm
דורך berlbalaguleh
אבימלך: ייש"כ. דאס איז אזא גוט ווארט. איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער. מ'קען אויף דעים זאגן תילי תילים פון דרשות.

איבער בן גוריון אליין איז דא אזא ווערטל. ער האט אמאל געזאגט אז ער האט פיינט די אראבער ווייל זיי דערמאנען איהם פון די פרענקן.

נאר. ערנסט גערעדט. דאס איז דער עוכר ישראל בן גוריון, שר"י, עפ"ל, ימ"ש, ועו'. קוק מיט וואספארא רעספעקט און דרך ארץ ער רעדט צו קלויזנבורגער רב זצ"ל.

דער גקלויזנבורגער רב איז געגאנגען זיך טרעפן מיט איהם ווייל ער האט געוואלט אויפשטעללן א שפיטאל וואס זאל זיין עפ"י דרך התורה. די נוירסעס און דאקטויריםזענען אלע געווען אנגעטון בצניעות. און ס'האט זיך געפיהרט עפ"י הוראת הרבנים. די מערסטע דאקטוירים זענען געווען ערליכע אידן.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:00 am
דורך סוף טוב הכל טוב
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:56 pm אבימלך: ייש"כ. דאס איז אזא גוט ווארט. איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער. מ'קען אויף דעים זאגן תילי תילים פון דרשות.

איבער בן גוריון אליין איז דא אזא ווערטל. ער האט אמאל געזאגט אז ער האט פיינט די אראבער ווייל זיי דערמאנען איהם פון די פרענקן.

נאר. ערנסט גערעדט. דאס איז דער עוכר ישראל בן גוריון, שר"י, עפ"ל, ימ"ש, ועו'. קוק מיט וואספארא רעספעקט און דרך ארץ ער רעדט צו קלויזנבורגער רב זצ"ל.

דער גקלויזנבורגער רב איז געגאנגען זיך טרעפן מיט איהם ווייל ער האט געוואלט אויפשטעללן א שפיטאל וואס זאל זיין עפ"י דרך התורה. די נוירסעס און דאקטויריםזענען אלע געווען אנגעטון בצניעות. און ס'האט זיך געפיהרט עפ"י הוראת הרבנים. די מערסטע דאקטוירים זענען געווען ערליכע אידן.
מיין נאמען איז נישט אבימלך. און אפילו אויב יא, איז עס גלוי אויב דו שרייבסט עס דא ברבים.
נישט געפערליך, יעדן כאפט אמאל א "ביידן מאמענט"...
שכויעח פאר דיר, איך האלט איצט מיט איין תגובה נענטער צו קענען אפעלירן צו ענקער מאחורי קלאב...

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:07 am
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב: דער ..."ביידן מאמענט"... האט מיך געמאכט לאכן זייער שטארק.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:08 am
דורך סוף טוב הכל טוב
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:07 am סוף טוב הכל טוב: דער ..."ביידן מאמענט"... האט מיך געמאכט לאכן זייער שטארק.
לאכסט שוין צופיל היינט אווענט, דיין משפחה וועט מיינען אז עפעס איז ראנג מיט זיידי'ן לעצטענס...
ראו הוזהרתם!

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:21 am
דורך berlbalaguleh
:D :D :D

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:58 am
דורך פון אונזערע
Wow איז דאס א אשכול ציקער זיס שכח פארן ארויפברענגען!

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:02 am
דורך פון אונזערע
די חידוש איז אז קיינער פון זיי אוז נישט מער ערוואקסן געווארן די לעצטע 11 יאר...

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:37 pm
דורך משה שמואל
גור - וואודריזש

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:31 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
משה שמואל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:37 pm גור - וואודריזש
ס'נישט גור
ס'איז א זיהן פונ'ם מודזיץ'ע רבי

ריבּניצער רבי אין די הייעך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:32 pm
דורך פאסטעך
שוין. איז אזוי. די בילד כמדומה לי, איז באקאנט פאר יעדן. אבער ווי געווענליך, גיבט מען א מיש גלייך צום נעקס. אבער לא-כן-אנוכי, מיר איז נתקשה געווארן: וָסֶדֶמַשֶׂדָ?

די ערשטע איינדרוק, מחשבת פיגול, קוקט חלילה אויס ווי זיי זענען מְשַחֵק בְּרֶבִּי'וֹת, בבּחינַת: שחוק וקלות ראש. און די רבי איז יוֹשֵב וּנְהֶנֵה מִזיִו הָעַלִיָה.

איז מעגליך אז ער איז געוועהן אנדערשט ווי ס'קומט ארויס פון די אלגעמיינע פאפעלערע בליק איבער זיין פערזענליכקייט? אבער עס קען זיין אז דאן איז ער געוועהן עלטער, ושכחה מצויה. מען דארף נישט חושש זיין?

חלילה צו זיין א מהרהר אחרי רבי, איך ברענג נאר ארויס די אבסורד דערפון, אז דאס דארף אן הינטערגרונט ערקלערונג.
EkJ-vYQXgAUl0t2.jpeg
דער מלאך השם צבאות, די ריבּניצער רבי, באגלייט פון רעכטס מיט MBD, און אביגדור ליבערמאן פון לינקס.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:45 pm
דורך השםאחד
עס איז מיט ר יעקב קליין פון מאנסי

דאכצעך מיר אין לאס אנדשעלעס מען האט אים גענומען שפאצירן בארג אראפ אויפן וועג ארויף האט ער געזעגט האט נישט קיין כח ארויפציגיין האבן זיי אים ארויפגעשלעפט

Re: ריבּניצער רבי אין די הייעך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:58 pm
דורך אסטראלאג
פאסטעך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:32 pm שוין. איז אזוי. די בילד כמדומה לי, איז באקאנט פאר יעדן. אבער ווי געווענליך, גיבט מען א מיש גלייך צום נעקס. אבער לא-כן-אנוכי, מיר איז נתקשה געווארן: וָסֶדֶמַשֶׂדָ?

די ערשטע איינדרוק, מחשבת פיגול, קוקט חלילה אויס ווי זיי זענען מְשַחֵק בְּרֶבִּי'וֹת, בבּחינַת: שחוק וקלות ראש. און די רבי איז יוֹשֵב וּנְהֶנֵה מִזיִו הָעַלִיָה.

איז מעגליך אז ער איז געוועהן אנדערשט ווי ס'קומט ארויס פון די אלגעמיינע פאפעלערע בליק איבער זיין פערזענליכקייט? אבער עס קען זיין אז דאן איז ער געוועהן עלטער, ושכחה מצויה. מען דארף נישט חושש זיין?

EkJ-vYQXgAUl0t2.jpeg
דער מלאך השם צבאות, די ריבּניצער רבי, באגלייט פון רעכטס מיט MBD, און אביגדור ליבערמאן פון לינקס.
אז מען קען נישט דערליידן "ימח שמו" אויף אפענע רשעים ארורים שונאי ישראל,
איז נישט ווערט מיין קאמענטאר.
פארמעקט.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:00 am
דורך ארכיטקט
כ"ק אדמו"ר שליט"א אויפן פליגער
GDYrP-GWsAAH1Qt.png

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:05 am
דורך שמעון וואלף
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:31 pm
משה שמואל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:37 pm גור - וואודריזש
ס'נישט גור
ס'איז א זיהן פונ'ם מודזיץ'ע רבי
ער איז אן אייניקל פון פני מנחם, געקומען קיין אמעריקא לביקור חיזוק פאר חסידי ר' שאול. זיי האבן געהאט א שבתון ערגעץ אין קעטסקילס און מוצ"ש איז ער געגאנגן באזיכן ביין וואדריזש'ע רב.
איך מיין זיין טאטע לעבט נישט, געווען אן איידעם ביי ר' מנשה קליין ז"ל

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:17 am
דורך אגריפס המלך
שמעון וואלף האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:05 am
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:31 pm
משה שמואל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:37 pm גור - וואודריזש
ס'נישט גור
ס'איז א זיהן פונ'ם מודזיץ'ע רבי
ער איז אן אייניקל פון פני מנחם, געקומען קיין אמעריקא לביקור חיזוק פאר חסידי ר' שאול. זיי האבן געהאט א שבתון ערגעץ אין קעטסקילס און מוצ"ש איז ער געגאנגן באזיכן ביין וואדריזש'ע רב.
איך מיין זיין טאטע לעבט נישט, געווען אן איידעם ביי ר' מנשה קליין ז"ל
זיין טאטע איז אוועק פון א עקסידענט יארן צוריק

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:22 am
דורך תשפג
ארכיטקט האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:00 am כ"ק אדמו"ר שליט"א אויפן פליגער

GDYrP-GWsAAH1Qt.png
א רבי אין עקאנעמי קלאס??!!