בלאט 26 פון 179
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:02 pm
דורך סאשי פיש
. געווען א פרישער יונגערמאן נאך די חתונה איז ער געגאנגען צו די שוויגער עסן נאכטמאל האט זי אים געגעבן עסן [tag]געפילטע פיש[/tag] ער נעמט אריין אין מויל א שטיקל פיש שטעלט זיך אויף גייט צו די שוויגער און גיבט איר א קוש גייט צוריק צום טעלער נעמט נאך א שטיקל פיש לויפט שנעל צוריק צו די שוויגער געבט איר נאך א קוש
די ווייב פרעגט אזא גוטע פיש איז דאס
זאגט ער נעע די פיש איז נישט שלעכט אבער איך גלייך עס מיט חריין
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:13 pm
דורך petergrifin

- IMG-20130813-WA0006.jpg (43.99 KiB) געזען געווארן 1956 מאל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:01 pm
דורך לאליפאפ
די איינציגסטע מענטש וואס האט עכט געזעהן משיח ״קומען״, איז ליובאוויטשער רעביצין...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:07 pm
דורך לאליפאפ
איר האט שוין אוודאי געהערט דעם ווארט פון יאנקל מילער אז וויבאלד מ׳האט געגראבן לעבן בבל און מ׳האט געטראפן אור אלטע ווייערס, טענה׳ן די חברה אז עס איז שוין געווען טעלעפאנס בימים בהם, האט ער געזאגט איך האב געגראבן נעבן אדום און כ׳האב נישט געטראפן ווייערס איז א סימן אז ס׳איז געווען דארט סעלפאונס בימים ההם...
וע״ד זה י״ל אז ווען מ׳קומט אריין אין טוילעט אין א ישיבה/כולל און מ׳הערט קליק קליק קליק, ווייסט מען אז יענער האט א פאון מיט טעקסט, אבער ווען מ׳הערט גארנישט איז אך און וויי...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:08 pm
דורך שמעקעדיג
לאליפאפ האט געשריבן:די איינציגסטע מענטש וואס האט עכט געזעהן משיח ״קומען״, איז ליובאוויטשער רעביצין...
שוין דערמאנט דא:
viewtopic.php?p=38991#p38991
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:14 pm
דורך לאליפאפ
נו כ׳האב עס אריינגעשטעלט אין ריכטיגן אשכול..
עה! ביסט גערעכט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:32 pm
דורך לאליפאפ
ס'דא א חשבון פון עפעס העכער אכציג מאל וואס מ'עסט פיש חודש תשרי, נאו וואנדער אז די פיש אין וואסער ציטערן חודש אלול...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:53 pm
דורך סאשי פיש
If we really want, we can find a good point even in a thief!
Your lawyer hopes you'll divorce.
Your doctor waits you should become sick.
Your plumber wants you to have a blockage.
The policeman wants to catch you commit a crime.
The burial society wants to make you a grave.
Only the thief wants you to really be rich.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:33 am
דורך יין שרף
אפילו מיין קאטשענוי ציטערט שוין...
#חודשאלול
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:15 pm
דורך סאשי פיש
א זאלי זאגט מיך יעצט אז מען האט אויפגעהערט קלינען בעדפארד ראסס ווייל מען האט געטראפען דארטען קברים......
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:46 pm
דורך האלאנד
ביי חסידישע זעט מען ווער סאיז די חתן ווער סהאט די העכסטע שטריימל ביי די ליטווישע זיו מען ווער סאיז די חתן ווער סהאט אן א היט ביי די ספרדישע זעט מען ווער סאיז די חתן ווער סהאט אן זאקן.. .
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:13 pm
דורך שמעקעדיג
??
איך פארשטיי נישט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:52 pm
דורך petergrifin
איינער האט מיר לעצטנס געזאגט, אז די רבנים וואלטן געדארפט ארויסקומען מיט אן שארפן איסור קעגן דעם עף.די.אר., ווייל ס'האט שמאלע געפאסטע לעינס און מענער מיט פרויען טאנצן דארט אינאיינעם..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:19 pm
דורך לאליפאפ
די סירישע מידיע באריכטעט אז פילע ישראלי׳שע בירגער פוצן אפ קיין אוקריינע אויס מורא פון א מיטל מזרח קריג
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:22 am
דורך סאשי פיש
: איך ריר מיר נישט פין די מסורה... ווי לאנג דער שמש קימט מיר נישט קלאפן אויפ׳ן פענצטער אז מ׳דארף שוין אויפשטיין צי סליחות, בלאב איך אין בעט!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:22 am
דורך מאשקע
געהערט אז די סיבה פארוואס טעות עכו"ם איז מותר, ווייל די גוים האבן נישט קיין שטילע שמונה עשרה.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 1:45 pm
דורך סאשי פיש
לכבוד מיין וואטסעפפ חבר:
שטייענדיג פאר יום כיפור וויל איך מיר איבערבעטן און אביסעל אויסשמועסן מיט דיר אונזער וואטסעפפ חברותה.
ווען די האסט שפאנירט אויף מיר און געזעהן אז איך בין "אנליין" האסטו מיר געשיקט וואטס אפ? איך האב דיר הערשט געענפערט נאך צוואנציג מינוט מן הסתם ביסטו געווען ברוגז ווייל איך בין דאך אנליין און איך ענפער נישט, אבער לאמיר דיר זאגן איך האב געהאלטען אינמיטען א העווי טשעט אויף א גרופ (מען האט דיסקאסט זייער וויכטיג עפעס וועמענס ווייב ספענט מער געלט..) איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג אנצוהייבן א פרישע בארינג שמועס ( בערך אזוי: וואטס אפ?
ב"ה
האוו אר יא?
גוד
עני ניוס?
נאטינג ספעשאלס
און אזוי ווייטער די באטאמטע שמועסן...)
אביסעל שפעטער ווען איך בין ווייטער געווען אנליין האב איך געהאלטען און מיטען קוקען א וואטסעפפ קליפ אדער האב איך סתם אזוי נישט געהאלטען ביים ענפערן, איך בין עפעס מחויב דיר גראד צו ריספאנדען? אבער איך טריי געווענדליך צו קוקען ביי די נאטעפיקעישאן'ס וואס בערך די טעקסט איז אויב איך וויל דיר יעצט נישט ענפערן טריי איך עס נישט צו עפענען אז די זאלסט מיינען אז איך בין ביזי...
אויך דארף איך דיר איבערבעטן אזוי ווי אונז זעמיר צוזאמען אויף צוויי גרופס און איך פאווערד צומאל א גוטס פון איין גרופ צו די אנדערע און עס מאכט דיר נערוועיז, אדער שיק איך ביי מיסטיעק איבער די זעלבע לאנגע מעסעדש אויף די זעלבע גרופ, ווער רעדט נאך אויב איך שיק די זעלבע קליפ און סנוצט דיר אויס צוועלעף מעגע בייטס דעטע.. אבער אפילו איך שיק נאר איינמאל א גוטס אויף איין גרופ שרייבסטו שוין "אלד דזאוק" ווייל די האסט עס שוין געזעהן צוויי שעה צוריק אויף דיין פעמעלי גרופ און די האסט עס נישט געפאווערד...
אבער לאמיר זיך טרייסטען בלעקבעררי קומט דאך שוין ארויס זוממער (ס'פריזט נאך סאוי סאיז נאך נישט זוממער..) מיט זייער עפפ פאר ענדרויד/אייפאון אפשר וועט מען צוריק אנהייבן טשעטן אויף ביבי וועלעך קענען ליינען יעדעמס טשעט און דיר לכתחילה איגנארען.. זאל די באשעפער העלפען איך זאל טאקע ווערן ביזי..!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 8:48 pm
דורך petergrifin
ראיתי בריסקער מוריד את המכנסײם בתחילת הסעודה, הסביר לי שלא רוצה חציצה בברכת לישב בסוכה..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 9:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
petergrifin האט געשריבן:ראיתי בריסקער מוריד את המכנסײם בתחילת הסעודה, הסביר לי שלא רוצה חציצה בברכת לישב בסוכה..

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:26 pm
דורך petergrifin

- IMG-20130925-WA0012.jpg (25.54 KiB) געזען געווארן 2144 מאל
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 8:01 pm
דורך יואב
זאגט מיר איינער אז תשע"ג מיטן כולל איז בגמטריא תשע"ד.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 8:39 pm
דורך סאשי פיש
יענקל מילער זאגט, דער שמילעוויטש האט נאך אין זיין לעבען נישט געמאכט קיין גוטע קיפעלע און דא וויל ער בויען א גאנצע שטעטעל!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:59 pm
דורך סאשי פיש
טייערע טאטע אין הימל,
אין די לעצטע חודש האב איך געבלאזן מיט די הארן פון א ווידער, געגעסן די קאפ פון א פיש, געדרייט א טשיקן אויפן קאפ, אנגעטוהן סליפערס מיט א ווייסע קיטל, געפאסט 25 שעה, געזעצן אין געדאווענט א גאנצע טאג, געזעצן אין א האלצערנע כאטקע פאר א וואך, פארברעגט דריי טעג, זעקס סעודות מיט מיין שוויגער, נאך דריי טעג, זעקס סעודות מיט מיינע עלטערן, געשאקלט מיט צווייגן און פרוכט, געהאקט מיט בלעטער אויף דער ערד, פארדייט 20 פונט פלייש און פיש, ארום געטרעמפלט מיט די קינדער גאנץ חול המועד, געטאנצן און געשפרינגען הקפות ביז איך האב זיך שיעור אויס געשטרעקט.
און דאס אלעס האב איך און נאך טויזענטער אידן געטוהן ווייל דו האסט געבעהטן. נו רבוש"ע האב איך א בקשה פאר דיר, געב אונז איין תקיעה (מיט שופר של משיח), שיק אונז איין אייזל (חמורו של משיח), בוי אונז איין סוכה (סוכת עורו של לויתן), געב אונז נאך איין פארציע בשר (שור הבר), אבער רבוש"ע פליז טוה עס שוין.