בלאט 29 פון 37
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 2:11 am
דורך ראוונע
קום אהער האט געשריבן:
דרך אגב איז יעצט ארום געפארן א קליפ וויאזוי א פאליס ארעסטירט א 11 יעריג יונגל ממש נישט צו פארשטיין ער האט דאך זיכער נישט קיין שכל.
לייג ארויף די קליפ
אין אנדערע נייעס הער איך....
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 11:03 am
דורך מ גפני
אז דער בחור איז געווארן באפריינדעט מיט הרב הצדיק ר' יעקב הורוויץ (הנקרא "דער רבי פון די תפיסות") און אזוי ווי הרב הורוויץ גייט נישט אין שפאן מיט די אכזרים (די קהילה פירער) פון סקווירא, האבן זיי גע'שתדל'ט אז מ'זאל דעם בחור אריבערפירן צו אן אנדערען --און אסאך שווערער-- תפיסה אבי דער בחור זאל נישט נהנה זיין פון די טובות פון הרב הורוויץ!!!
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 1:24 pm
דורך ביקורת המקרא
// /
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:55 am
דורך ציבעלע-קיגל
מ גפני האט געשריבן:אז דער בחור איז געווארן באפריינדעט מיט הרב הצדיק ר' יעקב הורוויץ (הנקרא "דער רבי פון די תפיסות") און אזוי ווי הרב הורוויץ גייט נישט אין שפאן מיט די אכזרים (די קהילה פירער) פון סקווירא, האבן זיי גע'שתדל'ט אז מ'זאל דעם בחור אריבערפירן צו אן אנדערען --און אסאך שווערער-- תפיסה אבי דער בחור זאל נישט נהנה זיין פון די טובות פון הרב הורוויץ!!!
אה! מי כעמך הנאציס
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]ציבעלע-קיגל[/tag] איךהאב געטראכט צו איך זאל דיר בכלל אויפמערקן, אבער שוין.
משה גפני אינטער א פארשלייערטן צודעק נאך א גלעזעלע וויין, האט ארויס געלאזט א תגובה אנאנים אן קיין שום מקור, ווען אין פאקט איז עס א פשוטע לעכערליכע געשרייבאכץ, זייט ווען קענען פריוואטע מענטשן שתדלן צו טוישן אן ארעסטאנט ?, ער איז דאך אן עדאלט, און אפילו אז נישט, געהערט דאך די רעכטן צו שתדלן אויף זיין משפחה וואס זיי ווילן דאך זיכער נישט זיין שלעכטס...
וחוץ מזה, איך מיין אז איך בין נאך אזוי אויסגעקאכט אין די פרטים ווי א צווייטער. און איך זאג דיר אז עס איז א ריין לויטערע שקר! דער ארעסטאנט אליין האט געבעטן צו טוישן, אפילו די נייע תפיסה הייסט אז עס האט בעסערע באדינגונגען, האט ער אבער כמעט נישט קיין וויזיטינג שעות, וואס דאס איז וויכטיג פאר איהם ווי א שלונג וואסער ביים קעמפ הייק. און אויך האט ער ווייניגער שטוב מיטגלידער אינעם אנדערן תפיסה.
און אייגענטליך, פון ווי האסטו אויף געפיקט דעם נאצי סלאגאן ? איז דיין טאטע אדער זיידע נישט קיין מלחמה געשענדעטע? ביסט אפשר פון נחום אטיק'ס וויידל שלעפער'ס וואס יעדע פאליציאנט אדער גערע חסיד ווערט באגלייט מיט געטענץ און באזונגען נאצי נאצי ?..
ביי קארלבאך ווי עס איז פארהאן מער ווי איין עלעגעישן, ביסטו א גאנצע ורחמיו על כל מעשיו'ניק.. אבער דא אן אומבאשטעטיגטע פאקט (וואס שטומט אפ' נישט) ביסטו שוין א גאנצע שאץ מאץ! עס קוקט אויס ווי די האסט אנגעשטעלט אן עמערדזשענסי אלערט, ווען עס ווערט דערמאנט די ווארט רבי רב דיין קומסטו צו פליען צום צענע, און שלעפסט ארויס פון דרעפט א אומבאלומפערטע קללה און וחוזר הביתה,
[ עס הייבט אסאך מאל ברעמען, ווען מען זעט בעלי דעת מיט קלארע אויגן אויפן מאפע קענען ווערן 'בלוריד' ביי פארשידענע סיטואציעס. דו אבער איז מיר בכלל נישט קיין חידוש, מבין ריסי עינך שפראצן ארויס טיפשות און קינדערישקייט, די קומסט אן וואו א קטן און קטן'סט אריין אינעם שמועס ווי אן איבערגערינענע נילוס. ]
ברכה והצלחה.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:43 am
דורך חקרן
געוואגטער טייערער: איך האב אליין געהערט פון הרב אברהם יעקב הורביץ, במעמד פון עדים כשרים, ווי אזוי ער דערציילט מיט זיין אייגן מויל, אז דער סקווירער האט געשיקט א מעסעזש פאר די משפחה זאגנדיג "אברהם יעקב הורביץ איז מיר א שונא שוין פופצן יאר..." די משפחה האט גראד פארשטאנען וואס דער רבי וויל, און מען האט אים געטרענספערט צו א פיל שווערערע תפיסה. דאס איז געווען נאך וואס אברהם יעקב האט פאר אים גע'שתדל'ט און געמאכט פאר אים פראטעקציע, וואס אנדערע ארעסטאנטן האבן נישט אין אמעריקע.
דער אויבערשטער וועט זיס מאכן דאס לעבן פון זיינע קינדער.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:03 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:52 pm
דורך מבקר
האט ער זיך נישט מחייב געווען צו טוהן אלעס כדי שפיצער זאל ווערן גע'משפט צום גוטן?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:06 pm
דורך בונדל
אין די הסכם צווישען ראטענבערג און סקווער איז אויך געווען געשריבען אז ער רעדט מער נישט אויף סקווער און זיי רעדען נישט אויף איהם.
ער איז געווען אויף זיין טאטענס ציון נישט לאנג צוריק און פון די ישיבה האט מען באשריגען אים און זיין משפחה. יעצט ווען מען האט אים געבעטען ער זאל אונטער שרייבען, האט ער פארלאנגט אז סקווער זאל אפשטעלן די טערער קעגן איהם. מען האט דאס אבער נישט געוואלט נאכגעבען. סקווער האט נישט געוואלט ווייזען קיין שום צייכען לטובתו אז די טערעריסטן זאלן אים אויפהערן טשעפענען און נאכשרייען.
רעסט איז היסטארי
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:38 pm
דורך מבקר
,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
נישט געוואוסט אז דער בעל דזשו לענד, איז אויך א מחבר חיבורים.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:35 pm
דורך גנדי
דאס איז א נייע צעטיל? אדער אן אלטן צעטיל?
ווי איז די שכל?
אויב טייטשט מען איבער די צעטיל פארן דזשאזש וועט שפיצער נאר ליידן.
ווי איז די שכל?
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:04 pm
דורך יהושע חיים
וואס האט וועלוול שמעלצער געזינדיגט?
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:17 pm
דורך שמעקעדיג
דער צעטל שמעקט פון אונזער מנשה'לע....
איך האלט אז שפיצער איז בלויז א שעיר לעזאזל, און האט שוין גענוג צייט געדינט אין טורמע. ער האט שוין געלערנט זיין לעססאן און ער איז מער נישט קיין סכנה פאר די גאס. הגם איך פארשטיי אויך ראטענבערג וואס ליידט אזעלכע יסורים, מיין איך אז ער זאל זיך אפלאזן פון שפיצער וואס איז נאר דער שטעקן מיט וואס מען האט געשמיסן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:04 pm
דורך Chuchem
ס'שמעקט ווי א בוחורישע צעטל
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:דער צעטל שמעקט פון אונזער מנשה'לע....
איך האלט אז שפיצער איז בלויז א שעיר לעזאזל, און האט שוין גענוג צייט געדינט אין טורמע. ער האט שוין געלערנט זיין לעססאן און ער איז מער נישט קיין סכנה פאר די גאס. הגם איך פארשטיי אויך ראטענבערג וואס ליידט אזעלכע יסורים, מיין איך אז ער זאל זיך אפלאזן פון שפיצער וואס איז נאר דער שטעקן מיט וואס מען האט געשמיסן.
שפיצער האט שוין איבערגעבעטען ראטטענבערג?
דערווייל נעמט ער גרויס כבוד פון סקווער
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:51 pm
דורך קרעקער
ס'שמעקט ווי א בוחורישע צעטל
דע פראבלעם איז טאקע בחורישע מעשיות, א בחור האט פארברענט ראטענבערג
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:48 pm
דורך Milk shake
זעה איך אז ראטנבערג'ס עיקר טענה איז אז קיינער האט זיך נישט אנטשולדיגט פאר אים אין משך די גאנצע צייט, ס'איז אבסיל אומדיפלאמאטיש, אבער אביסל צו פארשטיין געבן די מצב,
סקווירא קהילה האט זיך פון די ערשטע מינוט אפגעשאקלט דערפון, מורא האבנדיג אז זיי וועלן ווערן אריינגעשלעפט, זיי האבן געדרייט דעם רוקן צום בחור און זיין משפחה, און נישט געהאלטן ביים צוהעלפן מיט גארנישט, נישט מיט געלט און נישט מיט אנדערע הילף, אזוי איז געווארן די משפחה און די קהילה צוויי פארטייען, א שיינער חלק פון די משפחה זענען דעריבער זייער פארווייטאגט אויף די קהילה און אפילו אויף די רבי.
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:38 pm
דורך Kool man
רויטע וואנצעס האט געשריבן:נישט געוואוסט אז דער בעל דזשו לענד, איז אויך א מחבר חיבורים.

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:12 pm
דורך שושן פורים
שמעקעדיג האט געשריבן:דער צעטל שמעקט פון אונזער מנשה'לע....
איך האלט אז שפיצער איז בלויז א שעיר לעזאזל, און האט שוין גענוג צייט געדינט אין טורמע. ער האט שוין געלערנט זיין לעססאן און ער איז מער נישט קיין סכנה פאר די גאס. הגם איך פארשטיי אויך ראטענבערג וואס ליידט אזעלכע יסורים, מיין איך אז ער זאל זיך אפלאזן פון שפיצער וואס איז נאר דער שטעקן מיט וואס מען האט געשמיסן.
this is Menashe's arts & crafts, he sent it around to all his email contacts erev Rosh Hashana
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
יאפ, דאס איז מנשה'ס נוי סוכה...
אויפן פראגע וואס מאנכע האבן געשטעלט צו מנאשקע, אז נישט יעדער פון די נרשמים מיט גאלדענע אותיות זענען ווירקליך לעגעטימע 'הייליגע קעמפער' ובמאי זכו צו ערשיינען אויפן שאנד סלופ. איז די תירוץ געווען: איך האב זיי אויך טיף טייער אין די אדמה...
#טב למיתב טן דו
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:26 pm
דורך מבקר
’
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:38 pm
דורך קאווע טרינקער
http://www.kikar.co.il/משפט-סקווירא-המכתב-הדרמטי-נחשף.html
http://www.kikar.co.il/משפט-סקווירא-המכתב-הדרמטי-נחשף.html
אלטע סחורה, מן הסתם שוין געלינקט אהין אין דעם אשכול.
ס'איז אינטערסאנט אז דוקא וואס סקווירא וויל נישט הערן איז געווען בייהילפיג פארן בחור, א דאנק א קנאישע איד פון לאנדאן.