בלאט 4 פון 4

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 1:11 pm
דורך קורקלענד
בן אדם האט געשריבן:וואס איז פשט אז ווען שמחה פעלדער אעז נאך געוווען קאנסילמאן איז אלעס געווען שא שטיל און ווי נאר דוד גרינפעלד איז אריינגעקומען אין אפיס האט זיך אנגעהויבן קולות וברקים, מחאות קללות און מסירות, מיט מחלוקת וואס ב"פ האט קיינמאל געזען ביפאר? איז עס טאקע אזוי, אדער ס'פעלט מיך עפעס?

ווייל דעיוויד גרינפעלד האט אנטדעקט אז הייקינד וויל אוועקנעמען אונזער חינוך הטהור............ נו וואס זאל ער טוהן? זיצען איינגעלייגט? ס'איז עת לעשות לשם......

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 2:34 pm
דורך איסר האטלקי
באבוב פארלאנגט פון געוויסע חסידים בילדער פונעם בעלאט זיכער צו מאכן אז זיי האבן געוועלט פאר דעם יעניגער.

די טעראר איז אויף די העכסטע שטאפלן, מען קען זיך רעכטן פאר אן אויפשטאנד בקרוב ובניקל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 2:35 pm
דורך איסר האטלקי
גוטע נייעס פאר די הייקינד טיעם, די ווייטערע דיסטריקטס ביי אלע עקן פון ב"פ זענען באלאגערט מיט מענטשן. דארט וואוינען נישט קיין באבוב'ע, און עפי"ר אנטי אסטעבלעשמענט...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 6:47 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
@kolhaolam זוכט צו קויפן א דירה אין שטאט
All cash buyer

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:52 pm
דורך אוהב ספרים
איסר האטלקי האט געשריבן:באבוב פארלאנגט פון געוויסע חסידים בילדער פונעם בעלאט זיכער צו מאכן אז זיי האבן געוועלט פאר דעם יעניגער.

די טעראר איז אויף די העכסטע שטאפלן, מען קען זיך רעכטן פאר אן אויפשטאנד בקרוב ובניקל.



וואס נאך פארלאנגען זיי?


פתי יאמין לכל דבר!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 9:32 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
מזל טוב בארא פארק!!!
ר' קלמן האט עס געמאכט
א פאטש פאר אנטי עסטעבלעשמענט, שמירה, עזרת נשים, באבוב45 וגו'

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 9:33 pm
דורך קורקלענד
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:מזל טוב בארא פארק!!!
ר' קלמן האט עס געמאכט
א פאטש פאר אנטי עסטעבלעשמענט, שמירה, עזרת נשים, באבוב45 וגו'

לינק?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 9:39 pm
דורך אוהב ספרים
44
77% Kalman Yeger

18% Yoni Hikind

22% Reporting

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 9:46 pm
דורך סמבטיון
ר' איסר האיטלקי, יא , עס זעט זיך באשיינפערליך אן ווי דער עולם האט שטארק געוואלט הייקינד,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 9:59 pm
דורך כלבאשבוע
18914AE6-6BBC-4D3C-9596-2CA19194200F.jpeg

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 10:00 pm
דורך קורקלענד
סמבטיון האט געשריבן:ר' איסר האיטלקי, יא , עס זעט זיך באשיינפערליך אן ווי דער עולם האט שטארק געוואלט הייקינד,

ס'נישט קיין ראיה אויף וואס די עולם האט געוואלט, ס'איז נאר א ראי' אויף וואס די וויילער האבן געוואלט. ניינציג פראצענט פון הייקינד שטיצער זענען נישט געווען רעגיסטרירט אדער אקטיוו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 10:41 pm
דורך תנחום
די שטארקע אויבערהאנט פון יעגער האט מיר איבעראשט פונקט אזוי ווי די געווינס פון טראמפ. עס ווייזט נאכאמאל די סוקסעס פון טראמפ'ס שיטה ווי אזוי צו געווינען וואלן דורך באשמיצן יענעם נאן-סטאפ מיט נידריגע און געמיינע לאזונגען ווי קיינמאל בעפאר. נישט צו לאנג צוריק ווען פעלדער איז געלאפן האט די קאמפיין געהאט א פראפעסינאלע און אידישע צורה אלעס האט זיך אבער געטוישט ווען גרינפעלד האט איבערגענומען... פארפאלן מיר לעבן אין טראמפ'ס עפאכע און עס איז אומפארמיידבאר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
יעצט (אצינדער) אז דער רב שליט"א אליינס בכבודו ובעצמו האט געגעבן לחיים פאר ר' קלמן, וועט ער אי"ה מארגן אינדערפריה גיין דאווענען מיט'ן רב'ס מנין און געבן תיקון.. יא. אויך באקומען שלישי. (אויב ער געדענקט נאך די ברכות אויסנווייניג.) פאר'ן דאווענען 'עט ער גיין אין מקוה (אן א בעידינג סוט. דזשאסט עי רימיינדער)...! און דער רב שליט"א 'עט האלטן א שמועס. אפצוגעבן א שבח והודאה צום הייליגן באשעפער אז די פראגראמען זענען ב"ה אפגעראטעוועט געווארן. דערנאך 'עט מען ארויסגיין אין א רקידה'לע. נאך ברכת על המחי' וועט זיך א יעדער גיין צו די ארבעט. און דער עולם וועט זיך צוגיין מיט פרייליכע הערצער...! און ר' קלמן וועט זיך אי"ה צוריקקערן אין לעיקוואוד'ער כולל אין זיין פרייע צייט. ווען ער 'עט נישט עוסק זיין צו העלפן אידישע קינדער באקומען זייער חלק פונ'ם שולחן איזבל...און ס'עט מקויים ווערן דער פסוק פון מגילת אסתר איבער מרדכי הצדיק..."רצוי לרוב אחיו (ולא לכל אחיו. משנעשה קרוב למלכות פירשו מקצת סנהדרין ממנו.) דורש טוב לעצמו ודובר שלום לכל זרעו....ענד דהעי ליוו'ד העפפילי עווער עפטער...! ענד אוו סטארי...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
תנחום האט געשריבן:די שטארקע אויבערהאנט פון יעגער האט מיר איבעראשט פונקט אזוי ווי די געווינס פון טראמפ. עס ווייזט נאכאמאל די סוקסעס פון טראמפ'ס שיטה ווי אזוי צו געווינען וואלן דורך באשמיצן יענעם נאן-סטאפ מיט נידריגע און געמיינע לאזונגען ווי קיינמאל בעפאר. נישט צו לאנג צוריק ווען פעלדער איז געלאפן האט די קאמפיין געהאט א פראפעסינאלע און אידישע צורה אלעס האט זיך אבער געטוישט ווען גרינפעלד האט איבערגענומען... פארפאלן מיר לעבן אין טראמפ'ס עפאכע און עס איז אומפארמיידבאר.

תנחום: איך מיין אז מ'דארף אויפמאכן א קאנגרעסיאנאלע אינוועסטיגעישן צו זעהן אויב רוסלאנד האט נישט געהאלפן פאר קלמן יעגער געווינען די עלעקשנס. מ'דארף באשטימען א ספעציעללן פראסעקיוטאר...! איך מיין אז קלמן יעגער האטציך געטראפן מיט רוסישע העקערס, וועלכע ארבעטן אין איינע פון די בארא פארק'ער קאר סערוויסעס פארשטעלט אלס דרייווערס. איך האב טאקע גערעדט צו א קאר סערוויס דרייווער. האט ער מיר פארציילט אז אין דער העים אין רוסלאנד (מיט א קמץ אויפ'ן אלף) איז ער גיווען אן אינזשיניער. און זיין ווייב איז א דאקטער. אבער ער דרייווט קאר סערוויס פאר פרנסה. און ער נעמט אויכעט אן העקינג דזשאבס צו העקן קרעדיט קארטס און בענק עקאונטס. אויך קען ער אריינקרוכן צו א שונא און פארדרייען די פיילס... און איבערדרייען די יוצרות...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 12:18 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
ראבערט מיללער איז אויף דער וועג אהער צו מאכן א אינוועגשען איבער דער ראללער פין יעגער - שלעגער מיט פוטין רוסלאנד

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 12:32 am
דורך וואלווי
אוועק צו געבן לשם מצוה:

א בעקישע אין זייער גוטע קאנדישאן כמעט נישט גענוצט.

רופט משפחת יעגער, אויב נישט קיין ענטפער לאזט א מעסעדזש

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 12:42 am
דורך תנחום
גלייכצייטיג ווערט געזוכט א פרישן העררינג שניידער אינעם גורער שטיבל

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 1:44 am
דורך ארי נוהם
אממערסטענס ווערט געזוכט א פאסיגע דזשאב פאר אומצאליגע לאנגווייליגע בחורים.

אצינד אז זיי האבן געלערנט מסכת מכות בהתמדה גדולה עטליכע וואכן נאכאנאנד, איז דא א שטארקע חשש אז זיי וועלן מקיים זיין דעם "לא תתנשי מינן ולא נתנשי מינך", און זיי וועלן טון מעשים אשר לא יעשו אדאנק זייער לאנגווייליגקייט.

ביטע שנעל אויספארעמען א נייע מערכה, לשם שמים שטייצך, אז די בחורי חמד זאלן אריינלייגן אין דעם זייער מיה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 1:48 am
דורך [NAMELESS]
תנחום האט געשריבן:גלייכצייטיג ווערט געזוכט א פרישן העררינג שניידער אינעם גורער שטיבל

צופיל חברה האבן זיך שוין אנגעטראגן, מ'גרייט זיך דארט אויף א היציגע העררינג פארמעסט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:05 pm
דורך איסר האטלקי
קורקלענד האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:ר' איסר האיטלקי, יא , עס זעט זיך באשיינפערליך אן ווי דער עולם האט שטארק געוואלט הייקינד,

ס'נישט קיין ראיה אויף וואס די עולם האט געוואלט, ס'איז נאר א ראי' אויף וואס די וויילער האבן געוואלט. ניינציג פראצענט פון הייקינד שטיצער זענען נישט געווען רעגיסטרירט אדער אקטיוו.

ס'האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט. בארא פארק מאכט גארנישט אויס אין קיין לאקאלע וואלן, חוץ ביי פריימעריס.

דאס איז אן אלטער פאקט וואס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט אלס אקוראט. דוב האט זיך גענארט משום איזה סיבה אז ער איז גענוג שטארק זיך קעגנצושטעלן, און איך האב מיך מיטגענארט...

למעשה, לייג גאנץ באבוב 48 אויף הייקינד'ס וואגשאל, און יעגער איז נאכאלץ דער געווינער. ופשוט הוא.