בלאט 4 פון 8

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 2:14 pm
דורך קענסט מיר אפשר זאגן
אזויפיל חכמה אין איין תגובה WOW נתפעל צו ווערן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 2:53 pm
דורך יין שרף
לך לך האט געשריבן:גג על גג

אמת, אבער אויך מרפסין איגרא, ממילא קומט אויס מאיגרא רמא לבירא עמיקתא..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 3:48 pm
דורך איסר האטלקי
יין שרף האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:גג על גג

אמת, אבער אויך מרפסין איגרא, ממילא קומט אויס מאיגרא רמא לבירא עמיקתא..

איך וואלט עס אנגערופן הסתרה שבתוך ההסתרה, ווייל איך ווייס נישט וואספארא אגענדעס ער וויל באהאלטן דא...

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:20 am
דורך [NAMELESS]
ימים ידברו האט געשריבן:איך וויל מסביר זיין מיין חוות דעת בנוגע הרב משה מנחם פאר סאטמאר ארונים - לאנדאן, די מעלות פון הרב משה מנחם איז, ער איז א א מורי הוראה, א מעסיגער נישט היציג, ער איז לפי דעתו הגדולה שטארק מחשיב מהר"א מסאטמאר, און ווייטער פאר די ארונים איז עס גיט באקימענדיג א פארמעניטע מורי הוראה צו זייער'ס א רב און שול, וואס איז פיל מער א נאמען ווי אלע זייערע מוצ'לך פון הרב בנציון לויב בערנשטיין כאריה ליכטענשטיין וכו' און אראף, ווייטער אקעגין הרי"ב וואזנער איז אזוי, הרי"ב איז טאקע געווען א גרויסע חסיד פון מהרא מער וווי הרמ"מ אבער זייענדיג א ווילדערער מענטש און דערצו נישט געווען א עכטע סטאטמרארע נאר א געווארענער,
ווייטער הרממ איז טאקע א אפשר א שטיקעל שונה פאר עכט סאטמאר מיין איך פון די עבר איך קען נישט זעהן ווי אזוי ער וועט ארויס זאגען די רבי זכרונו לברכה, ווען ער וועט רעדען פון די דברי יואל, אפשר פאר זיי איז דאס א מעלה.... אולי וועט ער טאקע נישט רעדען פון אים ס'שוין ממילא נאך די כינוס, הגם דארט איז דא יא עכטע דברי יואל חסידים ווי יעקל עסטרייכער,
אבער ווייטער ביי חסידי קלויזענבורג און פאר בעלזא וועט זיין מער רעספעקטירט אז א סאטמרע דיין שלא ידע את יוסף וואס רבינו הקדווש איז געווען לשיטתם א בעל מחלוקת.... און האלט מער פון די דברי יציב און דער הייליגער ישועת משה ווי ער האלט פון רבינו יואל, און ער איז מסיפוק צו דער ברך משה איז געווען אפשר א שענערע מחדש ווי דער דברי יואל...
און דער היינטיגער בעלזא רבי איז פיל מער חכם און מנהיג ישראל, וווי אלע צדיקי בית סיגוט, מיין איך איז דאס ממש צום זאך טרעפענדיג א באוויסטע רב און ער איז באמת שטארק מחשיב אלע אויפטהון פון מהרא מסאטמאר, און גלייבט באמת אז מהר"א מאכט תקנות פאר הוצאות חתונה, און אריזאנע ווייץ איז באמת א הצלת הדור וואס ראטוועט אונז פון די אלטע רבנים וואס האבען און אונז אלע יארען מאכיל געווען חמץ נוקשה... און דער דברי יואל האט בשאט נפש כעמאכט שחיטה נישט מונחת וואס איז געווען פיל מיט חלב דאורייתא, וואס הייסט די קלוזענבורגע רב האט בפירוש אזוי געהאלטען אינטער מהרא איז דאך א עולם התיקון, פארשטייט זיך פאר קראנקע קינדער מוז מאכען א פובליק סקול און די פאר אומפארגינער זענען מוחה, ווייל זיי ווילען זיך האלטען ביזי.... כלשון האדמור עם שש"ט
ווייטער צד מהרזל האט א עקסטרעימער ווילאמסבורגער רב וואס איז מוחה אקעגין הרב שטיינמאן, און איז מחשיב אורבאך'ס ער איז גיט פאר תשל"ז אונז האלטען שוין היינט מער פון מאכען קאפעליעס און טעיפס און פארענטשעס, צושטעלען מעגא לג בעומר, הדלקות מיט א תנאים שטיבעל, ממש מפקיר זיין אייגענע גגנבטע שטיב!
ממילא איז אזוי, הרב משה מנחם ווייס, איז עס א ווין ווין, ארויס פון פאפא אריין צו מהרא, פאפא וויל פטור ווערען, און מהרא האט נישט קיין רב, ווייטער די קהלה איז רייך און פעסט, וואס על פי רוב זיכט נישט מער די אלטע פארנאטישע מארמארישע איזיאטישע סאקמר, און עס איז א געווינע פוינט ביי בעלזא און קלוזענבורג, און א שטויס פאר פילפף מיט טענעבוים,
און הרממ איז נישט מער פאפא דיין, נאר סאטמאר רב, א קאמפעטישאן מיט א ריעל האלברשטאם וואס איז עכט רעביש נישט פון די ווייבס משפחה,און ער איז פאסיג צווישען די דיינים דוננער מיט פעלדמאן פון לאנדאן, סוי גוי אהעד מזל טוב מוקדשת!

בסך הכל ביסטו מודה אז רמ"מ ווייס איז גוט צו זיין רב אין סאטמאר לאנדאן, כדי די אנדערע קהלות אין לאנדאן זאלן זיי ארויפקוקן, מחשיב זיין, זיך דורכקומען וכו' וכו'. אבער פאר די סאטמארע קהילה אליינס, פאר זיי איז ער בכלל נישט פאסיג. והדברים פשוטים ומבוררים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2018 6:16 am
דורך בלויע רעקל
ימים איז וויירשיינליך א בעלזער, און קען נישט ארפשלינגען א סאטמאר תלמיד זאל ווערן רב דארט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:50 am
דורך בלויע רעקל
בלויע רעקל האט געשריבן:ימים איז וויירשיינליך א בעלזער, און קען נישט ארפשלינגען א סאטמאר תלמיד זאל ווערן רב דארט.

דאס זענען זיינע אויסוואלן:
הרב נפתלי ניסבוים ארצה"ק א גאון עולם
הרב עמרם העניג אנטווערפין שולט ון ד' חלקי שו"ע א פשטן
הרב משה קעסלער וויזניץ מאנסי א גרויסער בעל הוראה וירא ד' מרבים
הרב שלעזינגער די ברידער פון הרי"ד פון מאנסי א ת"ח א בעל תפלה א רעדנער, אלע מעלות ועל כולם עניוות להפליא
הרב משה שאול קליין א ריזגיער בעל הוראה אין בניברק א תלמיד פון שבט הלוי ויד ימינו


אלעס האט איין דינאם קיינער איז נישט קיין סאטמארער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:50 pm
דורך ימים ידברו
פאר די ארונים איז ער גיט! ווייל אפשר זאגט איר מיר ווי האבען זיי גענימען א סאטמרע תלמיד? און וועליכע פלאץ זינט ניסן תשנ"ט? ביי צד מהרז"ל חס ושלום אבער פאר מהרא איז ער א פלאס! ווייטער מעלבארען דארף נעמען א רב ניטש א מו"צ'ל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:33 pm
דורך signout
ימים ידברו האט געשריבן:פאר די ארונים איז ער גיט! ווייל אפשר זאגט איר מיר ווי האבען זיי גענימען א סאטמרע תלמיד? און וועליכע פלאץ זינט ניסן תשנ"ט? ביי צד מהרז"ל חס ושלום אבער פאר מהרא איז ער א פלאס! ווייטער מעלבארען דארף נעמען א רב ניטש א מו"צ'ל
זיי האבען גענומען רבנים אין לאנדאן אין מאנסי, כ'בין נייגעריגע אויב ר' חיים וואזנער אדער ר' חיים יושע ה''ש זענען יא סאטמארע תלמידים, ביי די סוקרוקים איז גענוג אז מ'שרייט קעגן מהר''א דעמאלטס איז מען א טאלמיד.... אדער וועט זייער נייער רב אין סאסאמאן מהרז''ל'ס יואלי אדער זיין איידעם גלאנץ-די נייע רב אין מהרזל''ס לעיקוואד דעוואלפמענד ווערן א טאלמיד...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:17 pm
דורך ימים ידברו
אמת ר חיים וואזנער איז נישט א תלמיד און אויך נישט רח"י אמת

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 4:17 pm
דורך ימים ידברו
ב"ה די זאך זעהט אויס מער נוטה קיין לאנדאן קיט"ל ארונים, אה הודי לד'

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 8:12 pm
דורך שמעון וואלף
איך שוין רמ"מ ווייס. ער כאפט נעבך נישט אז מ'גייט נעמען עדווענטיזש פון אים אפאר יאר און ווען די רבי'ס אייניקל (ר' מענעדעלע'ס זון, די חתן גייט וואינען אין לאנדאן) גיי עלטער ווערן אויפגעצויגן ועט מען אים שיקן ליפטערן. די זעלבע וואס איז געשעהן מיט אים אין פאפא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 8:37 am
דורך בלויע רעקל
ימים ידברו האט געשריבן:ב"ה די זאך זעהט אויס מער נוטה קיין לאנדאן קיט"ל ארונים, אה הודי לד'

מען גייט אבער נעמען א סאטמאר תלמיד אין אוסטראליע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:12 pm
דורך יעקב מענטש
שמעון וואלף האט געשריבן:איך שוין רמ"מ ווייס. ער כאפט נעבך נישט אז מ'גייט נעמען עדווענטיזש פון אים אפאר יאר און ווען די רבי'ס אייניקל (ר' מענעדעלע'ס זון, די חתן גייט וואינען אין לאנדאן) גיי עלטער ווערן אויפגעצויגן ועט מען אים שיקן ליפטערן. די זעלבע וואס איז געשעהן מיט אים אין פאפא

איז ער אן ארגינאלע פאפא'ע מעמבער? אדער איז ער אזוי ווי הרב שטיינמעץ אין סקווירא?

נישט ווייל ס'כאפט א גרויס נפק"מ אויב דער אייניקל וויל נעמען די מלוכה פאר זיך

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:50 pm
דורך גאנצל
שמעון וואלף האט געשריבן:איך שוין רמ"מ ווייס. ער כאפט נעבך נישט אז מ'גייט נעמען עדווענטיזש פון אים אפאר יאר און ווען די רבי'ס אייניקל (ר' מענעדעלע'ס זון, די חתן גייט וואינען אין לאנדאן) גיי עלטער ווערן אויפגעצויגן ועט מען אים שיקן ליפטערן. די זעלבע וואס איז געשעהן מיט אים אין פאפא


דעס איז זיס....... @ימים שרייבט אפ א דמיון און @שמעון וואלף שוינט אים שוין מיט א צווייטע דמיון

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:47 pm
דורך signout
שמעון וואלף האט געשריבן:איך שוין רמ"מ ווייס. ער כאפט נעבך נישט אז מ'גייט נעמען עדווענטיזש פון אים אפאר יאר און ווען די רבי'ס אייניקל (ר' מענעדעלע'ס זון, די חתן גייט וואינען אין לאנדאן) גיי עלטער ווערן אויפגעצויגן ועט מען אים שיקן ליפטערן. די זעלבע וואס איז געשעהן מיט אים אין פאפא
מ'האט אין ענגלאנד קיינמאל נישט געשיקט קיין קינדער פאר רבנות, סתם אבי גערעדט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:47 pm
דורך signout
בלויע רעקל האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:ב"ה די זאך זעהט אויס מער נוטה קיין לאנדאן קיט"ל ארונים, אה הודי לד'

מען גייט אבער נעמען א סאטמאר תלמיד אין אוסטראליע.

ווער איז אויפן טיש?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:22 am
דורך אישתישבי
עס איז אגרעסערע חידוש אז פאפא רב האט א זוהן וואס קען בכלל ווערען א רב אין א בעסמעדרעש.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:36 am
דורך לך לך
אישתישבי האט געשריבן:עס איז אגרעסערע חידוש אז פאפא רב האט א זוהן וואס קען בכלל ווערען א רב אין א בעסמעדרעש.
ער האט גאר געראטענע קינדער, איינס ביי איינס

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:37 pm
דורך קאצקע ציקער
אישתישבי האט געשריבן:עס איז אגרעסערע חידוש אז פאפא רב האט א זוהן וואס קען בכלל ווערען א רב אין א בעסמעדרעש.

נאכנישט נישט געזעהן אזא עקעלדיגע תגובה אינעם שטיבל!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:53 pm
דורך סקרן
אין די ארטיגע ביהמ"ד הענגט א צעטיל אז ער האט אנגענומען די פאסטען און גייט אהינגיין באזוכן נאך די ימים טובים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:00 pm
דורך קאצקע ציקער
.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:04 pm
דורך גדליה
סקרן האט געשריבן:אין די ארטיגע ביהמ"ד הענגט א צעטיל אז ער האט אנגענומען די פאסטען און גייט אהינגיין באזוכן נאך די ימים טובים

אין אוסטראליע?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:11 pm
דורך איסר האטלקי
אויב ס'אמת דארף מען שוין לייגן דעם אשכול אין צימעס