בלאט 4 פון 5

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסט

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 9:21 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ווי ווייט איך פארשטיי, מען/עולם ווייסט נאכנישט ווער עס שטייט דערינטער.

איינער ווייסט וויפיל קאמערעס מען האט געטראפן? אויב איז דאס איינס, טייטעלט דאס אויף אן אינדיווידועל. אויב איז דאס מערערע, קומט דאס וויירשיינדליך פון די הנהלה אדער וואס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:40 am
דורך דוד שריפטליך
Wow דערמאנסט מיר צייטן ווען איך בין געווען אין ישיבה גדולה מען האט גארנישט געטארט האבן און מען האט געווארפן געפראסקעט געקנסנט אבער וואס איך האב געוואלט וויסן פון יו טוב און ווייטער צו אלץ און צו אלעמען בין איך אנגעקומען שכוח אייבירשטער

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:23 am
דורך צפת
ביבער האט געשריבן:פארוואס טראכט מען נישט אז א בחור האט עס געלייגט?
א בחור וואלט מורא געהאט צו לייגן - ס'איז דא קעמערעס איבעראל...

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:58 pm
דורך צומישט און צוחישט
צפת האט געשריבן:לאו-דוקא.

באהאלטענע קעמערס זענען דא פאר א סיבה. די לייגערס האלטן אז באמת וואלט מען געדארפט לייגן אפענע אין ביה"כ, נאר וויבאלד ס'זענען דא מענטשן וואס וועלן האבן טענות און וועלן דאס נישט פארשטיין, לייגט מען דאס באהאלטן, אז מען זאל דאס נישט באמערקן.

די שאלה איז, ווער קוקט איבער די קעמערעס? - ווער שטייט א שטיק צייט קעגן א קאמפיוטער און קוקט איבער בעיון רב די קעמערעס אין יענעם וואונקל? - ווער איז דער מענטש, איך וואלט אים געדארפט קענען...

מיר האט דערציילט איינע וואס איז אמאל געווען איינגעשטעלט אין איינע פון די גרעסטע קהילות אין אמעריקע (איינע פון די צוויי סאטמאר), און ס'איז געווען די תקופה וואס מען האט אינסטאלירט ווידאו קעמערעס אין די גרויסע מקוה, און מענטשן זענען געקומען מיט טענות, היתכן (ס'איז נאך דעמאלס געווען א נייע זאך), און קהל האט געענטפערט פאר יעדן וואס האט געפרעגט, "ס'קומען פאר מכשולות אין מקוה. דו נעמסט אחריות?" - מיט דעם האט מען שטיל געמאכט יעדן וואס האט געפרעגט.

מפי השמועה שמעתי, אז אין א געוויסע גרויסע קהילה, האט מען גענומען איין שעה פרייטאג, וואס דעמאלס לאזט מען גיין אלע חשודים בעוון אין מקוה. מען זאגט זיי אן אז זיי טארן זיך נישט געפינען אין מקווה נאר בלויז אין יענעם שעה. און דעמאלס זיצט איינער ביי א קעמערע און קוקט נאך די אלע מענטשן אין מקוה וואס זיי טוען, און דערויף איז געמאכט די קעמערעס (איך בין נאך אלס נייגעריג, ווער דער קוקער איז למען השם... איר וואלט אנגענומען אזא דזשאב?).

קען זיין אז קעמערעס אין ביה"כ איז געמאכט פאר די זעלבע סיבה, מען זאגט פאר געוויסע בחורים חשודים אז זיי מעגן גיין אין ביה"כ נאר יענע און יענע שעה, און דעמאלס קוקט דער ראש-ישיבה אינעם קעמערע...

אגב, אין ארץ-ישראל איז געווען א ראש-ישיבה און רב, וואס האט געהאלטן אויפן וועג ארויף צו ווערן זייער גרויס אין די אידישע גאס. מען האט אים געכאפט אונטערלייגן קעמערעס און זיך פארסמאקעווען אויף זיינע תלמידים זייענדיג אין מקוה (עס האט דעמאלס ארויסגעליקט א קליפ ווי ער זיצט ביי זיך אין צימער, קוקט אויף תלמידים אין מקוה, בשעת ער האלט די הענט אויף א געוויסע פלאץ וד"ל). דאס איז געווען די סוף פון זיין קאריער. מען דארף אכטונג געבן.
wow' ס'מסתמא געווען ששון ושמחה יענע שעה, מיט וועם זיי האבן זיך געטראפן אין מקוה האבן זיי געוואוסט אז מ'קען מיט יענעם מאכן ביזנעס... אויך מיר א עצה, נאר אזויפיל יא אז די קינדער און אומשילדיגע בחורים האט מען געראטעוועט מידי עושקיהם..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:03 pm
דורך אילין מאסק
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך מיין אבער אז צו דעם וועט יעדער מודה זיין אז פאר בחורים על פי רוב אונטער די 17 איז אפענע אינטערנעט א שטיקל פראבלעם, (חוץ אויב איך רעד דא צו בחורים אונטער די 17 :lol: )
סארי פאר יעדעם איז עס די זעלבע פראבלעם אפילו די זעלבע פראבלעם ווי די בחור אינטער 17

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:06 pm
דורך אילין מאסק
די גאנצע זאך פארוואס מען האט געלייגט קעמרעס איז אז דא אין קאווע שטיבל זאל מען רעדן פון עס :D :D :D

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:07 pm
דורך אילין מאסק
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ווי ווייט איך פארשטיי, מען/עולם ווייסט נאכנישט ווער עס שטייט דערינטער.

איינער ווייסט וויפיל קאמערעס מען האט געטראפן? אויב איז דאס איינס, טייטעלט דאס אויף אן אינדיווידועל. אויב איז דאס מערערע, קומט דאס וויירשיינדליך פון די הנהלה אדער וואס.
1קעמרע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:10 pm
דורך קאצקער
שעפטאל האט געשריבן:דערהויבענע אידן וועלן קיינמאל נישט בארעכטיגן קיין ראיות אסורות. [אהן יענעם'ס וויסן...]
איך בארעכטיג עס אויך נישט [מיין דעה מאכט סיי ווי נישט אויס]

כ'קען פון דער נאנט אסאך בחורים וואס האבן טועם געוועהן פון די עץ הדעת אינטערנעט, און געוואר געווארן אז:

1. עבירות (כ'מיין נישט קיין לשון הרע וכדו' נאר **po) איז זיס, און נישט קיין בושה,
2. די וועלט איז אסאך גרעסער און קלוגער ווי זייער מגי"ש און רבי,
3. דער אייבישטער איז אויפגעוויזן פונקט ווי (להבדיל פארשטייט זיך) די אנדערע רעליגיעס,
4. מ'קען זיין א איד און באהאלטענערהייט נישט האלטן גארנישט,
5. מ'קען זיך טרעפן נייע חברים צו chat'n אויף שבת און א גאנצע וואך, און זיך אויסלאכן פון אלעס וואס אידישקייט זאגט,

די עלטערען חלום'ען נישט וואס זייער קינדער ווייסן.
איין אזא בחור קען ביז א קורצע צייט מיטשלעפן מיט זיין "אנטדעקטע אמעריקע" אסאך חברים אין זיין שיעור אדער יונגערע, בקיצור: איך האב מיטגעהאלטן א ישיבה וואס האט זיך פארמאכט נאר וועגן אינטערנעט.

ווען איך שיק מיין זוהן אין ישיבה, טראסט איך זיי אז זיי גייען עס אפהאלטן [כ'גיי איהם נישט האלטן אין די באקס לעולם ועד, אבער ביז ער סעטעלט זיך אין א נארמאלע לעבן איז עס זיין טובה]
ווי סאך איך האב פיינט דעם בעל הקעמרא'ס (פאר פערזענדליכע סיבות), ווייס איך נישט דערווייל פון א אנדערע עצה. זיינע בחורים זיצן ליידיג שעות ע"ג שעות, בטלה מביא לידי..

האט איינער א אנדערע סעלושען?
שקר וכוזב! חוץ די איינציגע נקודה אז די מגי"ש זענען נישט קלוג וואס איך האב שוין מילא געוויסט האט אינטערנעט מיר גארנישט געטוישט איו דו אננדערע ענינים, שוין א ים אנגעליינט און געזען און ס'האט מיר נאר ציגעגעבן שטאלץ צי זיין א חלק פונעם עם הנבחר!, אבי געהאקט על ה' ועל משיחו

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:33 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקער: איך בין נישט מסכים מיט דיר.

איך בין בד"כ א שטארקער פראפאנענט פון לאזן דערוואקעסענע מענטשן, ערליכע אידן זעהן אינטערנעט. נאר פאר בחורים און יונגע קינדער איז עס סם המוות. ווען ס'איז נישט געפילטערט.

איך רעד (ליידער) פון אייגענע עקספיריענס...אההה. אויבער חכמים. אונז האמיר איהם געכאפט...הודאת בעל דין כמאה עדים דמי...! כאפטס נישט קיין הייסע לאקשן. איך רעד דא פון מיין אייניקל. וואס איז דאן געווען א יונגער בחור'ל פון 14 יאר. ער איז איין תקופה איינגעשטאנען ביי מיר. מכח זיין סדר הישיבה.

אייביג ווען איך האב איהם געזעהן זיצן ביים קאמפיוטער האט ער "נאר" געקוקט קליפס פון הצלה און רעבישע חתונות. איז דאך גוט. נאר איינמאל ווען איך האב געקליקט אויף "היסטארי" איז ארויפגעקומען אזעלכע זאכן וואס א יונגער בחור'ל (אדער מיידל) דארף נישט צו וויסן. און דאס איז נישט געווען "באקראי". איינמאל אדער צוויי מאל. נאר צענדליגער מאל. האביך אנגעקאלט מיין זוהן, וואס איז א קאמפיוטער טעקנישן. ער זאל געבן אן עצה וויאזוי ארויפצולייגן א גוטן פילטער, עמערדזשענסי. נאר ביזדערווייל (ווילאנג דער בחור איז געווען אין ישיבה) האביך געטוישט דעם פעסווארד. די נעקסטע מאל איך האב איהם געזעהן זיצן ביים קאמפיוטער האט ער זיך געמוטשעט אריינצוסיינען. ווען ער האט מיר געבעטן איהם צו העלפן האביך מיך געמאכט תמ'עוואטע. איך זאג איהם. לאמיר טרייען דעם פעסווארד. אה...ס'ארבעט נישט האביך "פרובירט" נאכאמאל. ס'ארבעט נאכאלץ נישט. האביך איהם געזאגט...מסתמא האט איינער געהעקט אונזער קאמפיוטער. ווען איך האב שוין געהאט א פילטער, איז ער דאס אויך בייגעקומען. נאר איך האב שוין געהאלטן א שטארק אויג אויף איהם. און איהם געזאגט אז ער זאל וואס ווייניגער זיין אויפ'ן קאמפיוטער...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:36 pm
דורך קאצקער
וואס איך מיין צו זאגן איז נישט אז ס'איז ריכטיג א בחור'ל זאל קוקן נאר איך רעד פון מציאות, ח"ו נישט ביי יעדעם איינעם נאר כל אחד ואחד לכשעצמו

Re:

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:08 pm
דורך צוויי
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:33 pm קאצקער: איך בין נישט מסכים מיט דיר.

איך בין בד"כ א שטארקער פראפאנענט פון לאזן דערוואקעסענע מענטשן, ערליכע אידן זעהן אינטערנעט. נאר פאר בחורים און יונגע קינדער איז עס סם המוות. ווען ס'איז נישט געפילטערט.

איך רעד (ליידער) פון אייגענע עקספיריענס...אההה. אויבער חכמים. אונז האמיר איהם געכאפט...הודאת בעל דין כמאה עדים דמי...! כאפטס נישט קיין הייסע לאקשן. איך רעד דא פון מיין אייניקל. וואס איז דאן געווען א יונגער בחור'ל פון 14 יאר. ער איז איין תקופה איינגעשטאנען ביי מיר. מכח זיין סדר הישיבה.

אייביג ווען איך האב איהם געזעהן זיצן ביים קאמפיוטער האט ער "נאר" געקוקט קליפס פון הצלה און רעבישע חתונות. איז דאך גוט. נאר איינמאל ווען איך האב געקליקט אויף "היסטארי" איז ארויפגעקומען אזעלכע זאכן וואס א יונגער בחור'ל (אדער מיידל) דארף נישט צו וויסן. און דאס איז נישט געווען "באקראי". איינמאל אדער צוויי מאל. נאר צענדליגער מאל. האביך אנגעקאלט מיין זוהן, וואס איז א קאמפיוטער טעקנישן. ער זאל געבן אן עצה וויאזוי ארויפצולייגן א גוטן פילטער, עמערדזשענסי. נאר ביזדערווייל (ווילאנג דער בחור איז געווען אין ישיבה) האביך געטוישט דעם פעסווארד. די נעקסטע מאל איך האב איהם געזעהן זיצן ביים קאמפיוטער האט ער זיך געמוטשעט אריינצוסיינען. ווען ער האט מיר געבעטן איהם צו העלפן האביך מיך געמאכט תמ'עוואטע. איך זאג איהם. לאמיר טרייען דעם פעסווארד. אה...ס'ארבעט נישט האביך "פרובירט" נאכאמאל. ס'ארבעט נאכאלץ נישט. האביך איהם געזאגט...מסתמא האט איינער געהעקט אונזער קאמפיוטער. ווען איך האב שוין געהאט א פילטער, איז ער דאס אויך בייגעקומען. נאר איך האב שוין געהאלטן א שטארק אויג אויף איהם. און איהם געזאגט אז ער זאל וואס ווייניגער זיין אויפ'ן קאמפיוטער...!
ר' בעלעגאלע איך האב נישט געוויסט אז ביסט שוין א זיידע פון גרויסע אייניקלעך בחורים, אויף לאנגע געזונטע יארן..

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:04 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ! יא ב"ה, אור אייניקלעך אויך. עמו"ש. אי"ה ביי דיר און אלע אידן אויף שמחות.

די קינדער היינטיגע צייטן זענען זייער קלוג, קע"ה. זיי קענען זיך אויס אין אלע טעכנישע כלים א סאך בעסער ווי אונז מיינען.

ווען איך בין געווען יונג האב איך געהאט א שטארקע אינטרעסע אין די סייענס פון עלעקטריק און עלעקטראניקס. דאס איז דעמאלס געווען די גרעניץ פון "חכמה." ווען די גרויסע איי.בי.עם. קאמפעני איז ארויסגעקומען מיט א קאמפיוטער וואס קען טון 120 סוויטשינג פאנקשענס אין א סעקונדע האט א יעדער געשטוינט פון דעם גרויסן טעכנאלאגישן וואונדער. היינט רעדט מען (שוין נישט אפילו פון גיגא-בייטס) פון טערא-בייטס. און אויך די "ברייטקייט" פון מעמארי וואס די היינטיגע קאמפיוטערס פארמאגן. אין די היינטיגע (קאמפיוטער) טעכנאלאגיע ביניך א טאטאלער עם הארץ. א קינד פון צען יאר קען זיך בעסער אויס אין די היינטיגע כלים ווי איך.

אזוי ווי ס'שטייט אין קהלת: דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת.

Re:

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:32 pm
דורך היום
צפת האט געשריבן: אגב, אין ארץ-ישראל איז געווען א ראש-ישיבה און רב, וואס האט געהאלטן אויפן וועג ארויף צו ווערן זייער גרויס אין די אידישע גאס. מען האט אים געכאפט אונטערלייגן קעמערעס און זיך פארסמאקעווען אויף זיינע תלמידים זייענדיג אין מקוה (עס האט דעמאלס ארויסגעליקט א קליפ ווי ער זיצט ביי זיך אין צימער, קוקט אויף תלמידים אין מקוה, בשעת ער האלט די הענט אויף א געוויסע פלאץ וד"ל). דאס איז געווען די סוף פון זיין קאריער. מען דארף אכטונג געבן.

כדאי לדייק.
ער פלעגט שיקן בחורים צו טיען wrestling איינער מיטן צווייטן כמעט נאקעט, ער פלעגט מיטהאלטן לייוו און אסאך מאל געבן איסטראקציעס פאר דעם אדער בשעת מעשה וואס און ווי אזוי זיך צו אנטוהן/אויסטוהן.

ער האט עס געטוהן יארן לאנג, מיט אן אפיציעלער שיטה אז עס העלפט די בחורים זיך אויסטשוכענען אויף א גוטע וועג און עס מאכט זיי לערנען בעסער...
ביז עס איז איין מאל ארויסגעקומען א ווידיאו ווי ער רייבט זיך אויס בשעת'ן מי האלטן אויפ'ן קעמערע וואס די בחורים טוען...

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:38 pm
דורך ארכיטקט
היינט איז די ארבעט פון א משגיח אין א ישיבה צו קוקן ווידיאו א גאנצן טאג! איך ווייס עס קראנט!
משגיחים קלאצן אפ אויף די קעמרעס יום יום.

אגב מיר שטערט זייער דעי שולן מיט די קעמערעס אין מקוה אין און ביה"כ, על אף וואס ס'איז טאקע דא משחיתים, אבער לא זו הדרך.

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:10 pm
דורך סקעפטיקער
וויאזוי האט יענער געזאגט? די איי אין ישיבה האט געבוירן א טשיקען ווייל די משגיח זיצט דערויף אגאנצן טאג

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:24 pm
דורך לאכעדיג
ארכיטקט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:38 pm אגב מיר שטערט זייער דעי שולן מיט די קעמערעס אין מקוה אין און ביה"כ, על אף וואס ס'איז טאקע דא משחיתים, אבער לא זו הדרך.
ווען דו וואלסט ווען געוויסט וויפיל קינדער ס'זענען חרוב געגיינגען אין די מקוואת און אין די בתי הכסא פון די ביהמ"ד וואלט דיר נישט אזוי געשטערט אז ס'איז דא דארט אייס.

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 7:10 pm
דורך ארכיטקט
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:24 pm
ארכיטקט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:38 pm אגב מיר שטערט זייער דעי שולן מיט די קעמערעס אין מקוה אין און ביה"כ, על אף וואס ס'איז טאקע דא משחיתים, אבער לא זו הדרך.
ווען דו וואלסט ווען געוויסט וויפיל קינדער ס'זענען חרוב געגיינגען אין די מקוואת און אין די בתי הכסא פון די ביהמ"ד וואלט דיר נישט אזוי געשטערט אז ס'איז דא דארט אייס.
און אז ס'דא קעמערעס, וואס העלפט עס? אז נישט אין ביהכ"ס, איז ערגעץ אנדערש אין א באהאלטענע ווינקל, אבער איך פארשטיי אז די וועלט דאף ליידן וועגן די משוגעים, אזוי ווי מיר דארפן ליידן אין עירפארט וועגן אפאר משוגעים מיט באמבעס.

Re:

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:55 am
דורך פאלאצ'ינטא
באר מים האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:48 pm אין די גרויסע ביהמ"ד אין ק"י (12) איז דא אפענע קעמערעס.
דאס איז [די פאלשע] די וועליכע זיי ווילען אז דו זאלסט זעהן. נאך דעם איז דא באהאלטענע. אפאר יאהר צוריק האב איך געזעהן א קליפ פון א בית מדרש אין בורו פרק ווי א אינגערמאן צוברעכט די פאלשע קעמערע און איז ליידיגט אויס אלע פושקעס.

ווי מען זעהט קמערעס אפען איז זיכער דא באהאלטענע. אפי גויאישע קאמפעניעס טוען דאס

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:22 pm
דורך טובלכל
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:24 pm
ארכיטקט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:38 pm אגב מיר שטערט זייער דעי שולן מיט די קעמערעס אין מקוה אין און ביה"כ, על אף וואס ס'איז טאקע דא משחיתים, אבער לא זו הדרך.
ווען דו וואלסט ווען געוויסט וויפיל קינדער ס'זענען חרוב געגיינגען אין די מקוואת און אין די בתי הכסא פון די ביהמ"ד וואלט דיר נישט אזוי געשטערט אז ס'איז דא דארט אייס.
די ביה"כ איז מתוקן געווארן ווען מ'האט אנגעהויבען צו מאכן גוטע מחיצות און גיט באהאפטן די מחיצה צי די וואנט, מקוואות איז גיט אז ס'איז דא קעמערס.

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 3:51 pm
דורך עבד ה'
אסאך מאל דארפען מען אפילו נישט קוקען די עצם זאך אז עס איז דא קעמרע'ס שרעקט שוין אפ און עס לאזט נישט די משחיתים טוען וואס זיי ווילן

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 5:00 am
דורך ארגענטינע
לעצטענס איז,ארום געפארן ווידיאוס פון א מוקה אין א היימישע געגנט

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 3:46 pm
דורך אקטיווע שרייבער
ארגענטינע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:00 am לעצטענס איז,ארום געפארן ווידיאוס פון א מוקה אין א היימישע געגנט
יאפ, געווען דא אן אשכול דערוועגן דאכטזיך.

Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 4:21 pm
דורך ארכיטקט
ארגענטינע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:00 am לעצטענס איז,ארום געפארן ווידיאוס פון א מוקה אין א היימישע געגנט
וועכע מקוה?