בלאט 4 פון 6

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 3:04 pm
דורך קהל'ס נער
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:א חוץ פארן טעראפיסט וואס ארבייט מיט א פעדעפיל איז אירעליווענט די סייקאלעדזשי ביהיינד און צו מ׳דארף אים שוינען אדער צו מ׳דארף אים באטראכטן אלץ נעמאלער/מעשיגענער. וואס יעדער דארף וויסן איז איין זאך, ס׳איז מעשים אשר לא יעשו און פונקט וואס מ׳טוט מיט עניבאדי וואסיז א סכנה פאר סאסייעטי ווערט געטון מיט א מאלעסטאר - ס׳איז א פארברעך פונקט ווי עני אנדערע חטא וואס פירט אריין אין חד גדיא... פשוט פארן סעפטי פון סאסייעטי.
ס׳יא נוגע אויף צי וויסן וויאזוי זיך צי באהיטן פונעם, למשל ווי ער זאגט אז ער פלעיגט עס טוען אויף א וועיג פון זיך שפילן, רוב מענטשן מיינען (עכ״פ איך האב אזוי געמיינט) אז א מאלעסטער געט א כאפ א קינד מיט כוח אדער סטראשערייען, מען דארף וויסן אז א פיינע וואוילע מענטש וואס שפילט מיט קינדער קען אויך זיין א מאלעסטער.

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ס'איז מסתבר. א דערוואקסענער מענטש וועלכער שפיעלט זיך מיט קינדער, איז דא רגליים לדבר אז ער איז א מאלעסטער.

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 11:50 pm
דורך שערי יושר
ווייסטעך מזאגט אמאל אויף א מענטש "ער איז זייער גוט מיט קינדער"... מברויך שטיין ווייט און זעכיר נישט צאלן זעכציג א שעה צי לערנען משניות ביינאכט' סארא משוגעת דעיס, היינט יעדע יונגעל דארף זיין א מציון און לערנען מיט א אינגערמאן, זאל ער שפילן קעטש מיט קינדער זיין עידזש

אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 1:37 am
דורך ערנסטגערעדט
אפאר נקודות וואס איך האב אויפגעכאפט
(סנישט דא קיין שום תירוץ פארן בא׳עוולהן קינדער אדער סיי ווער)

- ער איז נאך א קרבן פון די אויפגעבלאזענע זרע לבטלה ערגסטע עבירה פראבלעם - מדארף שלאגן רביס וואס זענען ביזי מיט דעם - מדארף א בעסערע מהלך פאר ****-עד בכלל סיי פאר קלענערע קינדער און סיי פאר בחורים שהגיעו לפורקן סיי וואס ממעג יא און נישט און סיי וועגן די חורבן וואס שפילן מיט א צווייטן קען צוברענגען

- די עלטערע מיידלעך דארפן אויך ****-עד צו קענען פארשטיין זייער אייגענע גוף פלאס צו סופארטן די מענערס צרכים - פארשטייט זיך דאס איז ביטער שווער ווען די גאנצע עדזשוקעישען אין מיידל סקול איז געבויט ארום צניעות וואס איז לויט דעם פארקערט

- ווען דו זעסט איינער זייער ״מוּשי״ מיט א קינד קען עס אנדייטן אויף פראבלעמען - חושש זיין אדער האלטן אן אויג איז נישט קיין שלעכטע מהלך

- נאך טעראפי און ריהעב טוען זייער אסאך רילעפסן - נישט זיכער צו צייט אין תפיסה איז בעסער אויף דעם - עס איז א סטראָגל פאר לייף אזוי ווי סיי וואס פארא עדיקשאן - די שטערקסטע מונע איז גאר צו ארויסהאבן קלאר וואס פארא חורבן מען פאראורזאכט ווען מטוט עביוזן

- פון מיין דזשאדזשמענט קוקט עס אויס ווי ער מיינט עס אמתדיג און נישט סתם פאר פעים - צו וועט ער נאכאמאל טון? ער אליין זאגט אז די תאוה איז נישט אויסגעלאשן און מקען דאס בעצם נישט אויסלעשן דארף בלויז אוועקשטיין פון טריגערס - ער האט געענטפערט אלעס זייער קלאר און ריכטיג אין מיינע אויגן חוץ ווען ער באשולדיגט יענע משפחה און אז ער איז געווען ברוגז אויף זיין ווייב דעמאלסט

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 10:46 am
דורך סיסטעם
ערנסטגערעדט האט געשריבן:אפאר נקודות וואס איך האב אויפגעכאפט

נארישקייטן אונז האבן נישט מער ווי די אלגעמיינע גאס, נישטא קיין שום סיבה צו זאגן אז די זרע לבטלה פחד איז גורם צו באקומען א תאווה צו קינדער

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 10:59 am
דורך ערנסטגערעדט
אויב וועט דיר איינער זאגן אז ער האט געטראכט פון סואיסייד וועגן ז"ל, גייסטו אויך זאגן די סטאטיסטיקס זאגן נישט אז אונז האבן מער סואיסיידס ווי די אלגעמיינע גאס?

צו דען זאג איך אז דאס שטופט צו מאלעסטן קינדער? איך זאג סך הכל אז ווען איינער שפירט ווי ער טוט דאס ערגסטע זאך אויפן וועלט זעקס מאל א טאג מאכט עס אים חרוב און עס קען צוברענגען צו אלע מינע זאכן.

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 1:02 pm
דורך צוויבל קניפער
סיסטעם האט געשריבן:נארישקייטן, אונז האבן נישט מער ווי די אלגעמיינע גאס, נישטא קיין שום סיבה צו זאגן אז די זרע לבטלה פחד איז גורם צו באקומען א תאווה צו קינדער
אמת דאס איז נישט קיין גורם, אבער עס איז א גוטע excuse (אין די אויגן פון אזא קראנקע מענטש) ווייל זרע לבטלה איז דאך די הארבסטע אין אונזער סאסייעטי, ער געבט זיך אליינס א היתר ווי לאנג עס איז נישט דאס.

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 3:29 pm
דורך יעקב מענטש
א הארץ ווייטאג, די מענטשען זענען בכלל נישט אין קאנטראל נעבעך.

אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 6:13 pm
דורך שערי יושר
.

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 6:44 pm
דורך סיסטעם
צוויבל קניפער האט געשריבן:
סיסטעם האט געשריבן:נארישקייטן, אונז האבן נישט מער ווי די אלגעמיינע גאס, נישטא קיין שום סיבה צו זאגן אז די זרע לבטלה פחד איז גורם צו באקומען א תאווה צו קינדער
אמת דאס איז נישט קיין גורם, אבער עס איז א גוטע excuse (אין די אויגן פון אזא קראנקע מענטש) ווייל זרע לבטלה איז דאך די הארבסטע אין אונזער סאסייעטי, ער געבט זיך אליינס א היתר ווי לאנג עס איז נישט דאס.
איך הער וואס דו זאגסט, אבער א excuse איז א זאך וואס אזא איינער וועט סייווי טרעפן אפילו ווען עס איז נישטא.
און איך האלט אז צו זאגן אז ער איז א "קרבן" פון זרע לבטלה איז נישט ריכטיג.

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 6:46 pm
דורך סיסטעם
ערנסטגערעדט האט געשריבן:אויב וועט דיר איינער זאגן אז ער האט געטראכט פון סואיסייד וועגן ז"ל, גייסטו אויך זאגן די סטאטיסטיקס זאגן נישט אז אונז האבן מער סואיסיידס ווי די אלגעמיינע גאס?

צו דען זאג איך אז דאס שטופט צו מאלעסטן קינדער? איך זאג סך הכל אז ווען איינער שפירט ווי ער טוט דאס ערגסטע זאך אויפן וועלט זעקס מאל א טאג מאכט עס אים חרוב און עס קען צוברענגען צו אלע מינע זאכן.
בקיצור, דו האלסט אז זיין רבי איז שולדיג, און ווען נישט אים וואלט ער נישט געוועהן קיין מאלעסטער?

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 6:53 pm
דורך קהל'ס נער
ניין, זיין רבי איז נישט שולדיג ווייל א יעדער איז שולדיג/אחראי אויף זיין אייגענע מעשים.
אבער ס׳קען נאך אלץ זיין אז זיין רבי איז מרבה מאלעסטערס בישראל

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 10:19 pm
דורך צקון לחש
די עצם צופראסקעטע חינוך אז הוצאת ז"ל איז חמור מכל עבירות שבתורה (!!!) טוט שטארק גרינג מאכן די עבירה פון טשעפען א קינד אין די אויגן פון אזא איינער.

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 11:59 pm
דורך ים רויבער
צקון לחש האט געשריבן:די עצם צופראסקעטע חינוך אז הוצאת ז"ל איז חמור מכל עבירות שבתורה (!!!) טוט שטארק גרינג מאכן די עבירה פון טשעפען א קינד אין די אויגן פון אזא איינער.
איר קריגט זיך אויפן שולחן ערוך?

אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:18 am
דורך ערנסטגערעדט
ים רויבער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:די עצם צופראסקעטע חינוך אז הוצאת ז"ל איז חמור מכל עבירות שבתורה (!!!) טוט שטארק גרינג מאכן די עבירה פון טשעפען א קינד אין די אויגן פון אזא איינער.
איר קריגט זיך אויפן שולחן ערוך?
ערגסטע קען דאך נישט מיינען ממש די ערגסטע, צו דען איז עס ערגער פון די ג' עבירות חמורות? עס איז דא א געוואלד מיט קשיות אויף דער שטיקל שו"ע,
איבערהויפט אז די שו"ע איז דא צו פסקנען הלכה און דא ברענגט ער אריין מוסר און גאר א שטיקל זוהר.

והרבה תירוצים יש בדבר, אבער פארשטייט זיך די רבי וואס פלעגט רעדן זיינע חזעריי פאר די בחורים שובבים מיט פארמאכטע לייטס האט איבערגעגעבן אז דאס איז די ערגסטע עבירה פשוטו כמשמעו און נישט געהאט קיין שום קשיות אויף א בפירוש'ן זוהר.

וויפיל בחורים האבן אויפגעגעבן אויף אויף אלעס ווייל ער טוט דאך שוין דאס ערגסטע פינף מאל א טאג??
די דאזיגע רבי'ס זענען רוצחי נפשות ממש.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:22 am
דורך משה זעקעל
ים רויבער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:די עצם צופראסקעטע חינוך אז הוצאת ז"ל איז חמור מכל עבירות שבתורה (!!!) טוט שטארק גרינג מאכן די עבירה פון טשעפען א קינד אין די אויגן פון אזא איינער.
איר קריגט זיך אויפן שולחן ערוך?
דארט רעד מען פון דש בפנים ליין ווייטער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 9:37 am
דורך צקון לחש
ים רויבער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:די עצם צופראסקעטע חינוך אז הוצאת ז"ל איז חמור מכל עבירות שבתורה (!!!) טוט שטארק גרינג מאכן די עבירה פון טשעפען א קינד אין די אויגן פון אזא איינער.
איר קריגט זיך אויפן שולחן ערוך?
כיהודה ועוד ל@ערנסטגערעדט, מ'האט שוין אויבן געברענגט דעם ספר חסידים וואס די נו"כ ברענגן דארט אראפ, און בכלל, צו נעמען אפאר געדריקטע ווערטער וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש שפירט אז עפעס איז נישט גלאט מיט דעם, און עס איבערגעבן כפשוטו ממש (אה פלוצלינג האבן מיר ליב פשט) פאר יונגע צאן קדשים איז מעשה סדום ועמורה בתפארתו.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:21 pm
דורך ים רויבער
משה זעקעל האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:די עצם צופראסקעטע חינוך אז הוצאת ז"ל איז חמור מכל עבירות שבתורה (!!!) טוט שטארק גרינג מאכן די עבירה פון טשעפען א קינד אין די אויגן פון אזא איינער.
איר קריגט זיך אויפן שולחן ערוך?
דארט רעד מען פון דש בפנים ליין ווייטער
און ליין נאך א טראפעקעלע ווייטער וועסטע זען אז מען רעדט פון יעדע וועג הוז"ל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:52 pm
דורך yesiknow
איז עס מער חמור ווי די שלש חמורות ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:39 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
דער אידל פון דעם אינטערוויו ארבייט אין איינע פון די ספרים געשעפטן אין בארא פארק?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:54 pm
דורך יעקב מענטש
צקון לחש האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:די עצם צופראסקעטע חינוך אז הוצאת ז"ל איז חמור מכל עבירות שבתורה (!!!) טוט שטארק גרינג מאכן די עבירה פון טשעפען א קינד אין די אויגן פון אזא איינער.
איר קריגט זיך אויפן שולחן ערוך?
כיהודה ועוד ל@ערנסטגערעדט, מ'האט שוין אויבן געברענגט דעם ספר חסידים וואס די נו"כ ברענגן דארט אראפ, און בכלל, צו נעמען אפאר געדריקטע ווערטער וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש שפירט אז עפעס איז נישט גלאט מיט דעם, און עס איבערגעבן כפשוטו ממש (אה פלוצלינג האבן מיר ליב פשט) פאר יונגע צאן קדשים איז מעשה סדום ועמורה בתפארתו.
א ווארט אין שו"ע איז נישט סתם "עטליכע געדרוקטע ווערטער", און די פאקט אז דער בית יוסף האט עס געפונען פאר וויכטיג אריינצולייגן אין שו"ע טראגט א גרויסן געוויכט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 3:01 pm
דורך צקון לחש
יעקב מענטש האט געשריבן:א ווארט אין שו"ע איז נישט סתם "עטליכע געדרוקטע ווערטער", און די פאקט אז דער בית יוסף האט עס געפונען פאר וויכטיג אריינצולייגן אין שו"ע טראגט א גרויסן געוויכט.
I feel you, I really do

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 6:17 pm
דורך ברוך שפינוזה
יעקב מענטש האט געשריבן: א ווארט אין שו"ע איז נישט סתם "עטליכע געדרוקטע ווערטער", און די פאקט אז דער בית יוסף האט עס געפונען פאר וויכטיג אריינצולייגן אין שו"ע טראגט א גרויסן געוויכט.
די שולחן ערוך טראגט טאקע א גרויסן געוויכט אבער למעשה האט עס כלל ישראל נישט אנגענומען, ופוק חזי מאי עמא דבר.