בלאט 31 פון 37
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:14 pm
דורך [NAMELESS]
אין אנדערע נייעס וועט כ"ק מרן הקדוש דוד שליט"א אריינקומען צום טיש אין א האלבע שעה שארף.
ספעציעלע האנטוכער ווערן אריבער געברענגט צום הויפטקווארטיר לכבוד דעם ספעציעלן ערוה"ש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:15 pm
דורך בחצר הקודש
עפעס א דיין דארט וועט עם נאך נעמען פאר א איידעם , בפקודת הקודש, לקיים מה שנאמר ושאל את פי האתון ואמר הן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:18 pm
דורך ראוונע
אדנירם האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:שפיצער האט זיך איינמאל אנטשולדיגט פאר זיין קרבן?
שאלת תם, כ'ווייס נישט די פאקטן.
האלטס אז איינער דא אין שטיבל ווייסט די פאקטן? א חוץ אויב די שורף ונשרף האבן דא ניקס. ס'גראדע דא דא אין שטיבל א חסיד נשרף, אבער צוליב געוויסע סיבות איז ער נישט נאמן.
אפשר איז געווען אן אפיציעלער אנטשולדיגונג.
דאס איז מיין שאלה.
ראטענבערג זאגט אז קיינער האט זיך נישט אנטשולדיגט פאר אים
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:29 pm
דורך [NAMELESS]
העפפי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:35 pm
דורך קאווע טרינקער
ראוונע האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:שפיצער האט זיך איינמאל אנטשולדיגט פאר זיין קרבן?
שאלת תם, כ'ווייס נישט די פאקטן.
האלטס אז איינער דא אין שטיבל ווייסט די פאקטן? א חוץ אויב די שורף ונשרף האבן דא ניקס. ס'גראדע דא דא אין שטיבל א חסיד נשרף, אבער צוליב געוויסע סיבות איז ער נישט נאמן.
אפשר איז געווען אן אפיציעלער אנטשולדיגונג.
דאס איז מיין שאלה.
ראטענבערג זאגט אז קיינער האט זיך נישט אנטשולדיגט פאר אים
אין חיים שאולזהאן איז עדות.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:40 pm
דורך [NAMELESS]
דער לויער שעכטמאן איז יעצט ביי די משפחה און ביים רבי'ן אפגעבען א באריכט איבער די אנטוויקלונג.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:44 pm
דורך ראוונע
ווי קומט דא חיים שאולזאהן אריין?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]קאווע טרינקער[/tag], עפעס שטימט נישט דא.
אויב דו ביזט נישט קיין סקווערע חסיד, אדער לחלופין א קרוב צו שפיצער, דאן איז מאדנע אז דו האסט גענומען דעם צד. ס'איז עפעס נישט 'קאווע טרינקער'דיג'...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:02 pm
דורך [NAMELESS]
זייט ווען מוז מען געהערן צו די אויבנדערמאנטע צו נעמען א צד?
איך קען גראדע איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א עקסטרעמער משוגענער סקווערע שטוב, ווי מען מאכט קידוש ביי של"ש... און יעצט איז ער געקומען צו פליען ממחיצת השרף ד'בארא פארק ארויס און גענומען א פארקערטע צד ווי ער שיסט גרויליגע מיסט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:04 pm
דורך ליפא
Just in: the judge didn't free spritzer he had him transferred to the new square prison for the rest of his life.
Cp
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:05 pm
דורך mevakesh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:זייט ווען מוז מען געהערן צו די אויבנדערמאנטע צו נעמען א צד?
איך קען גראדע איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א עקסטרעמער משוגענער סקווערע שטוב, ווי מען מאכט קידוש ביי של"ש... און יעצט איז ער געקומען צו פליען פון בעלעדער טיש ארויס און גענומען א פארקערטע צד ווי ער שיסט גרויליגע מיסט.
איז עס נישט גילוי?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:09 pm
דורך שעפטל
ק/פ
א קורצע אפהאנדלונג איבער דער באפרייאונג פון הבחור שאול יחזקאל שפיצער.
מיט געשמישטע געפילן איז אויפגענומען געווארן די בשורה אז דער הבחור שאול יחזקאל שפיצער איז ב"ה באפרייט געווארן פון טורמע.
רוב רובם פון כלל ישראל פרייען זיך מיט, וויסנדיג אז אזוי ווי אונז אלע מאכן פאטאלע גרייזן אין לעבן, אזוי אויך האט שפיצער זייענדיג א 17-יעריגער יוגענטליכע וועלכע האט נישט צופיל געקלערט, אויך באגאנגען א פאטאלן טעות און געוואלט אינטערצינדן די שטוב פון ר' חיים אהרן ראטענבערג.
הבחור שאול יחזקאל האט אפגעשמאכטעט אין טורמע פאר איבער 3-יאר, איינגעהילט מיט חרטה- געפילן האט ער דארטן זיך משלים געווען, און אויפגעטוען א געוואלד, ער האט זיך געטוישט אינגאנצן און אנערקענט אז ער איז באגאנגען א געפערליכע אומרעכט.
מיר אידישע קינדער פארמאגן א געפיל צו א צווייטן איד. מיר פארשטיין אז קיינער איז נישט "פערפעקט", און יעדער קען באגיין טעותים. שפיצער האט א ריינער רעקארד, ער איז קיינמאל נישט געווען פארמישט אין פארברעכנס, און איז געווען א "מיינער", אונטער אכצן ווען דער פארברעכן איז דורכגעפירט געווארן, און וויבאלד דער ריכטער האט דאס נישט גענומען אין באטראכט, האט דער אפעלאט געריכט צוריקגעשיקט די קעיס און פארלאנגט אז דאס זאל גענומען ווערן אין באטראכט.
דער שופט כל הארץ, דער רבש"ע האט אנערקענט אז שאול יחזקאל איז גרייט צו ווערן באפרייט און אנפאנגען א נייעם לעבן, און ער האט אזוי געפירט אז דער ריכטער האט היינט ארויסגעגעבן דעם אורטייל: מר. שפיצער, איר זענט פריי צו גיין!.
חוץ די פרייד וואס עס הערשט איבער די באפרייאונג, איז די שמחה דאפלט.
ווער עס איז אביסל באהאוונט פון דער נאנט פון די קעיס, ווייסט אז טראצדעם וואס ראטענבערג איז געליגן על ערש דוי, מיט ווייטאגליכע בראנד- וואונדן האט ער אבער געוואוסט אז דאס איז דורכגעפירט געווארן דורך א צעווילדעוועטער אויפגעברויזטער יוגענטליכער וועלכע האט נישט געקלערט קיין צוויי איבער די קאנסעקווענצן. ראטענבערג מיט זיין גוט הארץ האט בכלל נישט געפלאנט אריינצודרייען די גויאישע גאס, ער האט בכלל נישט געוואלט אריינברענגן די מידיע, נאר ער האט מיט זיין גוט הארץ מסכים געווען צו פארהאנדלן.
אבער דאן איז אפירגעקומען א באוואוסטער מסור ומלשין, אן אלטער משכיל מיטן נאמען יוסל וואלדמאן וועלכע האט דא געזעהן א געלעגענהייט צו זעהן נקמה אין די סקווירא קהילה, און דערצו קענען מאכן א גראצער אין די זייט אויך.
וואלדמאן איז א פארשוין וועלכע איז געווען פון די ערשטע פורצי גדר און געמאכט א חילול שם שמים מסוף עולם ועד סופו מיטן אריינברענגן די נישט-אידישע מידיע און געהעצט פארנט פון מיליאנען גוים קעגן זיינע אייגענע אידישע ברודער. ער האט גערופן פאר פעדעראלע אויספארשונגען קעגן אומשולדיגע אידישע פאמיליעס, ווי כאילו דאס וועט עפעס טוישן די סיטואציע. ער האט מצער געווען דער סאטמר רבי זי"ע, דער בעל ברך משה, אין אים אנגערופן אין די מידיע "דער כומעיני", אויסטיילנדיג צרות פאר קהלתינו הק' אויף טריט און שריט, און די ליסטע איז גאר לאנג.
זעענדיג דא א גאלדענע געלעגנהייט, איז וואלדמאן אין איילעניש אראפגעפארן צו דער וועסטשעסטער שפיטאל ווי ראטענבערג איז געליגען, ער האט זיך אריינגעזעצט ביי אים אין צימער און זיך גענומען רייטן אויף די געפילן פון דער פאציענט וועלכע איז געליגן אין שטערבליכע יסורים. ער האט אים מסביר געווען וויפיל געלט ער קען מאכן אויב ער גייט פאר א "לאו-סואט" קעגן סקווירא. און ער האט מיטגעברענגט זיין אלטער וואפן, זיין פאטאגראפיע מאשין און געצווינגען מר. ראטענבערג צו רעדן און דערציילן פאר די וועלט וואס דארט איז פארגעקומען. און אלעס ווייל וואלדמאן האט געוואלט זעהן נקמה.
און אזוי נאך א שטיק צייט איז אים געלונגען צו באאיינפלוסן מר. ראטענבערג און ער האט אים געוואונען צו זיין זייט.
וואלדמאן איז געווען דער וואס האט אריינגעברענגט אין בילד דער באוואוסטער פרייער און זעלבסט-האסנדער איד, מייקל סאסמאן, אז ער זאל דינען אלס זיין אדוואקאט, סאסמאן איז א סיוויל רייטס לויער וועלכע הערט נישט אויף צו פארלירן קעיסעס... אבער וואלדמאן איז צופרידן אזוי לאנג ווי דער סאסמאן העצט אין די מידיע.
ב"ה. היינט איז ארויסגעקומען די נייעס אז דער מסור ומלשין, יוסל וואלדמאן האט געליטן א שוידערליכע נידערלאגע מיט די באפרייאונג פון שפיצער, בעת כלל ישראל שפירט מיט די יסורים און מיטמאכענישן פון ראטענבערג, איז מען מתפלל אז כלל ישראל זאל שוין נישט געפראווט ווערן מיט אזעלכע אומאיינגענעמע נסיונות.
זאל ראטענבערג און שפיצער האבן א פולשטענדיגע ערהוילונג.
ברוך מתיר אסורים
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:21 pm
דורך לית דין בר נש
שעפטל האט געשריבן:ק/פ
הבחור שאול יחזקאל האט אפגעשמאכטעט אין טורמע פאר איבער 3-יאר, איינגעהילט מיט חרטה- געפילן האט ער דארטן זיך משלים געווען, און אויפגעטוען א געוואלד, ער האט זיך געטוישט אינגאנצן און אנערקענט אז ער איז באגאנגען א געפערליכע אומרעכט.
איך גלייב באמונה שלימה אזוי, אבער איז דא א הוכחה צו דעם אויך? האט ער עס אמאל געזאגט?
שעפטל האט געשריבן:אבער דאן איז אפירגעקומען א באוואוסטער מסור ומלשין, אן אלטער משכיל מיטן נאמען ****** וועלכע האט דא געזעהן א געלעגענהייט צו זעהן נקמה אין די סקווירא קהילה, און דערצו קענען מאכן א גראצער אין די זייט אויך.
וואס האבן זיי אים שלעכט געטוהן אז ער זוכט אין זיי נקמה? שאלת תם, קען זיין עס איז באקאנט אבער איך בין נישט די וועלטס ידען אין היסטערי.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:31 pm
דורך פליקער
איז דער רבי אים געקומען באזיכן איין מאל כאטשיק אין תפיסה?
אה אבער ער וועט צים אלעם ערשטן אריין צים רבין מיט א קוויטל, א שאד אויף אזא שז"ל בתוך שאר שז"ל'ס שבסקווער וואס טאנצען חסדי השם, און א צייט וואס ער איז נישט ארויס פריי נאר זיי האבן געפינען עפעס א טעקניקאליטי, הגם איך פריי זיך שטארק אז ער איז ארויס אויף די פריי, אבער וואס איז די געטאנצעריי, איז דאס נישט א פראסק אין פנים פאר די שופטים וואס וועלן נאך דן זיין אנדערע אידן, וועלן זיי דאס נעמען מיט א שפריצקעלע זאלץ אדער זיי וועלן פארשטיין די יד השם.
בקיצור מיר אידן לערנען זיך נישט אויס, מיר מאכן איבער די זעלבע טעותים, און האפן אז דער באשעפער וועט האלטן די רעכטע האנט אנשטוט שטויסן מיט די לינקע פיס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:45 pm
דורך גאנצל
לית דין בר נש האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:ק/פ
הבחור שאול יחזקאל האט אפגעשמאכטעט אין טורמע פאר איבער 3-יאר, איינגעהילט מיט חרטה- געפילן האט ער דארטן זיך משלים געווען, און אויפגעטוען א געוואלד, ער האט זיך געטוישט אינגאנצן און אנערקענט אז ער איז באגאנגען א געפערליכע אומרעכט.
איך גלייב באמונה שלימה אזוי, אבער איז דא א הוכחה צו דעם אויך? האט ער עס אמאל געזאגט?
שעפטל האט געשריבן:אבער דאן איז אפירגעקומען א באוואוסטער מסור ומלשין, אן אלטער משכיל מיטן נאמען ****** וועלכע האט דא געזעהן א געלעגענהייט צו זעהן נקמה אין די סקווירא קהילה, און דערצו קענען מאכן א גראצער אין די זייט אויך.
וואס האבן זיי אים שלעכט געטוהן אז ער זוכט אין זיי נקמה?
שאלת תם, קען זיין עס איז באקאנט אבער איך בין נישט די וועלטס ידען אין היסטערי.
שאלת תם מאכט זיך ווי א תם און שטויסט ווי א מועד
און דיין ערשטע שורות איז די
"שאלת רשע" אבער איז דא א הוכחה צו דעם אויך? האט ער עס אמאל געזאגט?
(מאכט זיך מיט א תמימות "אבער" כאילו דא קומט עפעס א גרויסע זארג "אבער") נאכאמאל מאכט זיך ווי א תם און שטויסט ווי א מועד דו האלטסט איין מינוט אז ער האט נישט קיין חרטה דו פריקען בלוט זויגער פוי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:52 pm
דורך שעפטל
לית דין בר נש האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:ק/פ
הבחור שאול יחזקאל האט אפגעשמאכטעט אין טורמע פאר איבער 3-יאר, איינגעהילט מיט חרטה- געפילן האט ער דארטן זיך משלים געווען, און אויפגעטוען א געוואלד, ער האט זיך געטוישט אינגאנצן און אנערקענט אז ער איז באגאנגען א געפערליכע אומרעכט.
איך גלייב באמונה שלימה אזוי, אבער איז דא א הוכחה צו דעם אויך? האט ער עס אמאל געזאגט?
יא, ער האט דאס געזאגט אין קאורט.. געניג?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:08 pm
דורך רושם
ברוך הטוב והמטיב !!!
אויף דער באפרייאונג פון דער אומשולדיגער געברעינוואשטע בחור׳ל.
פון די אנדערע זייט שטייט א פארווייטאגטע יוד רח״א ראטטענבערג,וואס שרייט אז מהאט זיך פאר עם נישט גענוג אנטשולדיגט,סאיז א ווייטאג וואס וואלט געדארפט אויפשאקלען א יעדע רעכטדענקיגע יוד.
און די צייט וואס דער בחור איז בחסדי השם באפרייט,איז אבער רח״א ראטטענבערג נאכאלץ דיסעיביל אויף געוויסע חלקים און זיין גוף.
מיין הארץ איז מיט רח״א,סזעעט נישט אויס ווי מהאט זיך פאר עם גענוג באשולדיגט,די טאון פון די סקווערער חסידים זעעט מיר עפעס אויס צו זיין ניצחון טענער.
לאמיר זעען אן אפציעלע אנטשולדיגונג מצד די הויעכע פענסטער און סקווער,לאמיר זעען אז דער בחור זאל אריבער גיין און וויינען צו ראטטענבערג אויף דעם וואס ער האט געמאכט דיסעיביל.
למעשה האט די אקט פאסירט פון די העצע וואס די סקווערע עסטעבלישמענט העצט קעגן דיע וואס גייען נישט מיט די שטרום,מילא ליגט אויף זיי צו אפרוימען די שמוץ.
דאכציך מהאט דעמאלס גערעדט אז די רבי שליט״א האט סך הכל געזאגט אז דאס אלימות איז נישט אונזער דרך,דאס איז א קנאפע פארדאמונג,און אנדערע ווערטער סאיז אלץ פיין אבער סאיז פשוט נישט די סקווערע דרך.
פארוואס די ארונים האבען אריינגעריקט דא זייער אגענדאס ווייס איך נישט פונקטליך.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:31 pm
דורך [NAMELESS]
דיינע ווערטער לאזן איבער א גוטע און שטארקע [tag]רושם[/tag].
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:57 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]אדנירם[/tag] איך ווייס אז דער בחור האט א טאטע מאמע, און איך פריי זיך מיט זייער פרייד. וואס סקווירא צוויבל פרעסערס מיט קנאבל פיאות מיט שטויביגע רעקלעך און געפימפעלטע גארטלעך אין שמאלע ברוינע ביבער הוטן, טוען, טאנצען, האלטן, זאגן, טראכטן "אינטערסירט מיר נישט איצטער". דאס דארף א באזונדערע מאסן חסידות-ספרינג וואס וועט אומווארפן די רוסישער צאר ממשיכים, דער אעיבישטער וועט העלפן...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:59 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי, אודה ולא אבוש: טעיתי.
[tag]קאווע טרינקער[/tag] איז געבליבן קאווע טרינקער...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 8:24 pm
דורך בחצר הקודש
כדי צו פארן קיין סקווריא כאפן א קאווע בחנם לזכותו
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 8:27 pm
דורך yatzmachp
רושם האט געשריבן:פון די אנדערע זייט שטייט א פארווייטאגטע יוד רח״א ראטטענבערג,וואס שרייט אז מהאט זיך פאר עם נישט גענוג אנטשולדיגט,סאיז א ווייטאג וואס וואלט געדארפט אויפשאקלען א יעדע רעכטדענקיגע יוד.
און די צייט וואס דער בחור איז בחסדי השם באפרייט,איז אבער רח״א ראטטענבערג נאכאלץ דיסעיביל אויף געוויסע חלקים און זיין גוף.
מיין הארץ איז מיט רח״א,סזעעט נישט אויס ווי מהאט זיך פאר עם גענוג באשולדיגט,די טאון פון די סקווערער חסידים זעעט מיר עפעס אויס צו זיין ניצחון טענער.
לאמיר זעען אן אפציעלע אנטשולדיגונג מצד די הויעכע פענסטער און סקווער,לאמיר זעען אז דער בחור זאל אריבער גיין און וויינען צו ראטטענבערג אויף דעם וואס ער האט געמאכט דיסעיביל.
למעשה האט די אקט פאסירט פון די העצע וואס די סקווערע עסטעבלישמענט העצט קעגן דיע וואס גייען נישט מיט די שטרום,מילא ליגט אויף זיי צו אפרוימען די שמוץ.
דאכציך מהאט דעמאלס גערעדט אז די רבי שליט״א האט סך הכל געזאגט אז דאס אלימות איז נישט אונזער דרך,דאס איז א קנאפע פארדאמונג,און אנדערע ווערטער סאיז אלץ פיין אבער סאיז פשוט נישט די סקווערע דרך.
פארוואס די ארונים האבען אריינגעריקט דא זייער אגענדאס ווייס איך נישט פונקטליך.
רושם, פליז מיש נישט צאם. די אלע זאכן און רחמנות וועגן ראטענבערג קומט נישט דא אריין. מען פיילט א סיוויל לאסוט פאר דעם און מען בעט געלט פאר די צער, פיין, שאדן און צוקונפטיגע שאדן אריינגערעכנט אז מען קען שוין נישט מער ארבעטן אלס א פלאמבער. וויפיל איך ווייס האט ראטענבערג דאס געטוהן און געמאכט א סעטעלמענט מיט די הילף פון זיינע אייגענע לאיערס. אויב האבן זיי זיך פאררעכנט איז עס זיין פראבלעם.
משאי"כ, די קרימינאל טשארדזשעס קומט פון סאסייעטי און סאסייעטי דארף מחליט זיין וואס די שטראף דארף זיין. אין דעם פאל מיין איך אז רוב מענטשן וועלן מסכים זיין אז דער בחור האט באקומען זיין פארדינטן שטראף און פאר ראטענבערג ארויפציברענגען די פאקט אז ער איז נאך אלץ דיסעיבעלד און וועגן דעם קומט זיך אים א לענגערער שטראף ווייזט נאר אז ראטענבערג איז אויך מעגליך א סקווערער און ליידער א שלעכטער מענטש. אבער אל תדון וועגן דעם זאג איך מעגליך.
איך וויל דא זאגן נאכאמאל אז וואס דער בחור האט געטוהן איז א רשעות וואס איך וואלט געוואלט זאגן שאין כמוהו, אבער ליידער ווער עס קען אינזער היסטארי קען דאס נישט זאגן. אבער ראטענבערג'ס רעאקציע צי לאזן באפרייען דעם בחור ענטהאלט אויך אין זיך מעגליך אביסל רשעות. נאר וואס דען, זיי זענען אלע אויפגעוואקסן אינעם זעלבן חינוך.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 8:39 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
נעבעך פאר ביידע
יעדער איז א רחמנות