בלאט 33 פון 63

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:40 pm
דורך זלמן זאפיר
ממש א חרפה אין בושה די פאליציי דעפארמענט זיי האלטן נישט ביי גארנישט
אין טויגן נישט צי גארנישט א חוץ צי באשמיצן דעם נפטר
די ביסעלע אינפא וואס זיי האבן איז אדאנק די חברה שומרים וואס ארבעטן 7/24

ס'איז נישט צי גלייבן ווי הענדיקעפ די דעפארמענט איז

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:41 pm
דורך דער (פינטעל) איד
זיי קענען שרייען וואס זיי ווילן. זיי וואלטן קיינמאל נישט געזוכט פאר אן עדאלט מאן בעפאר קוקן ווידיא צו זען צו עפעס מער איז דא פארגעקומען. און דאס איז וואס שומרים האט געטון.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:42 pm
דורך מאראנצןזאפט
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:פ"וו שטאמט דער ווידעא.
זייער אינטערסאנט!

http://newyork.cbslocal.com/2014/01/08/ ... idnapping/



פראפעסיאנאלע סי.בי.עס. קאנטרעדיקט זיך אינעם זעלבן ארטיקל.
איינמאל אכט קינדער און עטליכע שורות דערנאך זיבן.
זייט איך ליין אביסל די אלגעמיינע מידיא שטוין איך פון זייער אומפראפעסיאנאליטעט.
זלמן ווידער איז הונדערט מאל מער אויטענטיש.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:42 pm
דורך Sapir
ראשעקאל האט געשריבן:פעילד מעסייע זאגט אז מ'זעהט אויף די ווידאו ווי איינע פון די מערדער'ס באקימט עפעס פון א מענטש וואס קימט ארויס פון שטררק'ס אפיס

איך מיין אז לשיטתם מיט זיין שנאה צי אידען, זוכט ער אנדרייען אז דאס איז א אינסייד זאך. אבער איך האב פראבירט צי זעהן עפעס, גארנישט. נאר ווי א איד וואקט ביים קארנער. שם רשעים ירקב דער שמעריל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:43 pm
דורך Sapir
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:פ"וו שטאמט דער ווידעא.
זייער אינטערסאנט!

http://newyork.cbslocal.com/2014/01/08/ ... idnapping/



פראפעסיאנאלע סי.בי.עס. קאנטרעדיקט זיך אינעם זעלבן ארטיקל.
איינמאל אכט קינדער און עטליכע שורות דערנאך זיבן.
זייט איך ליין אביסל די אלגעמיינע מידיא שטוין איך פון זייער אומפראפעסיאנאליטעט.
זלמן ווידער איז הונדערט מאל מער אויטענטיש.

וויפיהל קינדער באמת?

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:44 pm
דורך [NAMELESS]
פרישע ליק'ס זאגן פאר די פאוסט אז פאליציי רעגט זיך אויף שומרים
http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:45 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שומרים טאר זיך נישט לאזן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:14 pm
דורך ברעט מענינג
דאכצעך אז אין פארענט פין שטארק'ס אפיס געפינט זיך א קעמארע! וואס זעט מען דארט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:33 pm
דורך חביבי
פון די זעלבע קעמרע וואס מען זעט די סאספעקט ארום וואקען דארף מען אויך זען די פארכאפאנג זייער קלאר
נאר זעט אויס אז נישט אלעס געבען זיי ארויס

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:37 pm
דורך אפטעמיסט
קוועלער געבן אן אז ס'גייט ארויסקומען א זייער קלארע שוידעליכע ווידיאו פון דער פארכאפונג. אפשר טאקע פון יענע קאמארע

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:39 pm
דורך חביבי
    ו
אפטעמיסט האט געשריבן:קוועלער געבן אן אז ס'גייט ארויסקומען א זייער קלארע שוידעליכע ווידיאו פון דער פארכאפונג. אפשר טאקע פון יענע קאמארע

ווי זענען די קוועלער אין ווער האט זיי געגראבען

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:42 pm
דורך ברעט מענינג
איך הער אויך זאגן אז די גאנצע האט גענימען איבער 5 מינוט, נישט אזוי ווי אויפן video צוויי א האלב מינוט. עפעס געט מען נישט ארויס דא!

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:59 pm
דורך days
איך ווייס שוין נישט וואס צו זאגן...
ביז יעצט האב איך געהאלטן אז מען האלט זייער נאנט זיי צו כאפן, והא ראיה מהערט נישט קיין נייעס, ליעדס, וכדומה, איז לכאורה האבן זיי ערענסטע שטאף נאר באהאלען עס פונעם פאבליק..
אבער יעצט אז עס הייבט שוין אן ארויסקומען שטיקלעך מעשיות ווי צ.ב.ש. אז זיי קומען פון יאראפ, און די קאר פון אהייא, האבעך מורא אז מען האלט גארנישט ווייטע ווי די מקוה חלומת..

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:02 pm
דורך outspoken
א פרישע ווידיא 5 אזייגער נאכמיטאג


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_82kPQXfPXU[/youtube]

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:04 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'האט מיר געכאפט א קעלט, כ'האב געדענקט עפעס זיין פנים - עפעס שטארק.. מנחם שטארק, כ'געדענק דאך נישט אלע מיינע חברים, אבער היינט רעדט איך מיט א חבר מיינע זאגט ער מיר, אז יא, ער איז א איידים געווען ביי בערנאטה, איז עס טאקע ער? האב איך דאך אמאל פארברענגט מיט עהם א שיינעם שבת פ' שופטים אין ברך משה באנגעלאו.
און כ'האב געפרעגט אפאר בלעטער צוריק, וויאזוי סטרולעוויטש איז זיין קרוב, און יעצט כאפ איך דעם פאזל.. אוי ס'ווערט מיר קאלט.. איך האב דאך עהם געקענט

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:17 pm
דורך היימישער ליטוואק
דוכט זיך אז ער גייט מיט א טי-שירט אויף אן אנדערע, און הויזן על גבי הויזן.
זע איך גוט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:25 pm
דורך outspoken
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דוכט זיך אז ער גייט מיט א טי-שירט אויף אן אנדערע, און הויזן על גבי הויזן.
זע איך גוט?

גיב אן די טיפ, אפשר וועסטו באקומען די 74 אלפים

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:34 pm
דורך מאן דאמר
ער זעהט אויס ווי א באם

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:35 pm
דורך איך אויך
וואס האסו געמיינט דער דיין האט עס געטוהן?

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:37 pm
דורך איינער
כתר מלכות האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:די טראגעדיע האט נאכמאל ארויס געברענגט וואס איז ראנג מיט די חסידים, אנשטאט מען זאל אראפלערנען א מוסר השכל מיט וועמען נישט צו די דיעלן אדער בארגען געלט, איז מען ביזי מיט תשובה, און קוקן וואספארא עבירות האט צוגעברענגט די טראגעדיע, דאס מאכט דעם רושם ביי טייל אז ווילאנג מען איז ערליך אדער מען האט דעם "משומר פילטער" איז אקעי צו בארגן געלט פון די מאפיא און גארנישט וועט פאסירן.

אזא רושם מאכט עס ?
איך מיין אז דאס פארשטייט יעדער איינער אליין אז דילען מיט די נישט גוטע איז גאר שעדליך, און עס פאדערט בכלל נישט מען זאל רעדן דערפון, די מעשה רעדט פון זיך אליינס, אדרבא ווען איינער וועט יא רעדן דערפון וועט דאס זיין אומסענסעטיוו, (קוק אפאר תגובות ארויפציר). משא״כ תשובה ותיקון המעשים פאדערט זיך אז מען זאל מעורר זיין דערויף.
דאס ענין פון תשובה בעת צרה זאגט דער רמב״ם, און פון זיינע ווערטער איז משמע אז סתם תולה זיין און פשטות הדברים, שעדי ביזנעס וכו׳ איז גאר א ענין פון רציחה, איך האב נישט יעצט דעם רמב״ם אויפן פלאץ, אבער הדברים ידועים ועתיקים.


אויב עס איז צו סענסיטיוו צו רעדן דאן זאג גארנישט, לאז די פרשה רעדן פאר זיך אליין. דאס רעדן פון תשובה מאכט נאר ערגער, עס מאכט די וואס האבן שוואכקייט אין די נושא אנשטאט קעיר צו נעמען פון זייער פראבלעם צו נעמען א תהילים און ווייטער אנגייען מיט זייער טונקעלע ביזנעס.
דער רמב״ם רעדט ווען עס געשעט אן עקסידענט נישט אזא מעשה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:54 pm
דורך Sapir
The person blurred in a box is not the suspect just a shopper in amazing savings. The double parked car is looking for parking so when he say that murderer going to his car he thought he could take his spot. And no. The spot in front was too short.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:08 pm
דורך איינער
days האט געשריבן:איך ווייס שוין נישט וואס צו זאגן...
ביז יעצט האב איך געהאלטן אז מען האלט זייער נאנט זיי צו כאפן, והא ראיה מהערט נישט קיין נייעס, ליעדס, וכדומה, איז לכאורה האבן זיי ערענסטע שטאף נאר באהאלען עס פונעם פאבליק..
אבער יעצט אז עס הייבט שוין אן ארויסקומען שטיקלעך מעשיות ווי צ.ב.ש. אז זיי קומען פון יאראפ, און די קאר פון אהייא, האבעך מורא אז מען האלט גארנישט ווייטע ווי די מקוה חלומת..


אזוי ארבייט די פאליציי, קודם פראבירן זיי אליין צו אינדענטיפיין אן ארויסגעבן בילדער/ווידאוס כדי זיי צו כאפן ביי סורפרייז, אויב קענען זיי נישט, וועלן זיי ארויסגעבן צוביסלעך וואס זיי האבן, צו האפן אז אדער איינער וועט כאפן ווער זיי זענען אדער האט איינער כאטשיג מער קלארע בילדער פון זיי. אזוי איז טאקע געווען ביי די באסטן באמבעדירונג, ווען נאך א פאר טעג, נישט קענעדיג אינדענטיפיין די באמבעדירער, האבן זיי ארויס געגעבן א בילד, עס האט טאקע געברענגט די ריכטיגע רעזאלטאטען, אבער עס האט צוגענומען דעם סורפרייז, פירענדיג צו די פארשלעפטע און דערמאטישע געיעג זיי צו כאפן וואס געקאוסט נאך קרבנות.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך האב גסקיפפט א הארט-ביט. למעשה נישט נוגע.
Yes, I did it!’ — alleged killer claims he murdered landlord