בלאט 5 פון 6
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 11:45 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל מעורר זיין. מ'הערט דאך אז נאך זיבעציג יאר מוז קומען א נייעם שטאפל. מ'זאגט בשם דער גר"א אז ווען די רוסישע גייען אריבער די שווארצע ים קיין טורקיי, זאל מען שוין אנטוהן שבת קליידער פאר משיח'ן. די וואך, אין די זיבעציגסטע יאר פון די אתחלתא דגאולה (לפי יענער שיטה), האבען די רוסישער אנגעהויבן אריין שיקן שיפן מיט זעלנער אויפ'ן וועג קיין סוריא און דער ים התיכון. גרייט'ס ענק אלע אן!
הרב שך, אדער עני אנדערע בני-ברק'ע בני תורה וואלט קיינמאל נישט געזאגט אזעלכע דיבורים, מעיקס סענס?
פאנעוויזע רב פלעגט נישט זאגן קיין תחנון אום יום העצמאות, גיי פארצייל עס היינט פאר א ליטוואק.
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 12:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט. די אנגענומענע שיטה אין בני ברק איז צום טרעפן אין "התקופה בסערת אליהו", אז דער גר"א האט די אלע זאכן נישט געזאגט. דאס איז לינק? ווייס איך נישט.
דאס נישט זאגן תחנון פון פאנאוויעזער רב סאונד ווי א מיתוס, עס שטימט בכלל נישט אין שכל. מ'האט נישט געשפילט מיט תחנון אזוי. אפילו אלס ציוניסט וואלט ער געדארפט זאגן תחנון אום יום העצמאות.
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 12:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס נישט זאגן תחנון פון פאנאוויעזער רב סאונד ווי א מיתוס, עס שטימט בכלל נישט אין שכל. מ'האט נישט געשפילט מיט תחנון אזוי. אפילו אלס ציוניסט וואלט ער געדארפט זאגן תחנון אום יום העצמאות.
אזוי זאגט ויקיפדיה. בד"וו, די ערשטע יאר האט כמעט קיינער נישט געזאגט קיין תחנון, און דער עולם איז געגאנגען מיט שטריימלעך. אזוי ווי דו פארשטייסט אז אום
פורים שני האט מען נישט געזאגט קיין תחנון, דאס הייסט נישט זיך געשפילט.
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 12:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער חת"ס האט דאך א תשובה קעגען 'פורים סרגוסה' וכדו'. אבער דער עיקר איז אז דאס שטימט בכלל נישט קולטוריש. ביי אונז הייסט דאס געשפילט מיט תחנון, אפגערעדט צו מ'קען עס הלכה'דיג שטימען. עס איז בכלל נישט אין דער (עכט) ליטווישע שטימונג צו נעמען די זאך און דאס צופאסן צו תחנון.
די שטריימלעך ביזנעס איז טאקע צושטאנד געקומען? פון זאכן וואס זענען דעמאלס געשריבען געווארן, למשל די בריוו פון איטשע מאיר בשנת תש"ט, זעט נישט אויס אזוי. אפשר ביי געוויסע רוזינער אידען האט מען אזוי געטוהן, אבער נישט די פארגייער פון היינטיגע חרדי'שע אידען.
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 12:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז בכלל נישט אין דער (עכט) ליטווישע שטימונג צו נעמען די זאך און דאס צופאסען צו תחנון.
הוא אשר דברנו.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די שטריימלעך ביזנעס איז טאקע צושטאנד געקומען? פון זאכען וואס זענען דעמאלס געשריבען געווארען, למשל די בריוו פון איטשע מאיר בשנת תש"ט, זעט נישט אויס אזוי. אפשר ביי געוויסע רוזינער אידען האט מען אזוי געטוהן, אבער נישט די פארגייער פון היינטיגע חרדישע אידען.
דאס איז א היסטארישע פאקט, אפילו די סאטמארע פארציילן עס, ס'איז טאקע נאר געווען די ערשטע יאר. א יאר צוויי שפעטער איז עס געווארן אזויווי היינט. פארשטייט זיך אז ביי די רוזינע רביס איז עס אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן.
אמאל ווען די בוהושע רבי זי"ע זיך געזעצט צום סעודת יום טוב ביי זיך אין קלויז און זיין אייניקל די היינטיגע רבי וואס איז נאך דאן געווען א בחור וואס איז א שטארקע קנאי און האט געלערנט אין סאטמאר האט זיך ארומגעדרייט דארט. האט אים די זיידע געזאגט, "גיי ארויס פון דא, די גאנצע זאך דא האט גארנישט מיט דיר".
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 12:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נעוואדע זאגען אזוי די סאטמארע, אויפצובויען די שקר פון 'ואותר אני לבדי' און 'אי לאו האי יומא'. דאס מיינט נישט אז עס האט מיט אמת עפעס א פארבינדונג.
דער בוהושער רבי איז אומוויכטיג, בחייו וכ"ש במותו. קיינער קימערט זיך נישט מיט זיין מיינונג. איך וויל וויסען צו די פארגייערס פון די היינטיגע טאן געבערס אין די חרדישע גאס זענען געגאנגען שטריימלעך. אין בעלז, גער, וויזניץ, ירושלים זענען זיי געגאנגען שטריימלעך?
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 12:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אין ירושלים וואו מיינע זייידעס האבן געוואוינט, ווייס איך פאר א פאקט אז ס'געווען א יום טוב, מהאט געזאגט הלל, מ'איז געגאנגען מיט שטריימלעך און מ'האט גע'יובל'ט פאר פרייד. אזוי איז מקובל ביי אונז אין משפחה. וואס איז געווען אין בני ברק ווייס איך נישט, אבער איך שטעל זיך פאר אז ס'נישט געווען אזויווי היינט.
בד"ו, פון וועלכע בריוו רעדסטו?
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 1:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 1:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 12:27 am
דורך אייער שפייז
דוד שלומה עקשטיין די באקאנטע קנאי (מנהל ישיבה גדולה סאטמער) האט היינט געהאלטן א דרשה אין ישיבה גדולה וועגן ציונות. ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס די מדינה שטייט נאך עס איז שוין 70 יאר. האט ער געענפערט אז די רבי האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס גייט ציזאמפאלן ביי 70 יאר
איך בין נישט משיגע! מיינע אלע רבי'ס אין חדר האבן מיר געזאגט אז עס גייט ציזאמפאלן ביי די 70 יאר. סא פארוואס זאל איך זיי נאך גלייבן איין ווארט וואס זיי זאגן?
Sent from my SM-J327P using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 4:13 pm
דורך נקודת-אמת
קאך_לעפל האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:קאך לעפעל , בדרך כלל גלייך איך גאר שטארק דיינע תגובות, אבער דאס מאל האסטו מיר געברענגט בייז בליט , איך ווייס נישט וויפיהל מיליאנען האבן אויפגעהערט צי זאגן שמע ישראל, איך ווייס אבער יא אז צענדליגע טויזענטע יודן האבן אנגעפאנגן זאגן שמע ישראל זייט די מדינה שטייט,
אין אלגעמיין פאדערט זיך אזא תגובה נישט קיין אנטווארט. נאר אזוי ווי ס'איז ענינא דיומא וועל פראבירן אפצוענפערן אויפן שפיץ גאפל.
היינט צוטאגס ווערן נאנט צו האלב מיליאן קינדער נתחנך אין די בתי חינוך המלכתיים אין מדינת ישראל:
לאמיר כאפן א טיילווייזער בליק אויף די שולע קוריקולער פון די בתי חינוך המלכתים:
מ
טרות החינוך הממלכתי הן:
(1) לחנך אדם להיות אוהב אדם, אוהב עמו ואוהב ארצו, אזרח נאמן למדינת ישראל, המכבד את הוריו ואת משפחתו, את מורשתו, את זהותו התרבותית ואת לשונו;
(2) להנחיל את העקרונות שבהכרזה על הקמת מדינת ישראל ואת ערכיה של מדינת ישראל כמדינה יהודית ודמוקרטית ולפתח יחס של כבוד לזכויות האדם, לחירויות היסוד, לערכים דמוקרטיים, לשמירת החוק, לתרבותו ולהשקפותיו של הזולת, וכן לחנך לחתירה לשלום ולסובלנות ביחסים בין בני אדם ובין עמים;
(3) ללמד את תולדות ארץ ישראל ומדינת ישראל;
(4) ללמד את תורת ישראל, תולדות העם היהודי, מורשת ישראל והמסורת היהודית, להנחיל את תודעת זכר השואה והגבורה, ולחנך לכבדם;
(5) לפתח את אישיות הילד והילדה, את יצירתיותם ואת כשרונותיהם השונים, למיצוי מלוא יכולתם כבני אדם החיים חיים של איכות ושל משמעות;
(6) לבסס את ידיעותיהם של הילד והילדה בתחומי הדעת והמדע השונים, ביצירה האנושית לסוגיה ולדורותיה, ובמיומנויות היסוד שיידרשו להם בחייהם כבני אדם בוגרים בחברה חופשית, ולעודד פעילות גופנית ותרבות פנאי;
(7) לחזק את כוח השיפוט והביקורת, לטפח סקרנות אינטלקטואלית, מחשבה עצמאית ויוזמה, ולפתח מודעות וערנות לתמורות ולחידושים;
(8) להעניק שוויון הזדמנויות לכל ילד וילדה, לאפשר להם להתפתח על פי דרכם וליצור אווירה המעודדת את השונה והתומכת בו;
(9) לטפח מעורבות בחיי החברה הישראלית, נכונות לקבל תפקידים ולמלאם מתוך מסירות ואחריות, רצון לעזרה הדדית, תרומה לקהילה, התנדבות וחתירה לצדק חברתי במדינת ישראל;
(10) לפתח יחס של כבוד ואחריות לסביבה הטבעית וזיקה לארץ, לנופיה, לחי ולצומח;
(11) להכיר את השפה, התרבות, ההיסטוריה, המורשת והמסורת הייחודית של האוכלוסייה הערבית ושל קבוצות אוכלוסייה אחרות במדינת ישראל, ולהכיר בזכויות השוות של כל אזרחי ישראל.
ס'כאפט א פחד און א שרעק דאס צו זען, אוי לעניים שכך רואות.
מ'לערענט נישט קיין אמונה, נישט קיין חימוש, נישט קיין שמע ישראל. גארנישט! לית דין ולית דיין. דאס אידישקייט באשטייט צו וויסן ווי גרויס הערצל'ס מחילה איז געווען, און ווי לאנג בעגינס נאניע איז געווען, און ווי גרויס גלדא מאיר'ס דדים זענען געווען, און ווי שטארק משה דיין'ס אויגן האבן געשיינט...און ווי הויך די חרמון איז. דאס באשטייט די אידישקייט וואס מ'לערענט אויס אין די ציוניסטישע פאבליק שולעס,
וועלכע פארמאגן ניטאמאל קיין מזיזות אויף די טויערן.אין די דאזיגע שולעס האט מען מיט די געוואלד אריינגעשטעלט ערליכע אפגעהיטענע ילדי תמן, ילדי מאראקא, ילדי צפון אפריקע און נאך. מ'האט גענומען קליינע אומשולדיגע קינדער, און זיי מיט די געוואלד (נוסח פרייהייט אין מדינת ישראל) אריינגעזעצט אין די דאזיגע עקלאפטיגע שולעס, וואו זיי זענען אויסגעשטיגן די גרעסטע כופרים אין די היסטאריע פון די מענטשהייט. אזש דער אלגעמיינער "אידיש יונגל" פון מדינת ישראל איז א פיל גרעסערע כופר ווי דער אלגעמיינער אמעריקאנער יוגענטליכער פון מעסיסיפי און נעבראסקא, וועלכע ווערן ערצויגן מיט א טיפע גלויבן אינעם אלמעכטיגען גאט. סארא שאנדע.
פאר דעם האבן מיר געדארפט א מדינה? וואס איז אונז שלעכט געווען אין מאמע רוסלאנד? סטאלין האט אונז גענוי דאס זעלביגע געלערענט. נישטא קיין גאט, מאמע רוסלאנד איז גאט.
פון די גרונד פריציפן פון מדינת ישראל איז, אויפצוציען גענעראציעס פון חזיר-פרעסערס, און בועלי נידות, און פאלנע מארקיסטישע כופרים וועלכע פארשעמען נישט די אומערצויגענע חיות פון הארלעם און פאלאדעלפיע....
אצינד לאמיר זינגען אין איינעם כל עוד בלבב פנימה נפש יהידי הומיה......
די מזוזות האט איהר בטעות גענומען פון שערי חמלה, בתי ספר ממלכתיים בארץ (אויסער אין די גאר לינקע פרייע קיבוצים) פארמאגן מזוזות אויף אלע טירן חוץ פון בית-הכבוד
(הגם אז מדינא די גאנצע שולע האט א דין בית הכסא אבער אין כאן המקום להאריך בזה)
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 4:32 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ביי דע וועי, כ'האב אמאל געהערט נאכדערציילן אז ווען דער פריערדיגער פאפא רב זצ"ל ווען ער איז נאך געווען אין אנטווערפן נאכן קריג האט ער געזינגן הלל מיט די קינדער, כ'מיין אז ס'געווען די ערשטע יאר נאכן הקמת המדינה, ס'די צווייטע יאר ה' אייר, כך שמעתי
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 12:33 pm
דורך אברך משי
גם אני שמעתי פעם כיוצא בזה,
אך שמעתיה עם הכחשה בצידה, שהי' מעשה כזה עם רב אחר שהי' חסיד בעלז, שאמר הלל לאחר קום המדינה, ובטעות החליפו אותו עם הפאפא רב שגם הוא הי' חסיד בעלז
וכך נראים הדברים למי שמכיר את אופיו ומהותו של הגה"צ מפאפא ז"ל ביראה ובחסידות, ובפרט בהתחשב עם מקור מוצאו ושורשו בקרב רבני הונגרי', בודאי לא הי' ממהר לומר הלל
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 1:19 pm
דורך איך אויך
ואני שמעתי שאותו רב אמר הלל בעודו בועל אשת איש נדה ואוכל טשיזבורגער בידו השני.
שוב פעם אחת שמעתי מעשה שהיה עם הסערענטשער רב ובטעות החליפו עם הסאטמארער רב מחמת ששניהם מתחילים עם אותו אות.
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2018 10:21 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ביי דע וועי, כ'האב אמאל געהערט נאכדערציילן אז ווען דער פריערדיגער פאפא רב זצ"ל ווען ער איז נאך געווען אין אנטווערפן נאכן קריג האט ער געזינגן הלל מיט די קינדער, כ'מיין אז ס'געווען די ערשטע יאר נאכן הקמת המדינה, ס'די צווייטע יאר ה' אייר, כך שמעתי
אויב דאס איז אמת איז ער בכלל נישט געוועהן קיין פאפאנער

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 6:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל ווען די בוהושע רבי זי"ע זיך געזעצט צום סעודת יום טוב ביי זיך אין קלויז און זיין אייניקל די היינטיגע רבי וואס איז נאך דאן געווען א בחור וואס איז א שטארקע קנאי און האט געלערנט אין סאטמאר האט זיך ארומגעדרייט דארט. האט אים די זיידע געזאגט, "גיי ארויס פון דא, די גאנצע זאך דא האט גארנישט מיט דיר".
תיקון טעות. לעצנס געהערט פון אן עד ראייה וואס איז געווען ביים בוהושער אין די מ' יארן ווען יום העצמאות איז אויסגעפאלן מאנטאג, ער זאגט אז די רבי האט געזאגט תחנון געהעריג מיט בכיות נוראות.
בפשטות זעט עס אויס ווי א סתירה.
כ'האב אים געפרעגט צי די בוהושער פלעגט אלץ זאגן תחנון מיט אזעלכע בכיות, האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט. ער זאגט אויך אז ס'געווען דארטן מענטשן וואס זענען געקומען זען צי די בוהושער זאגט טאקע הלל.
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 8:37 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק: ער האט נישט געקענט זאגן ביידע. ס'איז א תרתי דסתרי. אויב ער האט געזאגט תחנון האט ער נישט געזאגט קיין הלל...!
נאר. אין אמת'ן איז די גאנצע זאך א פילפול של הבל. נישט אין דעם שטעקט דאס אידישקייט. צו מ'זאגט יא, אדער נישט תחנון. אדער הלל. גאנץ הלל אדער האלב הלל. די מענטשן וועלכע זענען נאך היינטיגע צייטן עוסק אין אט די שטותים (חוץ אויף קאווע שטיבל, פארשטייצעך) ברענגען אן זייער לעבן מיט שטותים והבלים...! זיי לערנען נישט קיין תורה. אונז האמיר נישט באקומען ביים בארג סיני די שיטה הקדושה. (במחכת"ה) אונז האמיר באקומען א תורה מיט תרי"ג מצוות. אויף דעם דארפן מיר ארבעטן...!
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 1:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 9:49 pm
דורך חוקר ודורש
יא דאס איז געווען דער שטרסבורג׳ע רב זצ״ל און אזוי אויך אנדערע, וואס האבן געהאט א פאזיטיווע בליק אויפן מדינה, עד שבא הרבי מסאטמאר...
עכ״פ יעצט אז מען שטייט שוין נאכאמאל אינעם יום התייסדות המדינה הישראלית, לאמיר אלע דאנקען דעם באשעפער און זאגן הלל מיט צו אן א ברכה און מאכן א סעודת מצוה און געבן צדקה, סוף כל סוף האבן מיר אלע ליב די מדינה אפי׳ סאיז דא שלעכטס אויך, יום עצמאות שמח!!
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 4:11 pm
דורך חוקר ודורש
די וואך אין די עדיטאריעל פון ״דער איד״, סאטמאר האט געהאפט פאר נאר 70 יאר, אבער יעצט האלט מען שוין ביי 71..
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ובעונותינו שרבו יצאו מהם מה שיצאו...
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:20 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: די מדינה (הטמאה/מדינה של גהינום) האט נאר א זכות הקיום וועגן סאטמאר. ווייל קיינער. ממש קיינער אויסער סאטמאר, נישט ביי די ערליכע אידן און להבדיל ביי די פרייע אינטרעסירט די מדינה. די פרייע חברה האבן א טאג אףף פון די ארבעט. און זיי גייען ארויס און מאכן בארביקיו'ס אין די פארקס. און די מזרחי'סטן לייגן שוין נישט אריין קיין שום רעליגיעזן סימבאליזם אין יום העצמאות. זיי גייען נאך אפשר ארויס און מאכן סעודות אין רעסטאראנטן לכבוד היום. אבער גארנישט מער פון דעם...!.און סתם ערליכע אידן פון כלל ישראל. ביי זיי ליגט עס אין די לינקע פיאה. די איינציגע חסידות/קהילה אין די וועלט וועלכע מאכן א וועזן פון יום העצמאות איז סאטמאר.זיי מאכן א גאנץ עסק פון יא זאגן תחנון. אדער נישט זאגן תחנון. אפילו פרייטיג. ווען מ'זאגט נישט קיין תחנון אין סאטמאר. אדער אפילו ווען ס'איז דא א ברית אין ביהמ"ד. וואס עפ"י הלכה דארף מען נישט זאגן קיין תחנון. זאגט מען יא. און מ'האלט גאנצע דרשות איבער דעם יום המר והנמהר. וואס ווען נישט סאטמאר וואלט שוין א יעדער לאנג פארגעסן אז ס'איז נאך דא אזא זאך ווי יום העצמאות...!
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:34 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@גדליה זיסע וואו ביזטו פארשווינדן געווארן? מיין הארץ בענקט נאך דיר, הלוואי ווען איך קען דיר געבן נאך טויזענט לייקס.
אויב געדענקסטו גוט האמיר געמאכט א אפמאך אז איך בין משלים דיינע לייקס צו א טויזענט, און דו וועסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין עבודת הכתיבה, איך האב געטוהן מיינס און דו האסט נישט מקיים געווען דיינס, וואו איז די יושר?!
כ'וועל גיין צו אלע דיינע אשכולות וואס דו האסט געעפענט און זוכן נאך דיר און אויסשרייען דיין נאמען אפשר וועסטו דיך אנרופן. אזוי ווי די אשכול האסטו געבוירן ווענד איך מיך דא צו דיר.
@גדליה!!!
@גדליה!!!
@גדליה!!!