בלאט 5 פון 12
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 9:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יואליש האט געשריבן:דאס איז אלעמאל די קעיס: ס'ווערט א זעלבסט-פארפילטע נבואה. מ'דערביטערט איינעם דאס לעבן און נאכדעם זאגט מען: קוק, אלע וואס פארן אזוי זענען ביטער צום סוף. וק"ל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 10:26 pm
דורך חכם-לב
מערקווירדיג ---
מיטאמאל איז די אשכול אריבער קיין בעלזא.
דאס אז דער בעלזער רב האט זיך געשוירן דאס בארד אונטער זיינע אומשטענדן איז קיין פראבלעם, עס וואלט געווען א פראבלעם אויב ער וואלט זיך נישט געשוירן, איז עס דען ביהרג ואל יעבור?
וואס איז יא פראבלאמאטיש מיטן בעלזער רב איז אנדערע זאכן ביים קריג. אוי לי אם אומר, ואוי לי אם לא אומר. יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.
לויט ווי עס איז דערציילן די היסטאריקער און אפילו די בעלזע ווירזיע Rescuing the Rebbe of Belz, 2005, Chapter 11
The Crakow Ghetto Pharmacy
זעה דעם בוך Prisoner 69145
און אויפן אנדערן זייט איז געווען מרדכי אנילעוויטש.
בארד בארד ווי איז דיין איד..?
דיסקלעימער: איך רעד חלילה נישט אריין אין די איסור והיתר דינים, פון די שווערע דוחין נפש מפני נפש וואס איז אריבער אויף אידן טאג טעגליך, מיר זאלן אלע געהיטן ווערן, און זיכער גייט דאס אויך אריין אין דעם.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 11:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סתם געהאקט אין קאפ. דו האסט טאקע שטארקע טענות, אבער ס'קומט נישט דא אריין, ס'געהערט אינעם אשכול איבער בעלזע רב, נישט דא.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:04 am
דורך סמבטיון
חכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:17 am
דורך רביה''ק זי''ע
שוין גארנישט קיין שטותים. בעלזע רב איז טאקע געווען הייליג, אבער א פאקט איז א פאקט. די פראבלעם איז נאר אז די שמועס קומט בכלל נישט אריין דא.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:46 am
דורך בת קול
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קפה נמס, אי משום הא, לא איריא. ווען בעלזער רב לעבט נאך, האסטו א טענה. אבער יעצט, ווער ווערט געטשעפעט דערפון?
יעדע מענטש מיט סענסיטיוויטי צו האלאקאוסט געליטענע.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:55 am
דורך מאיש לקחה
חכם-לב האט געשריבן:מערקווירדיג ---
מיטאמאל איז די אשכול אריבער קיין בעלזא.
דאס אז דער בעלזער רב האט זיך געשוירן דאס בארד אונטער זיינע אומשטענדן איז קיין פראבלעם, עס וואלט געווען א פראבלעם אויב ער וואלט זיך נישט געשוירן, איז עס דען ביהרג ואל יעבור?
וואס איז יא פראבלאמאטיש מיטן בעלזער רב איז אנדערע זאכן ביים קריג. אוי לי אם אומר, ואוי לי אם לא אומר. יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.
לויט ווי עס איז דערציילן די היסטאריקער און אפילו די בעלזע ווירזיע (Rescuing the Rebbe of Belz, 2005, Chapter 11) האט זיך דער בעלזער רב געראטעוועט דורך זיך חנפ'נן צו א אידישן מסור אין געטא שמעון שפיץ און דער הויפט פון די אידישע פאליציי שמחה שפירא וואס לויט די ווירזיע זאל דער בילגורייער רב געהאבן געזאגט צו שפיץ וואס איז געווען אנ'ארכי-מערדער (איבער זיין רשעות ליין The Crakow Ghetto Pharmacy), אז צוליב דאס טובות טוהן פאר דעם בעלזער רב וועט ער האבן טובת הנאה, מער מאכט און איינפלוס איבער די חסידי'שן עולם אין געטא.
לויט א ווערזיע פון אנ'איבערלעבער (זעה דעם בוך Prisoner 69145) איז אויף די ווארט פון שפיץ, זאל דער בעלזער רב געהאט געוואונטשן הצלחה פאר א דייטש וואס האט דערנאך געמאכט א פאגראם.
און אויך איז באקאנט די דרשה פון דעם בילגורייער רב - פרשת וארא אין די שוהל אין בודאפעשט אז דער ברודער זעהט עתידות און גארנישט גייט געשעהן אין אונגארן און זיי זאלן נישט פראבירן צו אנטלויפן.
און אויפן אנדערן זייט איז געווען מרדכי אנילעוויטש.
בארד בארד ווי איז דיין איד..?
דיסקלעימער: איך רעד חלילה נישט אריין אין די איסור והיתר דינים, פון די שווערע דוחין נפש מפני נפש וואס איז אריבער אויף אידן טאג טעגליך, מיר זאלן אלע געהיטן ווערן, און זיכער גייט דאס אויך אריין אין דעם.
נישט אמת!
בילגורייער רב זצ"ל האט געזאגט פאר דעם שפיץ'ענען - וואטס אגב ער האט געשטאמט פון חסידים - אז די מלחמה וועט זיך איין טאג אוודאי ענדיגען און כדרכם של חסידים וועלען דיר די בעלזע חסידים נישט מוחל זיין אויב די וועסט טשעפענען מיט זייער רעבין, ממילא טאמער ווייסטו וואס איז גוט פאר דיר סטעי עוועי.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 1:30 am
דורך חכם-לב
סמבטיון האט געשריבן:חכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.
כתב ראש הפילוסופים היוני, אהוב סקראט, אהוב אריסטו רק האמת אהוב יותר.
חות יאיר סימן ט'.
איך בין אים נישט דן. אל תדין את חבירך. דאס האב איך געשריבן אין דעם דיסקלעימער. אבער פאקטן זענען פארט פאקטן. אדרבה, מצוה גדולה ליישב.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 2:03 am
דורך קומזיץ
חכם-לב האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:חכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.
כתב ראש הפילוסופים היוני, אהוב סקראט, אהוב אריסטו רק האמת אהוב יותר.
חות יאיר סימן ט'.
איך בין אים נישט דן. אל תדין את חבירך. דאס האב איך געשריבן אין דעם דיסקלעימער. אבער פאקטן זענען פארט פאקטן. אדרבה, מצוה גדולה ליישב.
פון שרייבן אויף קאווע שטיבל אז די האסט א פראבלעם מיטן הייליגע בעלזא רב זי"ע ווערט מען נישט געוואר די אמת!
אויב עס דארף איינעם וויי טוהן איז עס די יודן וואס האבן מיטגעמאכט די קריג און די יודן פון יענע תקופה , און אלע ערליכע יודן האבן פארשטאנען אז א יוד וואס איז זיך מוסר נפש פארן באשעפער יעדן טאג , נישט נהנה געוועהן פון עוה"ז און מחזק געוועהן יודן טאג טעגליך אויף אזא יוד פארלאזט מען זיך אז ער ווייסט וואס ער טוט ,
איר האלט זיך טאקע פאר א גרויסע חכם לב אבער נישט אלעס וואס איר פארשטייט נישט איז א פראבלעם ביי יענעם , קליגערע פון אייך האבן אזוי פארשטאנען
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 2:38 am
דורך אישתישבי
כידוע אז בעלזער רב אין באכניא האט געהאט א מנין שבת מיט אלע מוסרים און די אלע ײדישע געמיינדע, און האט זיי אלע פארטיילט עליות.
זקן אהרן שיורד
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 4:04 am
דורך אבו עלא
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 6:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעה נישט די עוולה. ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבע דורך זיי. וואס איז שלעכט? ער וואלט געדארפט שטארבן אבי נישט חנפ'נען די חברה? האט ער זיי בארעכטיגט מיט זייערע מעשים?
ודרך אגב, יענער בוך איז געשריבען געווארן צו חנפ'נען איינער אויף וועמען עס איז דא שטארקע טענות. אבער מיט'ן בעלזער רב האט עס נישט. אומזיסטע שטארבן איז נישט קיין תכלית.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 8:30 am
דורך חכם-לב
קומזיץ האט געשריבן:חכם-לב האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:חכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.
..... און אלע ערליכע יודן האבן פארשטאנען אז א יוד וואס איז זיך מוסר נפש פארן באשעפער יעדן טאג , נישט נהנה געוועהן פון עוה"ז און מחזק געוועהן יודן טאג טעגליך אויף אזא יוד פארלאזט מען זיך אז ער ווייסט וואס ער טוט ,
איר האלט זיך טאקע פאר א גרויסע חכם לב אבער נישט אלעס וואס איר פארשטייט נישט איז א פראבלעם ביי יענעם , קליגערע פון אייך האבן אזוי פארשטאנען
די אלע ערליכע אידן פון וועם דו רעדדטס האבן אים נישט געקענט ביים קריג, און רוח הקודש האבן זיי נישט געהאט. א גרויסע מערהייט פון די אידן וואס האבן דאס מיטגעלעבט זענען גע'הרג'ט געווארן, און הונדערטער פון זיי דורך יד ישראל באמצע שפירא און שפיץ.
ומצווה ליישב.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 9:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אונזער קאך לעפל האט אונז עטוואס פארפירט. דער מטה אהרן האט נישט דערמאנט דאס ווארט 'וה' עמו', ער האט גארנישט גערעדט פון סייעתא דשמיא. ער האט בלויז גערעדט פון צלם אלקים. פאר עפעס א סבה האט די בארד א שייכות מיט די צלם אלקים, און מיט אט די צלם אלקים פסק'נט מען הלכות אין ציונות. (איי, וועסטו פרעגן, ר' יוחנן ור"ל איז הלכה כריו"ח, וואס האט עס נישט געהאט? כבר מלתם אמורה אז פערזענליכע אטאקעס זענען נישט ערלויבט)
דאס איז נאך מער גרויליג ווי מ'האט דערמאנט, אבער נישט מער ווי ערווארטעט.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 9:37 am
דורך קאך_לעפל
אוי גיוואלד.... האסט דאס בלויז אצינד געכאפט? אוי די אונגארישער בודאפעסטער.....
ערנסט גערעדט (בלויז פאר דער וואס ס'איז נייגעריג) האט רבינו שליט''א לויט ווי איך געדענק יא דערמאנט דעם והשם עמו.
אלענפאלס דער דאזיגער הייליגער פונדאמענטליכער דרשה גייט ווארשיינליך געדרוקט ווערן אין א באזונדערע קונטרס, מיט די נויטיגע הגהות און מראה מקומות, אין ויגאב פון נאך עטליכע הייליגע יסודות'דיגע דרשות בעניני אמונה ודעות וועלכע רבינו שליט''א האט געהאלטן אין ענליכע אומשטענדן, וועלכע וועט געלערנט ווערן מיט דארשט אין אלע אונזערע הייליגע מוסדות ביז משיח'ס טאג..
און דארט וועט מען באשיינפערליך זען און לערנען די גענויע לשון וואס רבינו שליט''א האט ווירקליך געזאגט...
נ''ב איך שטיי שוין מיטן שירעם ברייט צועפענט, עטוואס זיך צו באשוצן פון דער בעלזא אפפאל זאווערוכע, וועלכע קומט אט צו פליען מיט גרימצארן אין מיין ריכטונג.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 10:06 am
דורך קאך_לעפל
דאס אויסטערלישער אנגעווייטאגקייט פון בעלזא החדש אויפן לב אהרן איז גאר שטארק פארשטענדליך:
נעמליך, זיי זענען ווארשיינליך געווען ביים פילען איבערצייגונג אז נאך דער אנגעבליכער מחילה שפיל מיט סאטמאר וואס דער רב שליט''א האט אהערגעשטעלט פאר די גאנצע וועלט, ברוב פאמפע ודראמפע כדרכו בק....(עיין ערך רויטער טעפיך בקאנאדא) וועט זיך סאטמאר ח''ו עטוואס בייגן לינקס, און עטוואס נאכלאזן פון זייער א.ג. עקסטרעמיזים (לויט זייער אנטשואונגן) איבער ציונות, מזרחי,אגודה, אד''ג. דערפאר ווען זיי זעען מיט ווייטאג ווי דער אומבויגזאמער הייליגער קאמף קעגן די כוחות הטמאה גייט ווייטער אן, און נאך ביתר שאת ויתר עוז, און דער הייליגע שיטה וועלכע איז געווען אזוי הייליג און טייער ביי זייערע אייגענע זיידעס, אזש אין בעלזא איז נישט געווען צובאקומען די מסכת וואס דער דף היומי באוועגונג האט געלערענט, ווערט נאך מער און נתברר און נתחזק ביי שלומי אמוני ישראל, ברענגט דאס ביי זיי ארויף בייז בלוט. ס'איז זייער זעלבסטפארשטענליך.
אין זייער קלעם ציען זיי ארויס פון זייער פארזשארעוועטע ארסענאלן, די אלטע משכלישע און ציוניסטישע ווארע וועלכע די שונאי הדת האבן זיך באנוצט קעגן ארגיניעל-בעלזא, און נוצן דאס אצינד "אפצווענדן די הייליגע שיטה" וועלכע איז די גענויע שיטה פון די הייליגע בעזלא רביים לדורתיהם מהר''י, מהרי''ד, און פון מהר''א בעפאר די קריג.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 10:15 am
דורך רביה''ק זי''ע
קאך_לעפל האט געשריבן:די הייליגע שיטה" וועלכע איז די גענויע שיטה פון די הייליגע בעזלא רביים לדורתיהם מהר''י, מהרי''ד, און פון מהר''א בעפאר די קריג.
מקור?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 10:20 am
דורך קאך_לעפל
כ''ק אדמו''ר ממאכניבקא שליט''א

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 11:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז ממש א חידוש צו זען ווי ווייט די מענטשליכע ערפארונג קען דערגרייכן. איינער וואס איז פונקט אזוי באזירט אויף קארבאן ווי איך, פונקט אזא מין האנושי, פונקט אזא גזע ווי מיר, און ער קען לעבן אין אזא אלטערנאטיווע יוניווערס. בעלזא האט געמיינט אז זייער נסיעה קיין מאנטריאל דארף אנרירען דער מחילת אהרן (קרעדיט: בילד אין מאמענט)? וואס דארף מען רויכערן\טרינקען\איינשפריצען צו קומען צו אזא מסקנא?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 11:40 am
דורך יוסף יוזפא
ליטוואק: ער האט דוקא יא דערמאנט די ווערטער פון וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום.
קאך לעפל: מיט דיינע ווערטער ביסטו ממשיך דרך רבותיך מיטן זאגן שקרים און מנגח זיין די בעלזע צדיקים, כה לחי!!!
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 11:46 am
דורך קאך_לעפל
יוסף יוזפא האט געשריבן:ליטוואק: ער האט דוקא יא דערמאנט די ווערטער פון וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום.
קאך לעפל: מיט דיינע ווערטער ביסטו ממשיך דרך רבותיך מיטן זאגן שקרים און מנגח זיין די בעלזע צדיקים, כה לחי!!!
"זאגן שקרים" ממלא...מיין ערשטע רעאקציע צו א זאך וואס איך וויל נישט הערן איז אין אלגעמיין אויך להד''ם...אבער מנגח זיין די בעלזע צדיקים? פארוואס בוזטו מיך חושד אין אזא געמיינקייט?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:13 pm
דורך Avrom
קאך לעפל מהרי איז גיוון קעגן ציונות?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:22 pm
דורך קאך_לעפל
Avrom האט געשריבן:קאך לעפל מהרי איז גיוון קעגן ציונות?
יע!
ס'האט דאן געהייסן די קלאניסטן...