בלאט 5 פון 6
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 1:56 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:נס קאווע האט געשריבן:וואלסט געוואלט, דערווייל ווייס מיר נישט אויף זיכער...
ניין. דער באנק רויבער איז אן איטאליענער אדער אן אלבאניער. נאר ער רופט זיך מיט א אידישן נאמען...! מאיר לאנסקי איז אויכעט געווען אן איטאליענער...!
מאכסט א וויץ, יא?
לאנסקי איז געוועהן א עכטע איד פון רוסישע/פוילישע אפשטאם. זייער פאמילע וואו ער איז אויפגעוואקסן האבן געליטן פון אנטיסמיטישע פאגראמען.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:22 pm
דורך מפיל קינד
ווי ס'גייט יעצט ארום האט עס מיט א געלט סכסוך נאך א דורכגעפאלענע אינוועסטמענט. מען האט טאקע נישט גוט געצילט, נאר איז געפלאנט געווען קעגן אן עושר וואס וואוינט דערנעבן.
ער איז געשיקט געווארן דורך היימישע אידן מחשובי אנ"ש, מסלתה ומשמנה פון דאס יהדות החרדית אויף וועמען משיח וועט ווייזן מיטן פינגער (מסתמא מיט די מיטלסטע פינגער...).
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מפיל קינד האט געשריבן:היימישע אידן מחשובי אנ"ש, מסלתה ומשמנה פון דאס יהדות החרדית אויף וועמען משיח וועט ווייזן מיטן פינגער.
וויאזוי האט נאר שאפראנע רב געזאגט, "אויב איז ער משיח זאל ער בעסער נישט קומען." ודפח"ח.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 10:13 pm
דורך נקודת-אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וויאזוי האט נאר שאפראנע רב געזאגט, "אויב איז ער משיח זאל ער בעסער נישט קומען." ודפח"ח.
און ווי באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט אז ס'איז געוועזן יענטסמאהל אן 'עת פקידה'
אבער כשגגה היוצאת מפי השליט, בעווה"ר נטרפה השעה...
Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 10:30 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
נקודת-אמת האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וויאזוי האט נאר שאפראנע רב געזאגט, "אויב איז ער משיח זאל ער בעסער נישט קומען." ודפח"ח.
און ווי באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט אז ס'איז געוועזן יענטסמאהל אן 'עת פקידה'
אבער כשגגה היוצאת מפי השליט, בעווה"ר נטרפה השעה...
און אזוי ווי מ'לייגט אראפ אידישקייט, איז ווי די מעשה מיטן גר וואס איז אנטלאפן תיכף פאר שולחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען נאך די איין סעקונדע וואלסטו ווען אלעס געהאט.
אדער די בית המקדש איז שוין כמעט געװען אויפגעבויט, נאר די פרוכת האט געפעלט איז געקומען איין רשע און מיט איין עבירה'לע האט אלעס חרוב געמאכט.
Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 1:36 am
דורך קל וחומר
מפיל קינד האט געשריבן:ווי ס'גייט יעצט ארום האט עס מיט א געלט סכסוך נאך א דורכגעפאלענע אינוועסטמענט. מען האט טאקע נישט גוט געצילט, נאר איז געפלאנט געווען קעגן אן עושר וואס וואוינט דערנעבן.
ער איז געשיקט געווארן דורך היימישע אידן מחשובי אנ"ש, מסלתה ומשמנה פון דאס יהדות החרדית אויף וועמען משיח וועט ווייזן מיטן פינגער (מסתמא מיט די מיטלסטע פינגער...).
וואס מיינט דאס אז ס'גייט יעצט ארום?
איז פארהאן עפעס וואס דעקט דעם ווערסיע, אדער ס'איז סתם נאך א בעל דמיונ'ס יצירה?
ס'זעהט אויס ווי די גאנצע געגנט ארום דעם אטאקע ארט האט געקריגן אזא פאראנויע אין וויל אז ס'זאל הייסן אז מ'האט אים גאר געמיינט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 2:04 am
דורך רביה''ק זי''ע
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און אזוי ווי מ'לייגט אראפ אידישקייט, איז ווי די מעשה מיטן גר וואס איז אנטלאפן תיכף פאר שולחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען נאך די איין סעקונדע וואלסטו ווען אלעס געהאט.
אדער די בית המקדש איז שוין כמעט געװען אויפגעבויט, נאר די פרוכת האט געפעלט איז געקומען איין רשע און מיט איין עבירה'לע האט אלעס חרוב געמאכט.
"האמונה כי הישועה ממשמשת ובאה לא רק משמרת את המתח המשיחי, אלא טוענת ומגבירה אותו בהתמדה. המאמינים מייחלים לכך שפעולתם הבאה היא שתביא את המשיח, אך הפורקן הגאולתי המצופה והמובטח מתמהמה, ולמרבה התסכול לעולם אינו מגיע. נפשותיהם של המצפים, הנתונות במתח תמידי לקראת בוא המשיח, מאיימות לפקוע, אך הם לא יעזו לזנוח את החלום מחשש שרגע אחרי שיעשו כן אכן יתגלה הגואל ברבים והם יאבדו את המקום השמור להם בשורות הראשונות של בית המדרש השמימי." - תומר פרסיקו
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 2:08 am
דורך מפיל קינד
איך בין חושש אז צוויי מענטשן האבן אינעם זעלבן טאג געשיקט רוצחים צו באזונדערע מענטשן וואס זענען פערצופאל שכנים. איינער איז אנגעקומען צו דעם אינגערמאן און דער אנדערער רוצח האט למעשה נישט אויסגעפירט זיין שליחות. ביידע משלחים מייינען אז זיי האבן אים געשיקט און זיי וועלן נאך ביידע מודה זיין...
אזוי ווי די מעשה פונעם רוזינער אויף ואהבת לריעך אני ה', צוויי מענטשן האבן מודה געווען און געבעטן דעם קעניג אז זיי זאלן אים הרגנען, האט די קעניג געזאגט איך וויל אויך זיין ענקער חבר.....
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:13 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
אזוי שטיל?
וואס גייט פאר?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 9:18 am
דורך מאן דאמר
This silence is deafening
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 8:23 am
דורך יואליש
מאן דאמר האט געשריבן:This silence is deafening
לאו דוקא. אן אינוועסטיגעישאן און די זאמלונג פון באווייזן וואס קען פירן צו א סוקסעספול באשולדיגונגס נעמט צייט און פאסירט נישט אויף די פראנט פעידזשעס פון צייטונגן. די אומ-נייעס מיינט נישט אז אן אינוועסטיגעישאן קומט נישט פאר, און מ'קען דערפון נישט ארויסדרינגן די ריכטונג פון די אינוועסטיגעישאן
Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 10:18 am
דורך אונטער חכם
יואליש האט געשריבן:מאן דאמר האט געשריבן:This silence is deafening
לאו דוקא. אן אינוועסטיגעישאן און די זאמלונג פון באווייזן וואס קען פירן צו א סוקסעספול באשולדיגונגס נעמט צייט און פאסירט נישט אויף די פראנט פעידזשעס פון צייטונגן. די אומ-נייעס מיינט נישט אז אן אינוועסטיגעישאן קומט נישט פאר, און מ'קען דערפון נישט ארויסדרינגן די ריכטונג פון די אינוועסטיגעישאן
די וואונדער איז טאקע נישט אויף די פאליציי, און די אפיציעלע אינסטאנצן, אבער אונזערע היימישע מוילמאכער האבן געווענליך נישט ליב צו זיין שטיל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 11:14 am
דורך קאצקע ציקער
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:אזוי שטיל?
וואס גייט פאר?
ששש מען האלט אימיטן טיילן די טשעקלעך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 1:12 pm
דורך חיים יואל
קאצקע ציקער האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:אזוי שטיל?
וואס גייט פאר?
ששש מען האלט אימיטן טיילן די טשעקלעך
פארוועם? פאר אונזערע היימישע מוילמאכער האבן געווענליך נישט ליב צו זיין שטיל?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 3:24 pm
דורך שמעון_ברוך
קאצקע ציקער האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:אזוי שטיל?
וואס גייט פאר?
ששש מען האלט אימיטן טיילן די טשעקלעך
ווי קען מען אויפיקן...?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 3:43 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
וואס איז אזוי שטיל יעצט? האט זיך שוין אויפגעהערט די דמיונות?.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 12:48 am
דורך שמעון וואלף
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס איז אזוי שטיל יעצט? האט זיך שוין אויפגעהערט די דמיונות?.
גערעדט נעכטן מיט א מאנסיער. ער זאגט אז דער עולם האלט פעסט אז י.ר. איז געווען אינטער דעם. ער זאגט אויך אז ר' דושינסקי פון וומ"ס האט פארריפן אן אסיפה ביים וויזניצע רבי אין מאנסי ווי מ'האט געבעטן חברים זאל זיך ארויסלאזן פון די קעיס
ה' ירחם
Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2019 10:47 pm
דורך אונטער חכם
דער עולם אין מאנסי האלט אויך פעסט אז די גלאבאלע עליטע האט פראדוצירט וואקסינס און קאממאן קאור כדאי צו פאר'סמ'ען די מאנסי'ער קינדער.
Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 6:45 am
דורך טראכטכמוני
דער עולם אין מאנסי האלט...
עס וואלט שוין געמעגט ווען זיין אן אשכול איבער די רייכע אויסוואל פון דיווערס שיטות ושטיות, קאפ-וויי און בויך-דריי, וואס “דער עולם אין מאנסי״ האלט.
(פארשטייט זיך מ׳רעדט אויך פון די מאנסיער בתוך כל אחד ואחד)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 8:44 am
דורך מפיל קינד
קען זיין כ'האב עס שוין געשריבן דא, אבער איך האלט פעסט אז דער וואס איז געשטאנען אונטער דעם מאנסי שטעכעריי האט אויך אונטערגעשטעלט די שיסעריי אין גרינוויל, כדי דער עולם זאל אויפהערן צו רעדן פון די שטעכעריי.
פיין איז עס געלונגען.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:12 pm
דורך לך לך
אגב די געשטאכענער איז נעכטן אהיים !
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:12 pm
דורך דאכצעכמער
מפיל קינד האט געשריבן:קען זיין כ'האב עס שוין געשריבן דא, אבער איך האלט פעסט אז דער וואס איז געשטאנען אונטער דעם מאנסי שטעכעריי האט אויך אונטערגעשטעלט די שיסעריי אין גרינוויל, כדי דער עולם זאל אויפהערן צו רעדן פון די שטעכעריי.
פיין איז עס געלונגען.
its realy not nice to make jokes on ppls pain
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:16 pm
דורך דאכצעכמער
לך לך האט געשריבן:אגב די געשטאכענער איז נעכטן אהיים !
Any update? His situation
What's his name to pray for him