בלאט 5 פון 10
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2020 11:42 pm
דורך טמיר
די עקענאמישע קראך וואס קאראנע ברענגט אהן איז לכאורה פיל ערגער ווי די עצם וויירוס. די פאטאליטעט ראטע איז פיצל ביי יונגערע מענטשן און עלטערע קענען און דארפן טאקע זיין אוזאלירט. הגם אפילו ביי עלטערע איז אויך גאנץ נידריג די ראטע, פון בערך 1% ביז 15% געוואנדען אין די עידזש פון 60 און ארויף.
און
https://www.latimes.com/science/story/2020-03-19/coronavirus-odds-of-survivalהאט א שטארקע פוינט אז מסתם איז די רעיט נאך הונדערט מאל ווייניגער, וויבאלד אסאך קעיסעס ווערן בכלל נישט געטעסט
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 5:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט דיין טענה. דריי פערצענט פון הונדרעט טויזענט און א האלבע פערצענט פון א הונדרעט מיליון, וועלכע איז ערגער? די פערצענט איז נישט די גאנצע סוגיא דא
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 2:14 pm
דורך אישתישבי
שטעלט זיך אויס אז דאס וואס מען האט געמיינט אז טאמער איז מען אונטער זעכציג איז נישטא קיין סכנה, איז נישט אזוי, א גאר גרויסע פראצענט פין מענטשן אין שפיטאל זענען אונטער פופציג.
נענסי פעלאוסי האלט אפ סטימולוס פּעקל!
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2020 11:04 am
דורך קאך_לעפל
[justify]וואשינגטאן – אמעריקע שטייט און שטוינט איבער די רשעות און פרעכהייט פון די דעמאקראטישע סאציאליסטן אין וואשינגטאן, הויפזעכליך פון די מוטער פון שלעכטקייט, די באוויסטע רשענטע נענסי פאלאוסי.
אנהייב וואך זענען די סענאטארן אין וואשינגטאן ענליך געקומען צו א אפמאך מיטן פינאנץ סעקרעטאר סטיוון מענאטשען, איבער אַ סטימולוס פּעקל צו העלפן פאמיליעס און געשעפטן אין נויט צוליב די כינעזער ווירוס. אלעסדונג האט אויסגעזען צו גיין ווי געשמירט, דער פרעזידענט האט פארשפראכן אונטער צו שרייבן דער ביל און עס צו דעקלערן אלס געזעץ אין לאנד! מיטאמאל זענען זאכן געקומען צו א האסטיגער אפשטעל. וואס האט פאסירט? רשענטע פאלאוסי האט צוריק אריינגאלאפירט אין וואשינגטאן! זי האט זיך אומגעקערט פון איר לאנג-פארצויגענע וואקאציע פון איר היימלאנד סאַן פֿראַנסיסקאָ! א פרישע און א מינטערע.
ווי נאר איר פריוואטע פליגער וואס פארפעסט די ריינע לופט האט ענדליך געלאנדענט אין וואשינגטאן, האט יעדער שוין געוויסט אז ס'איז גרויסע צרות! די רשענטע האט זיך שוין דערווארבן א נאמען אלס די מערסטע דיסטראקטיווע פאליטיקער וואס וואשינגטאן האט נאר אמאל געזען! און זי האט באלד אנגעהויבן מיט אירע נידערטרעכטיגע טעטיקייטן. זי האט זיכער געמאכט אריינצושטעלן אינעם סטימולוס פעקל הויפענס פון ליבעראלע כארא, זאכן וואס ס'וועט קיינמאל נישט אריין גיין אין געזעץ! זאכן וועלכע האבן גארנישט צו טאן מיט הילף פאר די ווירוס געליטענע! זי האב באשלאסן אויסצונוצן דעם אומגליק דורכצופירן ליבראלע חאזיריי אויף די רעכענונג פון די אמעריקאנע בירגער אין נויט. ס'איז ממש אומגלויבליך! דער סטימולוס פּעקל איז אויף האלט ווי לאנג וואשינגטאן וועט באווייזן צו באקעמפן דאס רשעות פון די סאציאליסטן אין שפיץ פון די נידערטרעכטיגע רשענטע נענסי פאלאוסי. סארא שאנדע...[/justify]
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2020 1:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אבי מ׳לעבט!
אלענפאלס, עס איז נאר א קליינע פלו. און א מיראקל קומט באלד, אלס איז דאך פיין און וואויל, דער טראמפ וויירוס גייט באלד פארשוואונדן ווערן, איך שפיר עס.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2020 1:54 pm
דורך קאצקע ציקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבי מ׳לעבט!
אלענפאלס, עס איז נאר א קליינע פלו. און א מיראקל קומט באלד, אלס איז דאך פיין און וואויל, דער טראמפ וויירוס גייט באלד פארשוואונדן ווערן, איך שפיר עס.
מיינסט צו זאגן די מידיא האקס וויירעס
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2020 9:21 pm
דורך [NAMELESS]
איינער קען אפשר מסביר זיין ווי אזוי די מגיפה גייט זיך ענדיגען?
די אלע באגרענונגצן טוען נישט פולקאם אפשטעלן די פארשפרייטונג נאר בלויז פארשטאטערען איז אלזא וואס מער מצוימט איין די מענטשען אלץ שטייטער גייט עס און אלץ לענגער וועט זיך די פרשה ציען
איז וואס וועט זייין תכלית?
לו עמי שומע לי וואלט איך ממליץ געווען צו אפטיילען אלע עלטערע מענטשן גאר שטארק און שטרענג און אלע יונגערע מענטשן זאלן טון פעולות אז זיי זאלען עס באקומען און וווארטן 2 ווואכן דערנאך וואס אלע יונגע מענטשען האבן עס שוין דורך געשוויצט און געווארן אומיונד באפרייען די עלטערע מענטשן ושלום על נפשותם!
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2020 3:10 pm
דורך berlbalaguleh
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין ווי אזוי די מגיפה גייט זיך ענדיגען?
די אלע באגרענונגצן טוען נישט פולקאם אפשטעלן די פארשפרייטונג נאר בלויז פארשטאטערען איז אלזא וואס מער מצוימט איין די מענטשען אלץ שטייטער גייט עס און אלץ לענגער וועט זיך די פרשה ציען
איז וואס וועט זייין תכלית?
לו עמי שומע לי וואלט איך ממליץ געווען צו אפטיילען אלע עלטערע מענטשן גאר שטארק און שטרענג און אלע יונגערע מענטשן זאלן טון פעולות אז זיי זאלען עס באקומען און וווארטן 2 ווואכן דערנאך וואס אלע יונגע מענטשען האבן עס שוין דורך געשוויצט און געווארן אומיונד באפרייען די עלטערע מענטשן ושלום על נפשותם!
אנשטענדיגע יוד: זיי נישט ברויגז. במחכת"ה איז דיין פארשלאג ענליך צו די אנטי-וואקסערס ביי מיזעלס. זיי טענה'ן אויך אז ס'איז ענדערש צו באקומען מיזעלס און דורכדעם באקומען אימיוניטי ווי איידער נעמען די וואקסין. ביי קאראונא וויירוס קענמען נישט וויסן וויאזוי די מחלה וועט אויסווירקן אויף דעם וואס באקומט עס. צו מאל קען א זייטיגע אישו זיך גובר זיין און ס'קען איהם ח"ו קאסטן דאס לעבן...!
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2020 4:07 pm
דורך אישתישבי
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין ווי אזוי די מגיפה גייט זיך ענדיגען?
די אלע באגרענונגצן טוען נישט פולקאם אפשטעלן די פארשפרייטונג נאר בלויז פארשטאטערען איז אלזא וואס מער מצוימט איין די מענטשען אלץ שטייטער גייט עס און אלץ לענגער וועט זיך די פרשה ציען
איז וואס וועט זייין תכלית?
לו עמי שומע לי וואלט איך ממליץ געווען צו אפטיילען אלע עלטערע מענטשן גאר שטארק און שטרענג און אלע יונגערע מענטשן זאלן טון פעולות אז זיי זאלען עס באקומען און וווארטן 2 ווואכן דערנאך וואס אלע יונגע מענטשען האבן עס שוין דורך געשוויצט און געווארן אומיונד באפרייען די עלטערע מענטשן ושלום על נפשותם!
עס זעהט נישט אויס ווי איינער ווייסט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגען.
דאס איז דער נאקעטע אמת.
דערווייל איז נאר דא א פלאן צו אויסשפרייטן דער מגיפה אויף א לענגערע צייט, אזוי אז די מענטשן וואס באקומען עס און דארפען א שפיטאל, זאלען קענען באקומען א שפיטאל.
בכלל איז נישט זיכער צו קינדער למשל קענען טראנסמיטען דער וויירוס.
און אזוי זענען גאר אסאך פרטים וועגן דער וויירוס נישט זיכער.
עס איז צו האפען אז מען וועט טרעפן א רפואה פאר דער ווירוס און דעמאלס וועט מען עפענען צוריק אלעס, ביז אהין איז נישטא קיין גרויסע פלענער, און אונז בלייבן איינגעשפארט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 8:22 pm
דורך [NAMELESS]
טיייערער ר' בערל !
אודאי אויב סדא א לעזונג פאר די מחלה איז נישט דא א רעדע פון זיך גיין בידים אנשטעקן!
ביי אונזער פאל,איז דאך די וויירוס כמעט אום פארמיידבאר, אין די ריזיקע ביי עלטערע מענטשן איז גאר הויעך רח"ל , ווייטער ביי יונגערע געזונטע מענטשן איז דאס נישט מער ווי א פלו , איז אויב איז דא א מהלך אונטער צוברענגן די וויירוס און א קורצע תקופה , אן דעם וואס עלטערע מענטשן זאלן ווערן אפעקטירט , דורך דעם וואס אלע יונגע מענטשן וועלן דאס האבן , איז פארוואס נישט?
די תועלת ווועט זיין דאפלט פאכיג סיי די וויירוס אומברענגן ווי אויך אז די וועלט זאלן קענען צוריק גיין צו איר שטייגער!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
אנשטענדיגע יוד: הלוואי וואלט דאס געווען דער פאל. און מ'זאל קענען זאגן מיט א זיכערקייט אז די יונגע מענטשן וועלכע באקומען דעם וויירוס וועללן נישט געשעדיגט ווערן, וואלט דאס אפשר געווען אן עצה. אבער דער ביטערער אמת איז ליידער, אז א סאך יונגע, געזונטע מענטשן באקומען דעם וויירוס און זיי גייען ל"ע אוועק פון די וועלט. זעהט אויס אז די דאקטוירים ווייסן נאכנישט אלעס איבער דעם וויירוס און די מחלה. ביזדערווייל מוז מען אננעמען אלע פארהיטונגס מיטלען...וה' ירחם...!
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2020 4:12 pm
דורך החוקר
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 3:04 am
דורך מאן דאמר
חברה, ס׳שטארבן מענטשן אין גרויסן, די מצב איז זייער זייער ביטער
https://www.bhol.co.il/news/1090602
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 12:49 pm
דורך מי אני
.
קאראנא וויירוס (COVID-19)
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 12:49 pm
דורך מי אני
דא איז דר. טרוֺי קאמפּבּעל מסביר פארוואס יונגערע מאכן זיך נישט אזוי צו טוהן פון סאציאלע דיסטענסינג און טוהן פארוואסערען די מצב. דאס איז נישט וויבאלד זיי האלטן בעצם נישט פונ׳ם הארבקייט פונ׳ם פראבלעם פּער סע, נאר (פשוט) וויבאלד זיי קענען נישט דערהייבן די לעזונגען צום פראבלעם און דאס טרייבט זיי אוועקצומאכן די פראבלעם מעיקרא. והיינו טעמא בקאָוויד-19 והיינו טעמא דרעפּובליקאנער בגלאָגאל ווארעמונג/קלימאט טויש וכו׳. די פענאמענאן רופט ער
סאַלוּשאן עווערזשאָן.
קאראנא וויירוס (COVID-19)
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 12:50 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:ס׳איז דא א פראנצויזישע
שטודיע וואס ווייזט אז היידראקסיקלאראקוויין (בפרט ווען ס׳איז צוזאמען מיט אזיטראמיסין) העלפט קעגן די וויירוס. דאס איז נישט קיין טייערע דראג וואס מ׳נוצט קעגן מאלאריע און ארטרייטיס. פארשטייט זיך אז דאס איז נאך פּרעלימינערי, ווי אויך איז דאס דורכגעפירט געווארן אויף א קליינע סעמפּל וממילא איז איר דזשענערעלייזעבּיליטי שוואכער
(בכלל מאכן דזשענערעליזעישנס ביי ביאלאגיע/מעדעצין איז אביסל שווערער).
דא ברענגט מען ארויס און מען צייכענט צו צו עטליכע פון די שטודיע׳ס פראבלעמען.
די פראנצויזישע רעגירונג האט אפיציעל (צייטווייליג)
גע'סעינקשאנט דאס באניץ פון די דראג. די FDA דאָהיִ האט דאס אויך אפיציעל
עפּראָווט אלס אן עמערדזשענסי מעזשוּר.
עס איז אבער דא א
שטודיע וואס צייגט אז דאס האט נישט אזוי ווייט די בענעפיטן וואס מ'האפט פאר. הגם, דאס האט געהאט נאך א קלענערע סעמפל ווי די פריערדיגע און עס זעהט אויס אז די חולים האבן געהאט מער קא-מארבידיטיס אויך. זיי ציטירן אבער אויך א כינעזער שטודיע וואס האט אויך נישט געטראפן די רעזולטאטן וואס מ'האט געהאפט פאר.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 11:05 am
דורך berlbalaguleh
אן אינטרעסאנטע ערשיינונג: אלע לענדער זענען אנגעשטעקט מיט דעם קאראנא וויירוס. און די רעגירונגען ראנגלען זיך אז די מחלה זאלל נישט ארויסגיין פון קאנטראל. און אין א יעדן לאנד זענען דא טויזנטער אנגעשטעקטע און קראנקע. און טויזנטער מענטשן שטארבן. אויסער 2 לענדער. רוסלאנד און נארט קארעא...!
ס'איד דא א פיקטשער ווי פרעזידענט וולאדימיר פוטין גייט באזוכן אין א שפיטאל פאר די אנגעשטעקטע מיט דעם וויירוס. ער איז אנגעטון ווי אן אסטראונאט. מיט דעם גאנצן קלאפערגעצייג.
איך שפעקוליר אז די כיטרע רוסן האבן פארשפרייט דעם בילד. כאילו זיי ליידן אויך פון דעם קאראנא וויירוס. אבער דער פאקט איז אז ס'זענען נישט דא קיין שום רעפארטס אדער סטאטיסטיקס פון די באפעלקערונג אין רוסלאנד וואס זענען אנגעשטעקט אדער קראנק...!
די זעלבע איז מיט צפון קארעא. מ'הערט נישט קיין איין ווארט איבער די מחלה אין זייער לאנד...!
איך בין נישט קיין קאנספיראסי גלויביגער. אבער איך דערמאן מיך נאר די ווערטער פון דעם פיהרער פון נארטה קארעא. ווען ער האט געזאגט אין דעצעמבער אז ער האט א ..."קריסמעס פרזענט"...פאר פרעזידענט טראמפ...!
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:22 pm
דורך מיימון
דער עולם איז איינגעשפארט אין די הייזער און מען שטארבט אוועק אין גרויסן, איך מיין אז דער נעקסטער לאגישער עצה דארף זיין איינצושפארן יעדעם אין זיין צימער און זיך נישט אנקערן מיט קיינעם עד יעבור זעם.
StayInYourRoom#
StayInBed#
נשלח: זונטאג אפריל 05, 2020 12:01 pm
דורך מיימון
עס איז יעצט א גוטע געלעגנהייט צו טון אלץ וואס מען וויל שוין לאנג טון נאר מען שעמט זיך. יעצט קענט איר דאס טון גרינגערהייט. אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים. אויפהערן צו גיין אין מקוה. דאווענען אינדערהיים. ארומגיין מיט א מאסקע. אוועקשטיין פון אנדערע מענטשן. שרייען אויף אנדערע. עס איז א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט סתם אזוי.
אזוי אויך די אלע וואס ברויכן שטארבן קענען עס יעצט מאכן בדרך כבוד, יעצט שטארבט יעדער, אלץ איז קאראונע. כאפט אריין.
נשלח: זונטאג אפריל 05, 2020 12:41 pm
דורך אישתישבי
יעצט שטארבן איז בכלל נישט קיין כבוד, קליינע לויה, מען מאכט נישט קיין הספד אפילו. בעסער שוין צו ווארטן אביסעל.
נשלח: זונטאג אפריל 05, 2020 1:03 pm
דורך מי אני
יעצט ליידער פאלן אוועק מענטשן און מען איז זיך מתעסק מיט זיי בקאוויד(-19) ווי איידער בכבוד.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 3:36 pm
דורך מי אני
עס זעהט אויס ווי עס איז דא א
שטודיע וואס צייגט אז עס איז אפשר נישט אזוי אז רייכערען העכערט די ריזיקע פאר קאוויד-19.
ווי אויך איז דא א
שטודיע אז די דראג איווערמעקטין ארבעט קעגן די וויירוס.
נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 1:46 am
דורך cictim