בלאט 42 פון 63
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 5:29 pm
דורך hotel
דער שוואגער בוקסבוים זאגט יעצט אויף ק.מ אז משפחה וייסט גארנישט מער ווי די גאס בנוגע אנטוויקלונגען און די אויספארשונג
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
שרייבער אין פארווערטס איז מוחה אויף א אנדערע שרייבער'ס אין פארוועטס שמיציגע ארטיקעל קעגן שטארק
http://m.forward.com/articles/190591/me ... her-hasid/
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:04 pm
דורך דער (פינטעל) איד
כמעט דרייסיג יאר צוריק איז אויך געשען אזא טראגעדיע. אינטערעסאנט אז דארט איז דער קדוש אויך געווען 39 יאר און ס'האט אויך פאסירט אינעם ערשטן חודש למס'. איך האב געטראפן נאר איין נייעס דערפון אין ניו יארק טיימס. ער האט זוכה געווען צו קומען לקבר ישראל דורך גיין אנגעטון מיט א חסידישע אונטער הויזן.
http://www.nytimes.com/1988/05/14/nyreg ... river.html
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:10 pm
דורך יוסף מ
Wasnt that sucide?
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:25 pm
דורך איינער
ווען עס ווען נישט דא קעמרעס היינט, וואלט מען די שטארק מעשה געקענט גרינג מאכן פאר א סאוסייד, מען וואלט געזאגט אז ער האט געהאט חובות איבערן קאפ, ער האט עס מער נישט געקענט פארנעמן און זיך גענומען דאס לעבן. די מערדערס וואלטן ווען געלייגט זיין קערפער אויף א וועג אז מען זאל עס קענען אנלייגען אויף סאוסייד און פארטיג. א דאנק די קעמרעס האבן מען געזען דעם פארכאפנונג, און די מערדער האבן געדארפט פטור ווערן פון די קערפער זייער שנעל, האט מען עס געטראפן.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 7:19 pm
דורך הילל
קודאס צו מרדכי'ן (הועווער הי איז) פאר די אמת'ע פוינטס אין דעם ארטיקל.
סיי די סטיריאטייפ פון מייקעלסאן איז געווען אויף זייער א ביליגן אופן, און סיי ער האט צו גרינג אנגענומען די לשון הרע קעגן מנחם אליין. איך מיין אז נאכ'ן דורכקוקן דעם פעידזש אין
פעיסבוק וואלט ער אויך באקומען אביסל אן אנדערע מיינונג אויף דעם נפטר.
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:12 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:59 am
דורך הירשל ציג
הילל האט געשריבן:קודאס צו מרדכי'ן (הועווער הי איז) פאר די אמת'ע פוינטס אין דעם ארטיקל.
סיי די סטיריאטייפ פון מייקעלסאן איז געווען אויף זייער א ביליגן אופן, און סיי ער האט צו גרינג אנגענומען די לשון הרע קעגן מנחם אליין. איך מיין אז נאכ'ן דורכקוקן דעם פעידזש אין
פעיסבוק וואלט ער אויך באקומען אביסל אן אנדערע מיינונג אויף דעם נפטר.
מרדכי איז א ליובאוויטשער יונגערמאן
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:26 am
דורך ממרום שלח אש
הילל האט געשריבן:קודאס צו מרדכי'ן פאר די אמת'ע פוינטס אין דעם ארטיקל.
סיי די סטיריאטייפ פון מייקעלסאן איז געווען אויף זייער א ביליגן אופן, און סיי ער האט צו גרינג אנגענומען די לשון הרע קעגן מנחם אליין. איך מיין אז נאכ'ן דורכקוקן דעם פעידזש אין
פעיסבוק וואלט ער אויך באקומען אביסל אן אנדערע מיינונג אויף דעם נפטר.
איך בין נישט אזוי זיכער צי עס קומט דעם חב"דניק קודאס אדער ענדערש א פארדאמונג.
די ארגינעלע פארווערדס ארטיקל איז פיל ערגער ווי די פאוסט. ער ברענגט צוזאם יעדע שלעכטע סטיריאוטייפ אויף חסידים ווי אז די וויליאמסבורגער שפייען אויף מאראטהאן לויפער און אז זיי זענען געלטגייציג און פארפוילט. און איך רעד שוין נישט פון זיין אפקויפן אלע לשון הרע אויף שטארק און לייגט צו עטליכע אייגענע אויך סאטמארע לענדלארדס בכלליות, א נישט אידישע מעינסטרים פאפיר וואלט זיך קיינמאל נישט געקענט ערלויבן אזאנס צו דריקן.
די שולד איז פונקט אזוי אויף די עדיטארס און פארוואלטערשאפט פון די פארווערדס פארן דריקן די ארטיקל ווי אויפן שרייבער. דער אמת איז אז דער פארווערדס איז אן אנטי דת און אנטי פרומע פאפיר, עס האלט און איין שפייען וויסטע שנאה ספעציעל אויף חסידים, נאר דער עולם איז נישט אזוי באקאנט. מען דארף ווען שטורעמען און פארלאנגען אן אפאלעזשי פונעם פארדווערדס פונקט ווי פונעם פאוסט.
שרייבן דארט, אפילו, אדער גאר דוקא, א קעגן-ארטיקל קעגן איין ספעציפישע ארטיקל פון איין געוויסע שרייבער, געבט לעגיטימאציע פאר די פארווערדס בכלליות.
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:33 pm
דורך הילל
ממרום, איך פארשטיי דיין ווייטאג אבער איך זע נישט וועלכע לעגיטימאציע ער האט געגעבן פאר'ן פארווערטס.
ווי שטארק דו האסט זיי פיינט, איז גוט אז ווען איינער האט שלא ביושר דארט געשריבן מיאוס אויף א יחיד און אויף א גאנצע קאמוניטי, איז גוט אז איינער זאל דאס קריטיקירן אויפ'ן זעלבן פלאץ און זאלן זייערע ליינער (וואס געבן עס סייווי לעגיטימאציע) אויך ליינען די פארקערטע. און איך האב הנאה געהאט אז דער מרדכי האט ארויסגעברענגט אז דאס וואס יענער שרייבער האט געטון מיט זיין בלינדע בייעס און סימפליסטישע סטיריאטייפ איז טאקע אליין א "חרדישקייט"...
און איך בעט דיך ברחמים זאלסט נישט מאכן קיין קאמפיין צו פארלאנגען אן אפאלעדזשי. ווילסט זיי זאלן אויך באקומען אזויפיל אטענשאן ווי דעם פאוסט?...
בכלל קוקט מיר אויס ווי מען האט זיך אויך אפגעטון, ווייל דער פאוסט זוכט נאר כסדר וויפיל נעגאטיוויטי ער קען נאר טרעפן אויף דעם "סלעין סלאמלארד" און עס איז נאכנישט דורך איין איינציגע טאג וואס ער האט נישט געברענט פרישע שטיקלעך וואס מען זעט ווי ער זוכט צו שרייבן ווי מער נעגאטיווע אינפא, אפילו טיילמאל איז עס סתם שטותים און אינפא וואס זיי קוועטשן ארין בדוחק גדול עס זאל געבן א שלעכטן בליק אויף דעם נפטר (נאר כ'האב נישט קיין נערוון זיי צו ברענגען און איבערווייזן די פאלשקייט דערפון).
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63567&cat=1בחדרי חרדים זאגט אז ס'קען זיין אז מ'האט געוואלט בארויבן שטארק
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:04 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:"ועדיין דמו תוסס"... איז ריכטיג אויפן מינוט, אבער נישט פאר א מצבה.
(כאילו מ'פרעגט מיר)
נאך א נקודה - אבער דאס איז שוין נישט נוגע דירקעט דא, וועל איך ממשיך זיין
דא
100% גירעכט.
ועוד, אדער איז נאך דמו תוסס, אדער איז דמינו תוסס בתוכינו. דמו בתוכינו דארף מען שנעל רופן זק"א זיי זאלן אויסווישן...
דאס זעלבע מיט גודל רציחתו, ער האט גמאכט א "גרויסע רציחה"?? אפילו דער פוסט האט אזוינס מורא גהאט צו שרייבן.
במחכת"ה: ס'שטייט "גורל", מיט א ריש. נישט "גודל" מיט א דלת. אפשר איז דער אפטישש'ן שולדיג?

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:09 pm
דורך גנדי
אויף די מציבה שטייט:
... ובאכזריות יצתה נשמתו
וואס טייטשט די ווערטער?
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:24 pm
דורך היימישער ליטוואק
בערלבעלעגלה ,
ביטע קליקט צוריק צום פריערדיגן בלאט, מ'האט מיר שוין פארראכטן. (אפשר ארבייט נישט דיין מויז ?)
גנדי, עיין מה שכתבתי לבערלבעלעגלה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:37 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:41 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:54 pm
דורך berlbalaguleh
הילל האט געשריבן:קודאס צו מרדכי'ן (הועווער הי איז) פאר די אמת'ע פוינטס אין דעם ארטיקל.
סיי די סטיריאטייפ פון מייקעלסאן איז געווען אויף זייער א ביליגן אופן, און סיי ער האט צו גרינג אנגענומען די לשון הרע קעגן מנחם אליין. איך מיין אז נאכ'ן דורכקוקן דעם פעידזש אין
פעיסבוק וואלט ער אויך באקומען אביסל אן אנדערע מיינונג אויף דעם נפטר.
ס'מעגליך אז איך האב נישט גוט פארשטאנען אז דו האסט געגעבן לייכטע קריטיק פאר'ן שרייבער מרדכי לייטסטאון, אז ער האט צו גרינג אנגענומען די לשון הרע אויף מנחם שטארק. דער אמת איז אז ער האט נישט דווקא אנגענומען יענעם אנטיסעמיטישן שרייבער'ס בייזוויליגע מיינונג. ער האט איהם אבער געענטפערט אז אפילו לשיטתו, לו יצוייר אז די אלע זאכן זענען אמת, האט ער אויכעט נישט געהאט קיין רעכט צו באשמוצן א מענטש און א גאנצע קאמיוניטי. פארקערט. ער האט איהם פארדאמט אז איהם בארירט נאר די אזויגערופענע עוולות וועלכע ווערן באגאנגען אקעיגן זיינע גוטע פריינט, און נישט אנדערע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:08 pm
דורך גנדי
היימישער ליטוואק האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:שטייט נישט גודל, ס'שטייט גורל.
בכל אופן איז די נוסח המצבה א שוואכע ארבעט.
כהאב נישט באמערקט. גרעכט. אבער די רציחתו איז נאך אלץ שווער.
אויך, באכזריות יצתה נשמתו (איך האף איך לייען גוט), די נשמה איז ארויסגלאפן מיט טראך אויפן טיר??
אולי '
הוציאו את נשמתו'.
יעצט באמערק די ביסט שוין מעורר.
מיין שאלה איז.
וואס מיינט יצתה? ארויסגעגאנגען? וואלט נישט געדארפט שטיין ׳יצאתה׳ מיט אן אל״ף?
מיינט עס אפשר ׳מיט אכזריות האט מען אונטערגצונדען זיין נשמה׳? האט דאס די שרייבער געמיינט צו מרמז זיין אז מהאט פארברענט חלקים פון זיין קערפער?
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:10 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:בערלבעלעגלה ,
ביטע קליקט צוריק צום פריערדיגן בלאט, מ'האט מיר שוין פארראכטן. (אפשר ארבייט נישט דיין מויז ?)
גנדי, עיין מה שכתבתי לבערלבעלעגלה.
ייש"כ: אפילו מ'האט דיך שוין פארראכטן. אבער נאך א שמיץ פאר דעם זשיד איז אויך ווערט עפעס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:20 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:54 pm
דורך ונבנתה העיר
'יצתה' אהן א אלף איז נישט קיין גרייז, קען זיין עס איז א חילוק צווישן לש”ק און לשון ארמי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 5:13 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:'יצתה' אהן א אלף איז נישט קיין גרייז, קען זיין עס איז א חילוק צווישן לש”ק און לשון ארמי.
אבער וויאזוי זאגט מען בלשון ארמי לשון זכר, יצה?! זיכער נישט. דער ווארט יצא./יצאתה איז א לשה"ק ווארט. אויף אראמיש זאגט מען "נפק/נפקה. אדער, ס'איז דא אן אנדער אויסדרוק אינגאנצן. שבק לן חיים.

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 5:21 pm
דורך ונבנתה העיר
איך ווייס נישט.
למעשה שטייט אין גמ' יצתה נשמתו.