בלאט 1 פון 1

"מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:58 pm
דורך קל וחומר
א טויזענטסטע תגובה!?!

איך מאך זיך נישט צוטוהן!

בין איך משיעבוד צו איינעם?
דארף איך נאכטאנצן און נאכטוהן וואס 'יעדער' טוט?

א פייג!

איך לאז די זאך לויפן.

ביי מיר איז די צוויי טויזענט אכט הונדערט דריי אין פופציגסטע תגובה חשוב!

אבער ס'מיינט נאך נישט אז דארט בינעך יא משיעבוד צו מיין חשיבות.

ווען איך וועל מחליט זיין אז איך וויל שרייבן מיין 'חשובע' תגובה וועל איך עס לאו דווקא שרייבן.

טאמער וועט עס שוין זיין געשריבן איז א סימן אז איך האב עס געשריבן.


א חרוז געמאכט
זיך גוטמוטיג צעלאכט
כ'געב נישט קיין ש*ט
וואס יענער טוט
כ'האב אן אייגן זעהל
כ'בין אן אריגינעל
ס'איז מיין אייגן החלטה
צו פובליצירן אדער השמטה
טייל מיר נישט איין
קריך נישט אין געדערים אריין
רוף עס עצלות
ס'וועט מיר נישט ברענגן עצבות
נאכטוהן יענעם
איז א טערם וואס יעדער קענעם
זיי נישט ברוגז
אבער די מציאות אזוי איז
דיין הלוך ילך איז פונעם ציבור
נישט דיין אייגן חיבור
די שיינקייט פון ארט
איז ווען מ'האט עס נישט ערווארט
ראבאטן ווערן יעדן טאג געבוירן
די געציילטע ארטיסטן ווערן כמעט פארלוירן
אנטפלעק דיין אייגן ארטיסט
וועסטו זעהן ווער באמת דו ביסט!

דא האט איר טויזענט פינטעלעך לכבוד המאורע.

........................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:20 pm
דורך מפוזרי
ס'דא גאנצע טויזנט פּינטלעך? דאכט זיך ס'פעלט איינס.

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 8:49 pm
דורך קל וחומר
צוויי פון די פינטעלעך האבן זיך ארומגעקריגט ווער ס'זאל גיין ערשט (דעי וואך אידעך די אושפיזין פאר מחלוקת), איז געשען א נס און זיי זענען באהאפטן געווארן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:48 pm
דורך א איד
אבער באמת האב איך געקאפיט אלע טויזנט פינטלעך און עס איז טויזנט.

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:55 pm
דורך קל וחומר
דרך אגב דעי טויזענט פינטעלעך האט מיר גענומען אונטער א האלבע מינוט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:56 pm
דורך א איד
פאשרשטענדליך מאכט צען און קאפי פעיסט צען מאל
נאכדעם קאםי די הונדערט און מאך קאםי פעיסט נאך צען מאל

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:33 am
דורך ביליג
א איד האט געשריבן:אבער באמת האב איך געקאפיט אלע טויזנט פינטלעך און עס איז טויזנט.

וויאזי מאכט מען די ווערטער קאונט ?

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 1:30 am
דורך א איד
אין ווארד אונטען דארט ווי דו זעהסט וויפיל ווערטער די דאקומענט האט, גיב דארט א קליק.

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 8:43 am
דורך קל וחומר
א איד האט געשריבן:אבער באמת האב איך געקאפיט אלע טויזנט פינטלעך און עס איז טויזנט.

יעצט באמערק איך אז דו האסט פארלעצט דיין אייגן אונטערשריפט!

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:47 am
דורך א איד
דהיינו?

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 10:27 am
דורך קל וחומר
האסט קאליע געמאכט מפוזרי'ס מעשה מיט אן אמת'ע פאקט...

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 10:51 am
דורך א איד
נו וועט מען דארפן טוישן אדער צולייגן צו די חתימה, אבער פונעם אמת וועל איך זיך נישט בייגן.

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 10:59 am
דורך קל וחומר
[emoji3]

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:08 pm
דורך רימון
'מ'וואלט שוין לאנג געדארפט ווידמען פאסיגע דיבורים לכבוד קל וחומר, זיכער א גלגול פון א הויכער נשמה וואס איז אראפגעשיקט געווארן. נישט אז איך בין דער פאסיגער מאן אפצוגעבן באגריסונגען נאר במקום שאין איש איז רימון אויך א פיש, טראץ וואס שטילע גלייכט נישט קיין מילגרוימען.
דורכאויס די לעצטע צייטן גיט קל גאר אסאך צו צום שטיבל, ער האט זיך דערווארבן אלס איינס פון די אינטעליגענטסטע און מערסט רעספעקטירטע ניקים מיט זיין בא'חנ'טע שפראך און פילע טאלאנט אין הומאר און קונסט,און איז היינט אין גרויס טייל ''דער פנים'' וואס פארעמט דעם אויסקוק פון דאס שטיבל.

Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:24 pm
דורך קל וחומר
דעס פיהלט גוט בלי שום ספק!

שכוח!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:49 pm
דורך שטילע אינגערמאן
/

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 1:02 pm
דורך קל וחומר
רימון האט געשריבן:'מ'וואלט שוין לאנג געדארפט ווידמען פאסיגע דיבורים לכבוד קל וחומר, זיכער א גלגול פון א הויכער נשמה וואס איז אראפגעשיקט געווארן. נישט אז איך בין דער פאסיגער מאן אפצוגעבן באגריסונגען נאר במקום שאין איש איז רימון אויך א פיש, טראץ וואס שטילע גלייכט נישט קיין מילגרוימען.
דורכאויס די לעצטע צייטן גיט קל גאר אסאך צו צום שטיבל, ער האט זיך דערווארבן אלס איינס פון די אינטעליגענטסטע און מערסט רעספעקטירטע ניקים מיט זיין בא'חנ'טע שפראך און פילע טאלאנט אין הומאר און קונסט,און איז היינט אין גרויס טייל ''דער פנים'' וואס פארעמט דעם אויסקוק פון דאס שטיבל.


לידיעה בעלמא:
קל וחומר איז מיין ערשטע ניק דא אין שטיבל כ'בין א נשמה חדשה.
איך בין אהער געקומען בעיקר צו פארבעסערן מיין כתיבה אין אידיש, איך פלעג נישט ליינען קיין אידיש חוץ פון שטערן/שפאקטיוו וכמובן אויף צו אדאפטירן ר ש כהן'ס שריפט דארף מען כמה פעמים נתגלגל ווערן. (כמובן אז איך גלייך שטארק די שרייבווערק פונעם עולם אבער פארדעם ברויך מען נישט קיין ניק) ב"ה אז איך זעה צוביסלעך פארשריט.
פארוואס שרייב איך דאס?
איך האב א ידיד א גאון עצום בנגלה ובנסתר, בחכמה ומדע, קריעוויט און געריבן וכו' ער וואלט געקענט זיין די שטארקסטער ניק וואס איז נאר דא אמאל געווען ווען נישט וואס זיין שוואכע פעדער און ווייניג געדולד צום שרייבן האלטן אים אפ. (הגם וואס ער באזיכט דא כסדר)
לדידיה ולדכותיה האף איך אז דאס וועט געבן א שטיקל שטופ צו אנהייבן שרייבן און אזוי ארום אנטוויקלן א רעלאטיוו גוטע פעדער ויהא בבחינת זה נהנה וזה נהנה.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:05 pm
דורך וואלווי
כשם שיפול מצדך אלף כך רבבה מימינך בקרוב ובנקל!!

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
קל וחומר יו ראק ;

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]קל וחומר[/tag], ס'איז צייט פאר דיין מצוה טענצל!

א געשמאקע אינטעליגענטע ניק פון אלע זייטן. איך האב ליב דיינע תגובות, דעות, הומאר און שפראך. #לאוו אטאקע

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:38 pm
דורך [NAMELESS]
קוים אריינגעקומען
ליכטיגקייט מיטגענומען

וויפיל געלונגענקייט
חשוב'ע פערזענליכקייט
ווערטפול פון יעדע זייט
מח, שכל, ישרות, א קייט
רבי יקרא - אים באגלייט.




מזל טוב [tag]קל וחומר[/tag] לרגל דעם מספר האלף,
כה יתן ה' וכה תוסיף אלף פעמים ככה.