בלאט 1 פון 1

גניבה פארמיטן געווארן אין אלט וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 2:47 pm
דורך zamel
די פארגאנגענע נאכט האט זיך א איד דערוועקט אויף קליימער סט. בערך 3:30 ווי זיין געווענליכע שטייגער צו דינען דעם בוכ"ע אין די פארטאגס שעה'ן, ארויס בליקענדיג פון זיין פענסטער דערזעט ער פלוצים צווי גוים זיך ארום קוקען אויף די גאס אויף אלע זייטן און דערנאך זענען זיי אריין אין וויזניץ'ע ביהמ"ד אויף 6 LEE , דער יונגערמאן האט גלייך גערופן שומרים צו פארציילען וואס ער האט נאר יעצט צוגעזען, שומרים האט גלייך אראפגעשיקט איינע פון זייער געטרייע וואלאניטרען, אנקומענדיג אויפן פלאץ האט שומרים נאך א שנעלע באראטונג ענדערש גערופן די פאליציי און זיי מכבד געווען מיטן אריינגיין אין שיל.

אריינקומענדיג אין שיל האבן די פאליציי געמערקט ווי די גוים ארבייטן אויפצוברעכן די סעיף אין איינע פון די שטיבלעך מיטן ציל צו גנבנען ספרי תורות מיט פארשידענע תשמישי קדושה וואס ליגט דארט באהאלטן.

כלל ישראל האט זיך דערוועקט צופרי מיט די גוטע בשורה אז מען האט פארמיטן די גניבה.

שמועות פורחות אז דאס אינסייד ארבייט אויף דעם וויל איך אנפרעגן דעם עולם וואס האלט דער עולם איז דאס אינטערגעשטעלט? אויב יא פון וועם? וואס איז זיין ציל?? און אזוי ווייטער

פה אלט וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 5:21 pm
דורך NAVY SEAL
זיי האבן לכאורה נישט געהערט די ליינען פון מאנטיג האבן זיי געוואלט אליינס ליינען אבער קוקט אויס זיי האבן זיך געשעמט האבן זיי עס געמוזט טון אינמיטן נאכט........

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 5:52 pm
דורך שמיטה
בילד ווי די פארברעכער ווערט ארעסטירט
קרעדיט JDN

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 5:54 pm
דורך שמיטה
קאפי פון מודעות ארויסגעהאנגן היינט בביהמ"ד וויזניץ אין צוזאמענהאנג מיט'ן געשעעניש

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 8:11 pm
דורך זר זהב
וואלטן זיי געקענט אויפברעכן א סעיף?

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 9:47 pm
דורך zamel
זיידעטשקע האט געשריבן:
zamel האט געשריבן:
שמועות פורחות אז דאס אינסייד ארבייט אויף דעם וויל איך אנפרעגן דעם עולם וואס האלט דער עולם איז דאס אינטערגעשטעלט? אויב יא פון וועם? וואס איז זיין ציל?? און אזוי ווייטער

וואס זענען די שמיעות פורחות???

איך בין זייער נייגעריג וואס דיין ציל מיט דיזען תגובה איז?

מענטשען טענ'ן אז עס איז אן אינסייד דזשאב וואס דאס קען מיינען צוויי וועגן אדער האבן זיי געוואלט צופיקסן וויזניץ אדער גאר האבן זיי עס געוואלט פארקויפן פאר גיט געלט, און פאסיבל אז יד ישראל באמצע.
און זאג מיר געדענקסט אפשר וואס עס איז פארגעגאנגען ביי ר' יחזקאל ראטה שול צוויי יאר צירוק לג בעומר?
ווי אזוי האט מען צירוק באקומען די ספרים דארט??

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:41 pm
דורך דבילה
וואס עפעס זאלן גוים זוכן צו גנב'ענען ספרי תורה? האט עם דען די גלח געשיקט? אפשר גאר די פויבסט אליין? אתמהה!

די אלע "גוים" ספרי תורה גנבים האבן אונטער זיך אידישע שיקערס. ווארטס נאר ביז די שקצים גיסן אויס די בונדלעך און אלע טשאדזשעס ווערן פלוצלינג נעלם...

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:00 pm
דורך zamel
זר זהב האט געשריבן:וואלטן זיי געקענט אויפברעכן א סעיף?

מבינים געבן איבער אז א סעיף נעמט ווייניגער ווי א האלבע שעה אויף צו ברעכן אויב ווייסט מען פונקטליך ווי צי דריללען.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:30 pm
דורך פראבירן
אפשר פינף מינוט, ס'איז דריי פלעצער ווי מען דארף אריין דרילן.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:47 pm
דורך זר זהב
א דאנק....