בלאט 1 פון 3

איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 7:01 pm
דורך מיש-נייעס
היות עס זענען באקאנטע פיגורן וועל איך נישט פורש בשמם זיין נאר גיין צום ווייטאגליכן ענין מיט פיקטיווע נעמען:

מעשה שהיה כך היה: ראובן האט זיך פארגליסט אין א פרוי און איר איבערגערעדט צו האבן שייכות מיט איהם, עס איז צושטאנד געקומען, אבער... עס איז געטון געווארן אויף א אומפרעפעסיניאלער אופן, אזש מען האט איהם געכאפט.
האלט קאפ! א מאנספערזאן וואס טוט א עבירה מיט אפילו מיט אן אשת איש איז נישט אסור פאר זיין ווייב, ער קען ווייטער בלייבן א געטרייע מאן פאר זיין ווייב און א גוטע טאטע פאר זיינע קינדער.
זענען געקומען עסקנים רוצחים און איהם אפגעטיילט פון זיין ווייב, אפגעטיילט פון די קינדער, וואס דאס האט נישט קיין שום מקור און קיין שום ענין, אויסער די איגאו פון די עסקנים זיי זאלן קענען ווייזן: ביי אונז פאסירט נישט אזא זאך! פון אונזער לאנגע נאז האט זיך קיינער נאכנישט ארויסגעדרייט! און על לא דבר צובראכן א שטוב, גע'הרג'עט א שיינע בליענדע משפחה, די יונגערמאן, די פרנסה, די ווייב די קינדער אלעס איז געגאנגן א גאנג ה"י, און די ריכטיגע תוצאות וועלן מיר נאר ריכטיג זענען אין די קומענדיגע גענעראציע!

מעשה שהיה כך היה: שמעון האט זיך פארגליסט אין א פרוי וואס איז געווען פארהייראט און איר איבערגערעדט צו האבן שייכות מיט איהם, עס איז צושטאנד געקומען, אבער עס איז געטון געווארן אויף א אומפרעפעסיניאלער אופן אזש מען האט איהם געכאפט, האלט קאפ א מאנספערזאן וואס טוט א עבירה מיט אן אשת איש איז נישט אסור פאר זיין ווייב, ער קען ווייטער בלייבן א געטרייע מאן פאר זיין ווייב און א גוטע טאטע פאר זיינע קינדער, א פרוי וואס איז פארהייראט און זי האט שייכות מיט א צווייטע מאן איז אסור פאר איז מאן, און זי מוז זיך גט'ן.
איז יעצט צושטערט געווארן א שטוב וואס על פי דין תורה מוז מען אזוי טאן, די פרוי מוז זיך אפ'גט'ן פון איר מאן און צוברעכן די שטוב

אבער היות שמעון איז א קנאקער, איז קיין שום שריט נישט גענומען געווארן קעגען איהם, מען האט איהם נישט פארפאלגט, נישט מקפח געווען זיין פרנסה, נישט אפגעטיילט פון זיינע קינדער, נאר עולם כמנהגו נוהג

און דאס איז וואס איך וויל וויסן נישט פארוואס מען האט זיך נישט גענומען איבער שמעון, נאר אויב מען קען (בהסכמת הרבנים...) פארשווייגן א מעשה, פארוואס האט מען עס נישט געטון ביי ראובנ'ן? ווייל ער איז נישט אזא קנאקער מעג מען איהם אויסטרינקן דאס בלוט?

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 7:11 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
גוט מארגן אמריקא

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 11:57 pm
דורך א איד
מיין שאילה איז, פארוואס האסטו זיך יעצט דערמאנט, דאס איז דאך מעשים בכל יום, אז דער קנאקערס בלוט איז רויטער...

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 11:58 pm
דורך berlbalaguleh
מיש נייעס: איך גיי נישט אריין אין די עפיזאדן וועלכע זענען יא, אדער ניש געשעהן פונקטליך אזוי ווי דו פארציילסט עס. נאר סתם א זייטיגע באמערקונג. אז עפ"י רוב זענען די עסקנים און שטארקע קנאקערס אליינס די בעלי עבירה. ווייל אונז ווייסן פון דעם כלל..."אין בודקין מן המזבח ולמעלה"...איך מיין צו זאגן אז די אטענשן פונ'ם ציבור איז אראפגענומען פון זיי ווייל זיי זענען די הויפט שוויצערס און קנאים. אויך האט מען מורא ארויסצורעדן א שלעכט ווארט אקעיגן זיי... כמעשה הידוע עם העסקן הידוע...! (אייגנטליך 2 מעשיות מיט 2 באזונדערע עסקנים.)

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:29 pm
דורך אייז קריעם
פארוואס ביסטו נישט פורס בשמו פון יענעם עסקן?

אז די ווילסט טאקע מאכן א דיפערענס דארפטו מפרסם זיין.

זמרי בן תלוא איז אויך געווען א עסקן און פנחס האט אים אוועקגעלייגט.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:57 pm
דורך berlbalaguleh
אייז קריעם: אויב דו רעדסט צו מיר. איך בין נישט פנחס. איך האב נישט די פראטעקשן פון הימל. אז איך וועל ארויפלייגן זייערע נעמען וועל איך דארפן קויפן נייע און בעסערע אינשורענס אויף די שויבן פון מיינע פענצטערס. און נייע רעדלעך אויף מיין קאר...! צו א טייערע פרייז צו באצאלן ווייל ס'איז דא א פאר יענטעס צווישן אונז...! אויב דו האלטסט מיט די אידישע פאליטיק פאר די לעצטע 30 יאר וואלסטו אויכעט געוואוסט. נאר אפשר ביסטו נאך דאמאלס געווען א קליין יונגל...!

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 3:51 pm
דורך חקרן
אבי געהאקט... מען פירט זיך אויף צום קנאקער פונקט ווי צום פשוטער מענטש - עכ"פ אין די סארט ענינים.

יתכן אז דער עסקן קען מער גנב'ענען, קען מער דרייען וועלטן, אבער אין דעם סאבדזשעקט האבן מענטשן אן ענטפינדליכקייט... מעשים בכל יום ווי עסקנים ווערן אוועקגעלייגט און נישט געשוינט.

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 3:58 pm
דורך קל וחומר
איך ווייס פון א מעשה וואס איז פארגעקומען ארום צעהן יאר צוריק מיט א שומרים מעמבער וואס האט גענומען א פרוי פאר א היטש וומס"ב-ב"פ און איז געפארן מיט איר צו א פארשטופט געסל ערגעץ און איר פרובירט מפתה זיין, ווען ער האט געזען אז זי האלט נישט דערביי האט ער ארויסגענומען א מעסער און איר געסטראשעט, זי האט זיך ווידערגעשטעלט און ארויס מיט א טיעפע שניט אין האנט.
חברת שומרים האבן זיך דערוואוסט אז דער נואף איז א זייעריגס און האבן פארוואסערט דעם גאנצן מעשה, יענער האט אפילו נישט געדארפט צאלן מיט בושות.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 4:03 pm
דורך חקרן
איך געדענק יענע מעשה. דוכט זיך אז יענעם האט מען קיינמאל נישט געכאפט און מען ווייסט נישט ווער דאס איז. ס'איז פאראן א סקיצע פון יענעם און מען קען עס נאך אלס געפינען אויף די אינטערנעט. מעולם לא שמעתי אז מען ווייסט ווער ס'איז און מען האט עס פארוואסערט. דאס איז איינמאל זיכער אז אויב ס'וואלט געווען א שומרים מעמבער, וואלט יענער שוין נישט געארבעט פאר זיי.

דאס איז אויך אמאל זיכער אז אין 2017 וואלט עס נישט געקענט פארקומען.

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 4:14 pm
דורך קל וחומר
יא, אין גאס הייסט עס אז מ'ווייסט נישט, אבער כפי ידיעתי ווייסן די משפחה פון די נרדפת ווער דאס איז.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 4:18 pm
דורך חקרן
כ'גלייב נישט אז זיי וואלטן געזעצן שטיל.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 4:18 pm
דורך איסר האטלקי
חקרן האט געשריבן:אבי געהאקט... מען פירט זיך אויף צום קנאקער פונקט ווי צום פשוטער מענטש - עכ"פ אין די סארט ענינים.

יתכן אז דער עסקן קען מער גנב'ענען, קען מער דרייען וועלטן, אבער אין דעם סאבדזשעקט האבן מענטשן אן ענטפינדליכקייט... מעשים בכל יום ווי עסקנים ווערן אוועקגעלייגט און נישט געשוינט.

דו זאגסט פאקטן? פאר פינף וואכן צוריק איז די מעשה פארגעקומען אין וויליאמסבורג, פארוואס שווייגט מען?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 4:38 pm
דורך אישתישבי
דער וואס ווייסט, ווייסט אז עס הייבט זיך נישט אהן און לאזט זיך נישט אויס, קיינער גט נישט זיין ווייב וויל ער האט מזנה געוועהן, און אפילו א פרוי וואס איז מזנה, גט זיך נישט היינטיגע צייטען.

דער מעשיות זענען הוילע דמיונות.

אבער דאס אז פארשידענע מענטשן באקומען אנדערע טריטמענט ווי אנדערע איז אמת, לאו דוקא עסקנים, פאפולערע מענטשן באקומען געווענליך בעסערע טריטמענט. אסאך מאל זענען פאפולערע מענטשן עסקנים.

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 6:46 pm
דורך דעת תורה
איש תשבי וואס הייסט מ'גט זיך נישט היינטיגע צייטן? תורה חדשה מאתך תצא?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 7:47 pm
דורך יודישע שרייבער
דעת תורה האט געשריבן:איש תשבי וואס הייסט מ'גט זיך נישט היינטיגע צייטן? תורה חדשה מאתך תצא?

למעשה ולא להלכה...

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 7:53 pm
דורך איסר האטלקי
פארהאן פילע פרויען וועלכע פארלאנגן א גט נאכדעם וואס דער מאן איז געכאפט געווארן ביי די מעשה. איך ווייס פון צוויי פעלער וואס האבן זיך געענדיגט מיט א גט.
און אט אזוי איז אויך געווען ביי די 'קנאקער' מעשה מיט צוויי חדשים צוריק, איר מאן האט איר אפגעלאזט.

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 9:38 pm
דורך גראף
דעת תורה האט געשריבן:איש תשבי וואס הייסט מ'גט זיך נישט היינטיגע צייטן? תורה חדשה מאתך תצא?

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:17 am
דורך יהושע חיים
דעת תורה האט געשריבן:איש תשבי וואס הייסט מ'גט זיך נישט היינטיגע צייטן? תורה חדשה מאתך תצא?

מען זאגט דער מאן זאל נישט גלייבן (וויאזוי דאס ארבעט ווען ער גלייבט למעשה יא ווייס איך נישט)

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:40 am
דורך איסר האטלקי
און אויב האט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט איז אויך נישט קיין איסור לויט געוויסע דיינים. זיי האלטן אז עס איז א דין וואס האט מער מיט בין אדם לחבירו. די תורה לאזט דיר נישט צונעמען יענעם'ס א זאך. לויט ווי חיים שולזאון שרייבט האט דאס הרב וואזנער זצ"ל גע'פסק'נט אמאל.

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:42 am
דורך דעת תורה
שטויות לכאורה

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 2:24 am
דורך איך אויך
כ'מיין ביי די 'פעדער מדריך הכלות' פרשה האט ער אזוי ג'פסקנט, אדער אפשר איז דער היתר געווען געבויט אז עס איז געווען בלי רצונם.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 8:27 am
דורך [NAMELESS]
וואס גייט פאר?

Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 9:16 am
דורך דעת תורה
דארט איז דאך געווען גאר עפעס אנדערש. דער - גאנץ מחודש'דיגער - היתר איז געווען ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין שום כוונת מעילה, ובעינן ומעלה בו מעל, וליכא. אבער נישט וועגן דעם מאן'ס נישט קפידה.