בלאט 1 פון 2
טראמפ ביים כותל
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:21 am
דורך מיש-נייעס
טראמפ וועט גיין צום כותל אבער נישט אלץ א חלק פון מדינת ישראל טערעטאריע,
ער וועט גיין באזיכן ביים כותל אבער אן די באטייליגונג פון די ישראלי'שע פאליטיקאנטן
וואס דאס ברענגט אויף ווייטאג ביי די ישראלים ווי פולע פאליטיקאנטן האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט אנטיילנעמען און די אויפנאמע פאר'ן פרעזידענט
נאך א קאנטעווערסיע וועגן כותל איז אז היות ער קומט מיט זיין "ארטאדאקסישע טאכטער איוואנקא" און אויב זי וועט אריינגיין אין די מענער זייט קען עס שטארקן די וואס ווילן צוברעכן די גדרי הצניעות ביים כותל
נאך איבער דעם נושא וועט פארזעצן בקרוב
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:23 am
דורך מיש-נייעס
טראמפ ביים כותל
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:23 am
דורך סמבטיון
ביזט אביסעל שפעט.. איוואנקע איז שוין געווען ביים כותל אין טאקע אויף די פרויען זייט
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:24 am
דורך מיש-נייעס
איוואנקא ביים כותל
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:49 am
דורך [NAMELESS]
וויפיל האט איוואנקא'ס קאפל געקאסט?
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:57 am
דורך [NAMELESS]
די אראבער זענען דאכצעך אלעמאל געווען אנטקעגן די מחיצה, הייסט עס אז דאס וואס משפחת טראמפ האבן יא אנערקענט די מחיצה (פוירסט לעדי מעלאניע איז אויך געגאנגען צו די פרויען זייט) איז דאך לכאורה אנטקעגן די אראבישע בעלות אויכעט, ניין?
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:58 am
דורך מיש-נייעס
ווי איז דער בילד ביי די מענער זייט אדער פרויען זייט?
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:59 am
דורך [NAMELESS]
מיש-נייעס האט געשריבן:ווי איז דער בילד ביי די מענער זייט אדער פרויען זייט?
קוקט אויס רחבת הכותל.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:59 am
דורך מיש-נייעס
בן אדם האט געשריבן:וויפיל האט איוואנקא'ס קאפל געקאסט?
עס האט געקאסט א שמייכל...
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:00 am
דורך מיר'ער בחור
מיש-נייעס האט געשריבן:ווי איז דער בילד ביי די מענער זייט אדער פרויען זייט?
די בילד וואס דו האסט געברענגט איז אויבן ביי די רחבה.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:04 am
דורך [NAMELESS]
די רעביצין מיט די שוויגער ביים עזרת נשים.

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:14 am
דורך מיש-נייעס
טראמפ מיט'ן פורסט ליידי זענען געגאנכן צום קרייציגער'ס באגרעגעניש ארט
איוואנקה איז נישט מיטגעגאנגן
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:16 am
דורך ליפא
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:25 am
דורך ליפא
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:30 am
דורך [NAMELESS]
ווער זענען די אנדערע צוויי פרויען?
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:32 am
דורך מיש-נייעס
איך בין נייגעריג וואס ער האט געשריבן אין זיין קוויטל ביים כותל
אבאמא'ס קוויטל אין כותל איז פארעפענטליך געווארן בימים ההם, ער שרייבט זייער א שיינע תפילה
ער בעט פאר זיך און פאר זיין משפחה, ער בעט אז דער אויבישטער זאל איהם פארגעבן זיינע זינד
היט מיך פון די עבירה פון גאווה, און העלף איך זאל זיין א כלי פאר דיין רצון
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:35 am
דורך מיש-נייעס
דער קוויטל פון אובמה איז געפינען געווארן דורך א בחור וואס איז דארט געווען בשעת מעשה (אובמה איז נאכנישט געווען פריזידענט דעמלטס) און האט עס איבערגעגעבן פאר די נייעס סטאנציעס
עס האט בשעתו ארויסגערופן גרויס שטורעם היתכן מען פאבליצירט יענעמ'ס פריווייטע בריוו, עס איז פארדאמט געווארן דורך די רב הכותל און פולע אנדערע פאליטיקאנטן
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:38 am
דורך מיש-נייעס
בן אדם האט געשריבן:ווער זענען די אנדערע צוויי פרויען?
מסתם די רב הכותל'ס ווייב און די ווייב פון די ראש וועד קרן מורשת הכותל
זיי צוויי זעהט מען מיט'ן פרעזידענט
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 1:46 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג האט געשריבן:די אראבער זענען דאכצעך אלעמאל געווען אנטקעגן די מחיצה, הייסט עס אז דאס וואס משפחת טראמפ האבן יא אנערקענט די מחיצה (פוירסט לעדי מעלאניע איז אויך געגאנגען צו די פרויען זייט) איז דאך לכאורה אנטקעגן די אראבישע בעלות אויכעט, ניין?
ריכטיג: סאטמאר איז אויכעט אקעיגן גיין צום כותל. נאר יעצט אז אמעריקע טוט אויכעט נישט אנערקענען אין די בעלות פון די ציונים. וועללן שוין אונז ערליכע אידן. די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני קענען גיין צום כותל. מ'שמועסט נאך אז די עכט ערליכע אידן ונטורי חרתא בתוכם וויללן ארויסנעמען פאספארטן פון די פאלעסטינער אויטאריטי. אונטערגעשריבן דורכ'ן חסיד אומות העולם, דער פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס ירום הודו...!
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 2:08 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ביבי האט מען נישט געלאזט מיט קומען?
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 3:55 pm
דורך כלבאשבוע
איוואנקא האט געלאזט טרערן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-aVsZ2ncg8k[/youtube]
Re: טראמפ ביים כותל
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 9:09 pm
דורך גר ותושב
איין זאך איז מיר נישט קלאר אלס גוי אויב זוכט ער צו גיין אויפן מקום קדוש וואס איז ער נישט ארויף אויפן הר הבית אליינס
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 9:14 pm
דורך מיש-נייעס
גר ותושב האט געשריבן:איין זאך איז מיר נישט קלאר אלס גוי אויב זוכט ער צו גיין אויפן מקום קדוש וואס איז ער נישט ארויף אויפן הר הבית אליינס
דו פרעגסט עס פאר א דזשויק אדער ערענסט... איך מיין ער איז דאך געגאנגן שלום מאכן, נישט מאכן נאך א אינטעפאדא