'ובחרת בחיים' אינעם וועקער.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
'ובחרת בחיים' אינעם וועקער.
[justify]איינס פון די זאכן וואס כאב ליב פונעם וועקער אז עס איז דיווערספעייד. איינער קען שרייבן קעגן ציונית און דער צווייטער לשבחו פון הרב קוק ז"ל. איך ליין יעדעם נומער מיט גרויס דארשט און הנאה. אבער ביי די יעצטיגער נומער קען איך זאגן אז צום ערשטן בין איך געקומען צו א גיעול נפש. איך האב הנאה אז ראובן האט דאס אריינגעשטעלט צו ווייזן נאטראלקייט, אבער דער 'ובחרת בחיים' ארטיקל מיט דעם 'ענטפער אראפצורייסן הרב קוק' איז פחדים נוראים.
איך וועל איבערלאזן פאר הרב 'יוסף אלבוים' מיט 'ליטוואק' זיך צו ספראווענען מיט משה לעבאוויטש און משה חזן. איך האלט אז הרב יוסף אלבוים מיט ליטוואק האבן געטון גאר א גוטן דזשאב מיט זייערע ארטיקלען, און זיי דארפן נישט מיין הילף. אבער איך מוז זאגן אפאר הערות פאר משה לעבאוויטש און משה חזן.
קודם כל, עס איז ממש אן השגחה פרטיות אז יצחק לאווי האט געשריבן א מאמר די וואך. און איך וואלט זייער געראטן פאר חזן און לעבאוויטש צו ליינען זיין מאמר. עס איז ממש ווי א הענטשוך אויף א האנט-תשובה צום מאמר ובחרת בחיים. הרב לעבאוויטש פראבירט איבער צו לעבן היסטאריע און חסידות לויט זיין היסטאריאזאפיע. און איך בין ממש שטוינד וויאזוי לעבאוויטש האט אזוי קרום אפגעלערנט אלבוימ'ס ארטיקל. לעבאוויטש'ס שטערבליכן טעות אין לויף פון זיין ארטיקל איז כאילו אלובים וויל זאגן אז עס איז נישט דא קיין בחירה כלל וכלל, עד כדי כך אז דער רמב"ם פסק'נט בפירוש אז עס איז נישטא קיין בחירה. לעבאוויטש'ס סארקאזאם לויטעט, אז דער רמב"ם האט בכלל נישט געשריבן די י"ג עקרים, און דאס איז איינער פון די טעותים פון אלבוים. ביי די נקודה האב איך געשפירט אז לעבאוויטש איז סתם דא פאר ליצנות. אלבוים האט דאס געשריבן וויבאלד עס איז אנגענומען אין די וועלט אז דער רמב"ם האט פארפאסט די אני מאמין'ס. לפיכך אין כאן טעות אלא דברא כלשון בני אדם.
בקוצר אמרים. לעבאוויטש קלעימט, אז עס איז דא א פולקאמע בחירה, און ווי ער איז מברר זענען דא געוויסע גדולי ישראל וואס האבן געוואלט פארענפערן די באקאנטע סתירה פון ידיעה ובחירה, אז גאט האט טאקע בכלל נישט קיין ידיעה אין א מענטשנס בחירה. בעפאר איך גיי ווייטער צריך להבין, פארוואס איז דאס מער מובן און ווייניגער האר-אויפשטעלענד ווי צו זאגן אז עס איז דא קיין בחירה? קען מען דען זאגן אז גאט האט נישט קיין ידיעה? אפילו דו האסט זייער שיין מסביר געווען אז די הגבלה איז מרצונו הטוב, און לאמיר זאגן אז דו פארשטייסט וואס דאס מיינט, פארוואס איז מער מסתבר די ערווענטער שיטת גדולי ישראל, ווי צו טייטשן אז למעשה האבן מענטשן נישט קיין בחירה?
לאמיר פראבירן צו ברענגן שלוה צו מיין צערענדע רעאקציע צו לעבאוויטש'ס טפשות'דיגע ארטיקל מיט די פאלגאנדע רייד: קיין שום מענטש אויף דער כדור העולם האט נאכנישט געלייזט דעם קשיא פון ידיעה ובחירה. קיינער בעפאר, און קיינער אין די עתיד וועט דאס נישט מסוגל זיין צו פארשטיין. נישט אלבוים און נישט דער רמב"ם און נישט דער רמב"ן אא"וו האבן געהאלטן אז עס איז יא דא א בחירה, און נישט אלבוים און נישט דער רמב"ם און נישט דער רמב"ן האבן געהאלטן אז עס נישט דא א בחירה. אלעס וואס אלבוים האט מברר געווען איז אבזערוואציעס. אלעס וואס דער רמב"ם שרייבט איז אבזערוואציעס און טעאריעס לכאן ולכאן. צו זאגן אז עס איז דא א בחירה איז דא א מים שאין סוף מיט קשיות, און אויף דעם האט אלבוים מברר געווען אז יתכן לומר בדרך דרוש, פשט, וחסידות אז בחירה איז נישט אזוי פשוט. און לעבאוויטש בא לומר בדרך דרוש, פשט, וחסידות אז בחירה איז יא מער פשוט. איינער האט מסביר געווען איין צד פון די מטבע און א צווייטער דער אנדערע זייט, מה כל הרעש?
דער ארטיקל פון לעבוויטש איז עפעס וואס יעדער חדר יונגעל וואקסט אויף. עס איז יא דא בחירה טראץ די קשיות. מ'פרעגט נישט, און מפרעגט יא, לויט גדולי ישראל, ווייסט נישט גאט וואס א מענטש גייט מחליט זיין. וכו' וכו'. אבער טראץ די אלע שיינע תורות שניידט די 'ידיעה בחירה' מיט הייסע נעגל אין די נפש וואס ברימט און וויינט פאר אן ענטפער. יא איך גלייב אז איך האב א בחירה, אבער וויאזוי קען דאס זיין, גאט ווייסט אלעס. אפילו עס איז דא הגבלה, אבער עס איז אוממעגליך צו זאגן אז גאט ווייסט נישט. איז געקומען אלבוים, און האט הערליך מברר געווען א געדאנק וואס מטרעפט אין אן א שיעור חסידישיע ספרים אז דער גאנצער וועלט איז איין שטיק אלוקית. און מען קען זיצן א גאנצע נאכט און ברענגן אן א שיעור מאמרים און ראיות אז עס איז כמעט נישט דא קיין בחירה ווייל אלעס איז געטליך. איך ווייס נישט וואס לעבאוויטש וועט טון מיט "שיתוף למעשה בראשית". לדעתו רחמנא ליצלן מהאי ידיעה.
ואחרון, חם לבי בקרבי, אויף די גאר קורצזיכטיגער באמערקונגען פון לעבאוויטש ווי ער לייגט אראפ רבי צדוק הכהן מלובלין ווי א ראדיקאל וואס האט באלאנגט צו א ראדיקאלע עקסטרים אינערהאלב חסידות. איך וויל נאר פארשטיין אויב לשיטת לעבאוויטש, איז די ראדיקאליזם פון רבי צדוק געווען מער ראדיקאל וויאזוי די גאנצע וועלט האט אנגעקוקט חסידים בדרך בכלל. די גאנצע רעיון החסידות איז געווען ראדיקאל. אצינד, קומט לעבאוויטש און זאגן אז רבי צדוק איז געווען עפעס א פוילישער רעדיקעל. וואספארא געמיינע טפשות איז דאס צו זאגן. רבי צדוק איז געווען פון די שענסטע חסידישע רבי'ס. און בדרך אגב די שיטה פון רבי צדוק מאכט אסאך מער סענס פאר יעדער ראציאנאלישער מענטש. ווען מען צונעמט די צדדים און ראיות לכאן ולכאן, איז אסאך מער פשוט און מסתבר לומר אז אלעס וואס פאסירט לטב ובין למוטב איז גאט, ווי צו זאגן אז גאט ווייסט נישט.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פרייוויליג: איך האב נאכנישט אויספיעט צו ליינען דעם נייעם וועקער #11. וואס איך האף צו טון גאר בקרוב, אי"ה. אויך, מיך אינטרעסירט נישט די גאנצע פילאזאפישע שקלא וטריא פון וואס לעבאוויטש האלט יא אדער נישט. מיך אינטרעסירט נאר איין זאך. אויב ער באשמוצט הרב קוק אזוי ווי דער דרך פון די שמוציגע, אומוויסנדע פוחזים וריקים. דאמאלס קען מען נעמען זיין גאנצע תורה מיט איהם צוזאמען און זיי אראפפלאשן אין סוער...!
ס'איז בלי ספק אז ביי הרב קוק זצ"ל איז געווען א דיכאטאמיע (Dychotomy). פון איין זייט איז ער געווען אן גאון און א צדיק. אן איש אמת און ירא שמים. אבער ער האט דאך געזאגט און געטון געוויסע מאמרים און מעשים וועלכע זענען געווען קאנטראווערסיאל. און מ'האט עס געקענט אפטייטשן אויף פארשידענע וועגן. איז זיינע שונאים האבן צוליעב קנאה און שנאה און סתם בורות, אנשטאט זיך מעמיק זיין אין זיינע ווערטער און זיך דערגרונטעווען דעם אמת, האבן זיי געהאט א תירוץ איהם צו רודפ'ן און באשמוצן און אוועקנעמען זיין צידקות. און איהם מאכן אויסזעהן ווי א רשע, אפיקורס, כופר בעיקר, ח"ו...!

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
נאך נישט דורך געטון ביז צום סוף לעבאוויטש'ס ארטיקל, אבער פון זיין עטיטוד און מיינדסעט קומט אויס אז ער שטעלט אוועק זיינע טענות כאילו אלבוים איז יעצט געבוירן געווארן און לערנט אפ טעותים אין סידור און דארט שטעקט אלבוים'ס טעותים, און לאמיר זאגען אויב ער וואלט גענוצט א בלוי פען בשעת'ן שרייבען אנשטאט א שווארצן וואלט נישט געווען קיין ארטיקעל. ק'מאן, ארגיו רעספעקטפולי טו דע פאונט, און לאז אויפ'ן זייט די זאכען וואס באלאנגען אויפ'ן זייט.
לעצם הענין, האב איך נישט בפני די לעצטע וועקער אויפ'ן מינוט כדי צירוק נאכצוקוקען אלבוים'ס מראה מקומות'ס, אבער די של"ה אין חלק א' זאגט גאנץ קלאר כדברי אלבוים בענין ידיעה ובחירה אז ס'איז די רצון און מציאות ה' (וואס זענען היינו הך עיי"ש שיטתו) אין די חלק הרע.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: 'ובחרת בחיים' אינעם וועקער.
איך שטופ אפ געווענדליך די טיפערע מאמרים אין דער וועקער אויף שפעטער, אבער פרייוויליג האט מיר מעורר געווען דורכצוליינען די מאמר.
מה נאמר ומה נדבר. איך האב געמיינט אז הוגה׳ס ארטיקל איז נאר דער ערשטע טריט, די בעיסיק נקודה פון די חידוש פון חסידות, וואס אויף דעם דארף מען בויען די טיפערע נקודות און פארשטאנד פון די מקורות. דערוויל זעי איך אז מיט אלע מראה מקומות האט הרב לעבאוויטש נישט אנגעהויבען צו כאפען די נקודה פון וואס מ׳רעדען דא.
א פשוט׳ער מענטש, ביים עסען מצה ליל פסח, טראכט צו זיך אז ער פאלגט יעצט וואס אידען טוהן ליל הסדר צו עסען מצה. איינער מיט אביסל א גרעסערע נשמה, ווייסט אז ער פאלגט א מצוה, א באפויל פון זיין באשעפער. די סבה פארוואס ער טוט עס, איז אויסצופיהלען וואס מ׳האט איהם געהייסען. איינער וואס טראכט מער און זעט טיפער, נעמט זיך באטראכטען די זכר ליציאת מצרים דערפון. און איינער וואס זעט מער, קען אריין טראכטען די פנימיות המצוה ביז צו די קליינע אותיות פון קבלה, וואס איז אויך א חכמה פון פרטים און פרטי פרטים פון אלע חלקים פון דער וועלט.
דאס איז אלס למטה מן השמש. די מכוון פון קבלה איז ארויף צו הייבען די געדאנקען ביז צו א העכער עולם, פון עשייה צו יצירה. א העכערע מענטש קען גייען ביז בריאה. אלע טריטען זענען נענטער און נענטער צום יסוד הצמצום, וואס דארט איז שוין פארווערט פון סיי וועלכע נברא (צו זאגאר נאצל) אריינצוטראכטען.
די זיינען אלע מהלכים אין עבודה, וועגען אין די געדאנקסגאנג פון דער מענטש צו באגייען די עבודה. דער גראבען פויער וואס ווייסט נישט מער ווי עסען מצה ווייל אזוי טוהן אידען, איז נישט סותר די מציאות פון די העכערקייט פון די מצוה. ער ווייסט נאר נישט דערפון. און אפילו ווען איינער ווייסט פון העכערס, איז עס לאו דוקא א חלק פון זיין עבודה, זיין מאטיוו פון עסען מצה איז נאכאלס א פשוט׳ער. ווען א מענטש וויל הייבען זיין עבודה, מוז ער אויך הייבען זיין פארשטאנד. דער פארשטאנד איז נישט קיין נושא פאר זיך (ולהעיר מדברי הבית הלוי פרשת כי תשא), נאר א וועג צו הייבען די עבודה שבלב פון זיין מצוות.
חסידות האט געזאלט הייבען די געדאנקען פון די עבודות צו העכער און העכער, ביז נענטער צום צמצום ווי פאר זיי. פאר די עבודה האט מען באטראכט די אייניגקייט פון גאט׳ס בריאה, נישט ווייל זיי האבען אנטדעקט אז דאס איז אמת, נאר ווייל זיי האבען געטראפען אן עבודה דערמיט.
דער גאנצע ארטיקל פון לעבאוויטש זעט זיך יעצט אויס איין שטיק nitpicking, נישט נאר ווען ער דינגט זיך אויף די גענויער לשון פון א מאמר חז"ל, צו די מקור פון די אני מאמין׳ס, נאר די גאנצע זאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואלווי האט געשריבן:העי ליטוואק, נאך אזא שיעור און חסידות פליז שיק אונז א קליפ ווי די עסט מצות...
ביים אמת'ער עובד ה', וועסטו גארנישט באמערקען. ער עסט ווי יעדעם (אפשר זענען זיין מצות אביסל שווארצער ווי א צווייטענס). דאס פאסירט אלס אין זיין געדאנקען און בלויז דארט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:העי ליטוואק, נאך אזא שיעור און חסידות פליז שיק אונז א קליפ ווי די עסט מצות...
וואלווי: פון ברוך אומר ועושה ביז ברוך גוזר ומקיים איז נאך דא א שטיקל מהלך...!
חיים גראדע ברענגט א מעשה פון איינעם אין די ליטא וואס ער האטציך געהאלטן פאר א לעכעוויטשער חסיד. און ווען ער האט גערעדט פונ'ם רעבי'ן פון לעכעוויטש האט ער זיך פארגלאצט די אויגן און גערעדט בהתלהבות יתירה. אבער ווען ס'איז געקומען צו מקיים זיין מצות לולב האט ער געשקאלט מיט א צווייטנ'ס ארבע מינים. און געשאקלט גאנץ קאלט און שנעל. אפגעשאקלט און געגאנגען ווייטער...!
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:העי ליטוואק, נאך אזא שיעור און חסידות פליז שיק אונז א קליפ ווי די עסט מצות...
וואלווי: פון ברוך אומר ועושה ביז ברוך גוזר ומקיים איז נאך דא א שטיקל מהלך...!
חיים גראדע ברענגט א מעשה פון איינעם אין די ליטא וואס ער האטציך געהאלטן פאר א לעכעוויטשער חסיד. און ווען ער האט גערעדט פונ'ם רעבי'ן פון לעכעוויטש האט ער זיך פארגלאצט די אויגן און גערעדט בהתלהבות יתירה. אבער ווען ס'איז געקומען צו מקיים זיין מצות לולב האט ער געשקאלט מיט א צווייטנ'ס ארבע מינים. און געשאקלט גאנץ קאלט און שנעל. אפגעשאקלט און געגאנגען ווייטער...!
וואס פארגלייכסטו א טרוקענעם לולב צו פרישע מצות ווען מ'איז אויסגעהונגערט נאכ'ן מרבה זיין בסיפור עד חצי הלילה. הגם ליטוואק דינייד אז מ'זעט עפעס אן עבודה דארט אין לעקוואד, אבער ווי אזוי זאגט מען אין ישיבהשפראך, "אבער פארט"...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי: דאס איז אן הבהרה. (פון די טייפ וואס הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו פלעגט ארויסגעבן פון צייט צו צייט. (שמעקעדיג אלערט..
אשר שמעון וואלף אויך...).
איך האב ח"ו נישט געמיינט ליטוואק מיט די מעשה'לע וואס איך האב געברענגט. כ'האב נאר גערעדט בכלליות... איך בין זיכער אז ליטוואק גיט אין מקוה פאר'ן סדר. און טוציך אן א שטריימל און בעקישע אונטער דעם ווייסן קיטל. כדי די קליינע און גרויסע קינדער זאללן פרעגן..."מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות"...טאטי, ס'איז פורים היינט..?!

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]עטליכע האבן מיר געבעטן צו מגיב זיין אויפן ארטיקל. איך האב בעצם געפלאנט נישט צו מגיב זיין ווייל די פרטים פון לעבאוויטש וואס זענען אזוי שיין צולייגט זענען ריכטיג אפגעלערנט די הבנה אין גאט וכו' וואס אנדערע נישט חסידים האבן געהאלטן. עס איז נישט שייך צו זאגן אז מתנגדים זענען נישט גערעכט געווען. ועוד, והוא העיקר, מצד די בעש"ט איז נישט שייך אפצופרעגן לעבאוויטש, אזויווי כ'האב שוין כעשריבן אין מיין מאמר, לעבאוויטש זעלבסט איז אויך א נאצל פון גאט ב"ה.
[tag]פרייוויליג[/tag] און [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] האבן שוין בעצם צוגערירט אלע נקודות, איך וויל נאר שרייבן איינצלע ווערטער. קודם כל, מיין ארטיקל האט נישט געצילט צו פארענטפערן די ידיעה בחירה פאראדאקס בכלל, איך ווייס נישט פון וואו ער האט עס גענומען. פארשטייט זיך אז מען קען נעמען דער שמועס ווייטער אויף ידיעה ובחירה אבער עס איז א באזונדערע שמועס. ווי אויך איז דער מאמר נישט באזירט אויף דברי רבי צדוק נאר אויף שיטת הבעש"ט. איך האב נאר גענוצט שפעטערע ספרי חסידות ובתוכם רבי צדוק וואס ברענגן ברייטער ארויס די נקודות הנוגעים. אין מיין מאמר האב איך שוין געפרעגט די קשיות וואס לעבאוויטש וויל פרעגן, די אלע שטיקלעך ספרי חסידות וואס רעדן הדרכה ותוכחה און דארט האב איך אויך פארענטפערט די קשיא.
איין זאך איז זיכער, די השגה אין אין סוף איז נישט עפעס וואס מען טרעפט אין דעם שטיקל אדער יענע שטיקל. דאס איז עפעס וואס קומט ארויס פון לערנען די corpus פון חסידות. ווען מען לערנט צוואת הריב"ש און אנדערע דברי הבעש"ט, די ספרים פון די מגיד, ספרי רבי מיכל מזלאטשוב ובניו, רבי מענדל'ע וויטעבסקער, מאור עינים, ספרי חב"ד, ספרי גדולי פולין תלמידי ותלמידי תלמידי פרשיסכא ועוד הרבה שא"א לפורטם, זעהט מען אז עס איז דא עפעס א קו האמצעי וואס האלט אלעס צוזאם און אויף דעם איז אלעס געבויט. עס איז נישט שייך אראפ צו ברענגן דער שטיקל אדער יענע שטיקל, עס איז א culmination פון לערנען מערערע ספרים פון מערערע צדיקים.
לעבאוויטש פרעגט מיך אפ אז מיינע הסברים אין פסוקים זענען נישט פשוט פשט. אוודאי איז עס נישט פשוט פשט, עס איז א חסידישע פשט. פשוט פשט האט גאט א יד החזקה מיט וועלכע ער (דוקא ער ע"פ פשט) שלאגט אפ זיינע שונאים. קענסט נישט אפפרעגן חסידית מיט פשוט פשט פונקט ווי דו קענסט אים נישט אפפרעגן מיט א שטיקל גר"א. והשתא דאתינא להכי, איינס פון די בעסטע פלעצער ארויסצוהאבן וואס די דרך הבעש"ט איז געווען איז צו קוקן וואס די גדולי המתנגדים ז"ל האבן געשריבן דערוועגן. די מערסט באקאנטע פראזע פונעם גר"א ז"ל איז געווען "האומרים על עץ אבי אתה", אז זיי זאגן אז אלעס (עץ) איז גאט.
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: 'ובחרת בחיים' אינעם וועקער.
אז מ׳ליינט ׳חסידים ומתנגדים׳, ווערט מען געוואויר אז מ׳האט נישט דער מידנעסטע אהנונג וואס האט זיך דארט אפגעטוהן. עס איז עפעס א קהל׳ישע זאך, געמישט מיט אלטע פאליטיק. ליינט׳ס אדורך, עס איז אוועילעבעל אין צוויי בענדער אויף עמעזאן.