בלאט 1 פון 2

טעראר האט געזיגט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:37 pm
דורך רימון
מיט ווייטאג נעמט כלל ישראל אויף די נייעס אז דער שפיל "דער פארמעסט" וואס האט געזאלט פארקומען דעם קומענדיגן חול המועד איז ליידער אפגערופן געווארן נאך פרעשור און טעראר פון די שומרי משמרתה של תורה (סיקריקים\רע-בנים\עשקנים) וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען בעצה אחד נעכטן אין וויליאמסבורג וויאזוי צו פארזיכערן אז דער אבן נגף אין פארעם פון א פארמעסט זאל נישט אריינקומען בבתי בני ישראל.
א פלעי איז שוין דא א לאנגיעריגע מסורה נאך מימות יהושע בן נון אז דאס איז כשר וישר, אבער א פארמעסט? הס מלהזכיר.
לויט ווי מ'הערט זענען די ארגאניזירער ארויס מיט א שאדן פון הונדערט טויזנט דאלאר אין אידיש געלט און ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיך אננעמען פאר זייער פארגעסן בלוט.
ס'איז זיכער אז אלע וואס האבן געהאט א טייל דערין צו היטן אויפ'ן דור פון חלילה וחס פארברענגען צווישן היימישע מענטשן חול המועד נאר פארזיכערן אז אונזערע קינדער זאלן זיך דרייען איבער חול המועד נאר אין די פארקס און אטראקציע ערטער ווי גוים און גויטעס דרייען זיך האלב נאקעט און זענען עוסק בחיבוקים ומשמושים מיט די געמיינסטע פריצות, ניבול פה און קלות ראש פארנט פון די אויגן פון אונזערע הייליגע קינדערלעך, וועלן זיכער געהאלפן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה און דער זכות וועט זיי ביישטיין מיד ולדורות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:47 pm
דורך סקרן
.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:57 pm
דורך קורקלענד
מושי י. און יענקי ס. האבן זיך געזאלט אדורך רעדן מיט די רעבּאָנים איידער זיי האבן עס אנאנסירט. ווען זיי צאָלן ווען איין באצייטענס וואלטן די רעבּאָנים זייער פיין פארשטאנען די נחיצות פון היימישע אטראקציעס...... לאו כל כמיניה.... ס'נישט קיין הפקירות, מ'קען נישט אליין מאכן געלט, מ'דארף שעירן מיט די רעבּאָנים אויעך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:06 pm
דורך אישתישבי
פאר אלע וואס האבן נישט וואס צו טוהן חול המועד, מען קען באצאלן פאר נעטפליקס, און די גאנצע משפחה קען וואטשען צוזאמען פיל בעסערע פלעיס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:09 pm
דורך מיימון
וואס האט דאס געדארפט זיין, און פארוואס האט מען עס גע'אסר'ט? מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע פלעיס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:11 pm
דורך נעגעל וואסער
חסידים גאט טאלאנט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:19 pm
דורך [NAMELESS]
די אמת איז, די אלע גרויסע רבנים לעבן אין א באקס, אזויווי איינע פון זיי האבן זיך טאקע אויסגעדריקט פארגאנגענע שבת ביי שאלעשידעס אז ער וויל בלייבן אינעם באקס.

זיי פארן מיט די נייעסטע מאדעלן קארן, באגלייט מיט א עסקאורט אחור וקדם, מ'קושט זיי, מ'לויבט זיי, זיי קומען אראפ עסן קוגל און קעיק ביי שמחות און מ'ווישט זיי אריין עטליכע מאות בצנעה, שטייען לאנגע רייעס פון הייסע אנהעגער ביי זייערע טירן לברך ולהתברך, ביי יעדע אסיפה, דינערס און טישן רימט מען זיי מיט די טיטלען וואס זיי וועלן קיינמטל גרייכן, פארוואס זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען יוזל זעלבסט?

קומען אריין עטליכע באבערדלטע זעלבסט האסענדע אידן, און אונטערן שלייער פון קנאות העצן זיי אונטער זייער רב/רבי וואס איז טאטאל "אוט אף טאטש" מיט זייער אייגענע געמיינדע, אז די שפיל פארשטעלונגען פון איינצעלע יחידים לייגן דאס יהדות החרדית אויפן שוועל פון גייסטישע באנקראט, און אז די גאנצע קהילה קוקט ארויס מיט לעכצענדע אויגן אז זייער רשכבה"ג זאל אויפהייבן דעם מי לד' אלי פאן, און ארויסגיין בחרב וחנית אקעגן די שרעקליכע מרידה, פארוואס זאל ער נישט טוהן וואס מ'הייסט אים?

ער זיצט אינעם הונדערט טויזנט דאלארדיגן ספרים שטוב ביים מעהאגעני טיש, וואו דער הויז בחור האט אים אונטערגעשטופט דאס שטוהל ווייל ער איז דאך א אינוואליד, און קאלעקט טויזענטערס אין רויטל געלט, צו ווייסט ער דען אז אין די זעלבע צייט ארבייטן טויזענטער אינגעלייט מיט שווייס און בלוט צו ברענגן ברויט אין שטוב?

צו ווייסט ער דען אז טויזענטער טאטעס און מאמעס פרייען זיך ווען זיי זעהן אז זיי וועלן האבן וואו צו שיקן זייערע קינדער דעם חול המועד פארברענגן אויף א אויסגעהאלטענעם וועג?

ער ווייסט נאר פון זיינע טישן, שמחת בית השואבה אדער זיינע הקפות וואו ס'וועט זיין צעהן שטאקיגע פארענטשעס, און אלע וועלן קומען זעהן זיין גדלות וויאזוי ער עסט פיש און וויאזוי ער שאקלט א גרעסערע לולב פון יעדן.

די רבנים זענען נעבעך גארנישט שולדיג, זיי האבן דעם דין וואו א תינוק שנשבה.

Cp

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:55 pm
דורך איסר האטלקי
און דער אמת איז אז טעראר האט נישט געזיגט, נאר עס האט געגעבן דעם תירוץ פאר די ארגאניזירער ארויסצוציען פון דעם אומגעלונגענעם פארמעסט וואס האט נישט געצויגן קיין מאסן... קיינער האט זיך נאכנישט געבראכן פאר טעראר פונקט זיי?! זיי האבן ממילא געהאלטן ביים אויפגעבן נאכן זען אז דער גאנצער שפיל טויג נישט.

C/P

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
נעגעל וואסער האט געשריבן:חסידים גאט טאלאנט.

אבער דער חסיד'ישער מוזיק פארמעסט וואס דער מאמענט האט באשריבן דעם פארגאנגענעם ווינטער. דאס איז יא געווען כשר וישר. ווייל מ'האט געגעבן באקשיש אויף די ריכטיגע פלעצער...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:07 pm
דורך איך אויך
Why are you breaking the c/p chain?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:12 pm
דורך נולד מאוחר
מיימון האט געשריבן:וואס האט דאס געדארפט זיין, און פארוואס האט מען עס גע'אסר'ט? מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע פלעיס?

לויט ווי איך פארשטיי איז אזוי. אז מסארפרעסד ציקוועטשט א מענטש פאר צוואצינג יאר, דו יארן וואס א מענטש דיוועלעפד זיינע טאלאנטן, מפראבירט מיט אלע כוחת אז דער מענטש זאל נישט דיסקאווערן זיינע טאלאנטן, מאכט זוך איינס פון טויזענט וואס ס'געלאנגט נישט, ער ווייסט יא וואס ער גלייכט און קען. נא אזא איינעם ערלויבט מען ער זאל זוך עקספרעסן.
משאכ א קינד זאל מען לאזן הנאה האבן, דיוועלאפן זיינע טאלאנטען?! סאיז דאך נאך דא א גרויסע טשענס אז מקען עס ציקוועטשען.
קטלא איז דאך שוין מאריך ווי שטארק מיר קערן און היטען פאר אונזער קונדער.
סהייבט זאך ביי סליחות מיט ווארמע מוזיק, ס'ענדיקט זוך ביי קינדער ניצן זייער נאטירלכע טאלאנט וואס די אייבישטער האט זיי באשאנקן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:15 am
דורך אספקלריה
קען אפשר איינער מרחיב זיין ווער זענען דיע טעראריסטען מזאל מיר קענען מקיים זיין ושם רשעים ירקב.
ועוד איז דא אפשר א קאמפיין ווי מקען באצאהלען פאר די נפגעי טעראר ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:18 am
דורך קורקלענד
ס'וואלט טאקע געווען א גוטע פלאן אויפצושטעלן א גאו פאנד מי בלעטל מיט א הונדערט טויזנט דאלער גאול. אזוי זאל די פאלק קענען זעהן און משפט'ן וואו די עולם באלאנגט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:52 am
דורך בן ישי
זיי האבן זיך ארויסגעצויגן גענוג באצייטנס נאך פאר די צודרייטע חברה האבן געענדיגט צאמנעמען אלע הייליגע חתימות, אזוי האבן זיי כאטש געקענט שרייבן די אמת אויפן צעטל פארוואס זיי האבן געדארפט קענסלען, כלשונם Due to the mosdos threatening the staff of the show. ווען זיי ווארטן נאך אביסל וואלט די שרעקליכע וויי געשריי פון די רבנים שוין געווען פארשפרייט איבעראל אין זיי וואלטן געדארפט מאכן א שיינע לשון הקודש בריוו (זעהט אויס די רבנים קענען נישט קיין ענגליש, זעהסט מאסטער! מ'קען זיין סוקסעספול אן קענען ענגליש!!) אז ס'איז קענסעלד צוליב זיי ווילן פאלגן דעת תורה וכו'... אין ס'וואלט געווען אפאר ק/פ מעסעדזשעס וואס וואלטן געוויסט צו זאגן אז ס'געווען אפאר חברה וואס האבן אלעס אינטער געדרייט און געסטראשעט...

Re: טעראר האט געזיגט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:07 am
דורך יהודי פשוט
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:10 am
דורך איסר האטלקי
דאס איז זיכער אז ווען ס'פלאץ וואלט זיך שנעלער אנגעפילט וואלט טעראר נישט געזיגט... נאכן דורכפאל פון 85 פראצענט זאל ליידיג און אן קיין וואלונטירן זיך צו לאזן פארמעסטן האט טעראר געזיגט און דער בחור'ל וואס איז אויפגעקומען דערמיט האט שנעל אויפגעגעבן..... ווער ס'וויל עס נאכגיין איז מכובד...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:27 am
דורך בן תורה
איסר האטלקי האט געשריבן:דאס איז זיכער אז ווען ס'פלאץ וואלט זיך שנעלער אנגעפילט וואלט טעראר נישט געזיגט... נאכן דורכפאל פון 85 פראצענט זאל ליידיג און אן קיין וואלונטירן זיך צו לאזן פארמעסטן האט טעראר געזיגט און דער בחור'ל וואס איז אויפגעקומען דערמיט האט שנעל אויפגעגעבן..... ווער ס'וויל עס נאכגיין איז מכובד...

סאיז זעכער א קאמבינאציע פון ביידע, און די נישט פארקויפטע זיצן איז אסאך שולדיג אין דעם וואס די טעראר האט געזיגט.
אבער איך ווייס ערשטהאנטיג אז סאיז טאקע פארגעקומען נעכטן א גרויסע אסיפת מנהלים און האבן געארבעט אויף א איסור פון אלע מנהלי הת"ת פון איבעראל.
איך פארשטיי נאר נישט מי שמך לאיש? ווייל עפעס א אדמיניסטראטאר אין א מוסד האט דיר אויפגענומען אלס מנהל, האסטו א דעת תורה, און נעמסט דיך די רעכט אונטערצוברענגען איינעם? איז עס א פראבלעם, לאז עכ"פ די רבנים קעיר נעמען דערפון, אבער למען השם ווי קומען מנהלים אריין אינעם בילד?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:51 am
דורך נולד מאוחר
יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend

מווייסט יא.

Re: טעראר האט געזיגט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 6:21 am
דורך זיידי באם
נולד מאוחר האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend

מווייסט יא.
נו ווער?

Re: טעראר האט געזיגט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 6:30 am
דורך זיידי באם
אספקלריה האט געשריבן:קען אפשר איינער מרחיב זיין ווער זענען דיע טעראריסטען מזאל מיר קענען מקיים זיין ושם רשעים ירקב.
ועוד איז דא אפשר א קאמפיין ווי מקען באצאהלען פאר די נפגעי טעראר ?
די מיינסט אז עס איז אזוי גרינג צי באצאלן?
איך האב געהערט פון איינער וואס איז געווען שטארק אינוואלווד אז זיי האבן דא פארלוירן איבער אכציג טויזנט דאללער....



פארוואס? פארוואס? ווייל אפאר רשעיםלעך האבן אפגעמאכט אז די שאו טאר מען נישט גיין צי? אוי וועלן די חברה ברענען זיי ווייסן אפילו נישט וואס ווארט זיי אויבן.....

צי נעמען א אינגערמאן און עם אוועק לייגן אכציג טויזנט דאללער וואס עס איז שטארק מעגליך אז ער גייט דאס מער קיינמאל נישט זען דארף מען האבן די גרעסטע מאס רציחה.....

יא קוק היינט האבן מיר מנהלים, הנהלי המוסדות, אד"ג מיט די גרעסטע מאס רציחה איך ווייס נישט ווי אזוי אונז טראסטן זיי מיט אונזערע קינדערלעך....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:48 am
דורך קאך_לעפל
אן אריין צוגיין צו די מנהלים זענען יא גערעכט צו נישט.

די געדאנק זיך צובאנוצן מיטן דראהען עלטערן ארויסצווארפן זייער אומשולדיגע קליינע קינדער פון די מוסדות אויף די גאס ווי הינט, פון מוסדות וועלכע זענען אייגענטליך נכסי ציבור איז ווירקליך א שוידערליכער פארברעך קעגן ג-ט און קעגן די מענטשהייט. און עס צייגט גלייכצייטיג אויך, ווי שוואך און אומבאהאלפן די מוסדות זענען ווען זיי ווילן עפעס דורכפירן.

דער אלגעמיינער מענטשהייט שאקלט זיך אפ מיט אפשיי פון יעדע זאך אנבאלאנגט מיט די פארברעכישע מנהלי המוסדות. די דאזיגע באנדיטן האבן צוליב זייער געמיינע טאהטן גענצליך פארלוירן דעם ציטרוי ביים אלגעמיינעם פובליקום.
נעמליך, זיי קענען אצינד בלויז טרעטן אויפן ציבור ווייל זיי זענען צום באדויערן נישט אזוי שטארק אנגעוויזן אויף אונזער געלט. זאגאר איינמאל פעטער שמואל וועט אויף הערן צו באשטייערן, און די קאסע באזיצער וועלן זיין צוריק אנגעוויזן אויף די פינאנציאלע שטיצע פונעם ציבור, וועלן די אלע טיראנישקייטן און בארבאריזעם קומען צו אן האסטיגען אפשטעל.

אויף ביזדערווייל ליגט א הייליגע פליכט אויף די מענטשהייט, אז מ'זאל אן קיין שום אנגסט פארשרייען די דאזיגע מענטשען פרעסער, די שדים בדמות אנשים, וואו אימער זיי באווייזן זיך אין די עפענטליכקייט. וויפול קינדער האט מען נישט אנגענומען? וויפול בחורים האט מען דעם דאזיגען זמן געווארפן צו די הינט? הא? מיט אינטעררנעט, און מיט קאמעדיע פארשטעלונגן זענט איר פארנומען? אה? ידיכם מלא דמים!
דער ווייטאג איז בלויז אז די גרוילהאפטע סעלעקציאנערן שר''י ווארפן די שולד איינער אויפן צווייטן, גענוי ווי די בלוטיגע נאציס האבן געטאן אין נירענבערג. דאס איז אזא סארט ארגענעזירטע רשעות וואס שטעלט קאפויער דאס האר פון קאפ. מ'טאר זיך נישט לאזן פארפירן פון די שוחטי ילדים! ניין נישט דו? דאן ווער יא? געב ארויס די נעמען פון די באנדיטן...אז נישט ביזטו פאראנטפארטליך....
דער הייליגער נביא האט שוין געשריגן פאר טויזענטער יאר צוריק...הוי רועי ישראל אשר רועים אותם הלוא הצאן ירעו הרועים...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:15 am
דורך קורקלענד
איך פארשטיי נישט וויאזוי אזויפיהל מענטשן דא קענען זיך כסדר טועה זיין און מיינען אז די מוסדות זענען נכסי ציבור. ס'איז א פריוואטע ביזנעס!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:29 pm
דורך בית יוסף
רוב מענשן האבן בכלל נישט געכאפט וואס דא גייט פאר וואס דאס איז, א גרויסע מסטעיק פון זייער זאט .