בלאט 1 פון 4

גערער פאטער שטעכט זיין זון צום טויט צוליב געלט קאנפליקט

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
אומגלויבליך אבער א ווייטאגליכער עפיזאד.

א פאטער וועלכער ציילט זיך צווישן די גור׳ע חסידים אין קרית גת האט דערשטאכן זיין פערצן יעריגער זון היינטיגן אוונט נאך א קאנפליקט איבער דאס בר מצוה געלט וואס דאס קינד האט אנגעזאמלט. דער טאטע האט אפגעטראגן פון געגנט און שפעטער אפגעפונען געווארן דורך די אינסטאנצן, דאס קינד איז ליידער אומגעקומען אין שפיטאל פון די וואונדן.

לויט ווי די שכינים גיבן איבער איז די רעדע פון א וואוילער מענטש און גאר א גוטער פריינט פאר יעדן, אבער אין די פאליצייאישע ארכיוון איז פארהאן א תיק אויף אים ווען ער האט מיט זיבן יאר צוריק אפגעברענט דעם זעלבן קינדס האנט אויפן שבת פלאטע.

https://news.walla.co.il/item/3424378

גור ברויך א שווערע תיקון...

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 9:00 pm
דורך מפיל קינד
א פחד פון א מעשה, יישר כח פארן ברענגען.

כ'האב נישט די הארץ צו לייקן אזא תגובה. סליחה.

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 9:04 pm
דורך איך אויך
גור האט טאקע גאר אסאך אישוס וואס דארפן א תיקון גדול, אבער איך זעה נישט פארוואס איין משוגענער זאל מעיד זיין אויף א גאנצע חסידות ברחבי תבל. ווען וואלס האט נעבעך דערווארגן זיין טאכטער האט מען באשולדיגט גאנץ תולדות?

וואס יא, די היימישע צייטונגן וועלן דאס כמובן נישט באריכטן אדער וועלן שוין אויפבאקן עפעס א ליגענט.

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 9:17 pm
דורך בת קול
איך שטעל זיך נאר פאר וויפיל יסורים דאס קינד האט געליטן פונעם טאטן דורך די יארן, וואס איז קיינמאל געווארן באריכטעט צו די אינסטאנצן.
עס זענען דא נאך פילע קינדער וואס ליידן זיך אן. די טענה ווען זיי ווערן עלטער איז אלעמאל, "פארוואס האבן די ערוואקסענע וואס האבן צוגעזעהן גארנישט געטוהן צו העלפן?"
אויב דו ווייסט א קעיס פון אביוס, באריכט עס. רעקארדיר עס. העלף די קינד אין וועלכע וועג דו קענסט יא.

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 9:46 pm
דורך Samkoton
ווי קומט אריין גור אין די בילד?
אין אז די טאטע איז א נידריגער דארפן אלע נידריגע מענטשן א תיקון?

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 11:49 pm
דורך תרמב
די מעשה גייט מיר נישט אריין אין קאפ, דער טאטע מוז האבן מיט די נערוון, אז נישט גלייב איך עס נישט.

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 11:56 pm
דורך real fake news
סאיז א שרעקליכער פאסירונג אבער סאיז זייער ראנג עס צו מאכן אלס א ׳גורער׳ פראבלעם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 12:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
מאך זיכער האט געשריבן:גור ברויך א שווערע תיקון...

איכא דאמרי חסידים ברויכן א שווערע תיקון, לישנא אחרינא חרדים ברויכן א שווערע תיקון, ויש גורסין אידן ברויכן א שווערע תיקון. שוב מצאתי בכתב יד ישן נושן הגירסא דאס מענטשהייט ברויך א שווערע תיקון, והוא יותר נכון.

אגב, פון א ניהיליסטישן שטאנדפונקט האט זיך יעצט געענדיגט א סגירת מעגל, כאשר יאמר משל הקדמוני מרשעים יצא רשע. דער אביוזט אינגל איז ברוך השם געקומען צו זיין אייביגן רוה און דער אביוזער גייט האפענטליך באקומען וואס קומט איהם שוין פונלאנג..

אויסער דעם וואלט אינטערעסאנט געווען צו וואוסן פון איבער וויפיל געלט מ׳האט זיך געשלאגן דארט, כ׳מיין, וויפיל געלט האט עס שוין געקענט זיין אז מ׳זאל דיך דארפן אזוי צובייזערן דערפאר? זייער מאדנע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 1:08 am
דורך צפור בודד
ס'האט לאו דווקא מיט גער אבער ס'קען יא האבן. דאס איז א חסידות וואס נוצט געוואלד פאר א כמעט-אפיציעלער מיטל פאר קאנטראל און די זאכן פילטערן אראפ. נישט יעדער גערער חסיד איז א רוצח נאר גער בכללות האט אישוס מיט געוואלד און וויילנס און זיי דארפן עס אדרעסירן.

הרוצח יצחק מאיר שיליץ ובנו הנרצח

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 2:03 am
דורך עיני הנשר
דער גערער רוצח

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 2:51 am
דורך כלבאשבוע
שרעקליכע מעשה, סדא דארט א היסטארי פון ווייעלענס קעגן די קינדער און די ווייב

דא איז די באריכט פון די אינצידענט אין 2013

הצמיד את היד של בנו לפלטה לוהטת ונעצר
בית המשפט האריך ביום אחד את מעצרו של אב מקרית גת החשוד כי הצמיד את אצבעו של בנו בן ה-7 לפלטת שבת לאחר שהאחרון קילל את אימו

בבוקר בו פורסם הדוח על ההתעללות בילדים נחשף מקרה מזעזע נוסף. משטרת קרית גת עצרה גבר בחשד כי גרם לכוויה קשה בידו של בנו בן ה-7.

מדיווח שהגיע למשטרה מגורמי הרווחה עולה חשד כי לאחר שהילד קילל את אימו תפס האב את אצבעו של הבן והניח אותה במכוון על פלטת שבת. כתוצאה מכך נגרמה לילד כוויה חמורה.

בחקירת ילדים שנעשתה חיזק הקטין את החשד וציין כי לא רק שהאב עשה זאת במכוון, הוא אף אחז בו בכח בכדי למנוע מהילד לברוח.

כנגד החשוד קיימות תלונות קודמות בגין אלימות כלפי בת זוגו. החשוד שנעצר הגיע לתחנת המשטרה פצוע כשידו חבושה. כשנשאל לפשר העניין , ציין כי במסגרת עבודתו, בה הוא מתעסק עם הרכבות והתקנות של תנורים גדולים, נפל תנור שריסק את אצבעו. החוקר אלון שדה אמר בסרקזם כי כנראה מדובר "באצבע הגורל".

מעצרו של החשוד הוארך עד מחר ובכוונת המשטרה להגיש נגדו כתב אישום בהליך מזורז.


https://www.makorrishon.co.il/nrg/onlin ... 1/507.html

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 3:11 am
דורך נולד מאוחר
איך גלייב נישט דו מעשה, דאס פאסירט נאר ביי דו שווארצע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 11:31 am
דורך גרעפיקסער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויסער דעם וואלט אינטערעסאנט געווען צו וואוסן פון איבער וויפיל געלט מ׳האט זיך געשלאגן דארט, כ׳מיין, וויפיל געלט האט עס שוין געקענט זיין אז מ׳זאל דיך דארפן אזוי צובייזערן דערפאר? זייער מאדנע.


דעריבער קומט מען צום מסקנה, אז:
נולד מאוחר האט געשריבן:איך גלייב נישט דו מעשה, דאס פאסירט נאר ביי דו שווארצע


אדער אז ס׳איז אן איינצעלנע ׳נערווען׳ פאל:
תרמב האט געשריבן:די מעשה גייט מיר נישט אריין אין קאפ, דער טאטע מוז האבן מיט די נערוון, אז נישט גלייב איך עס נישט.


אבער אויב ס׳שטעלט זיך ארויס אז:
מאך זיכער האט געשריבן:לויט ווי די שכינים גיבן איבער איז די רעדע פון א וואוילער מענטש און גאר א גוטער פריינט פאר יעדן, אבער אין די פאליצייאישע ארכיוון איז פארהאן א תיק אויף אים ווען ער האט מיט זיבן יאר צוריק אפגעברענט דעם זעלבן קינדס האנט אויפן שבת פלאטע.


העט מען מוזן אנ-נעמען דעם תירוץ היותר מסתבר, אז.....

קליק דא פאר מער אינפא - 51 זייטן צו ליינען

דעריבער איז זייער פארשטענדליך דעם פאלגענדן מסקנה:
בת קול האט געשריבן:איך שטעל זיך נאר פאר וויפיל יסורים דאס קינד האט געליטן פונעם טאטן דורך די יארן, וואס איז קיינמאל געווארן באריכטעט צו די אינסטאנצן.
עס זענען דא נאך פילע קינדער וואס ליידן זיך אן. די טענה ווען זיי ווערן עלטער איז אלעמאל, "פארוואס האבן די ערוואקסענע וואס האבן צוגעזעהן גארנישט געטוהן צו העלפן?"
אויב דו ווייסט א קעיס פון אביוס, באריכט עס. רעקארדיר עס. העלף די קינד אין וועלכע וועג דו קענסט יא.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
Samkoton האט געשריבן:ווי קומט אריין גור אין די בילד?
אין אז די טאטע איז א נידריגער דארפן אלע נידריגע מענטשן א תיקון?

אזויווי עמיצער דא האט שוין געשריבן, איז פיזישע אלימות אין גור א שטארק אנגענומענע מיטל פון דערגרייכן א ציהל, אזוי אויך איז די שניידנדע שטילקייט אין גור א זאך וואס ברויך פארדאמט ווערן.

גור איז א קולט, עס וועט נאר נעמען צייט ביז די גאנצע וועלט וועט דאס געוואויר ווערן, אויב וואלט די געשיכטע פארגעקומען אין לב טהור וואלסטו זיכער פארשטאנען פארוואס איך שרייב אז לב טהור דארף א תיקון, גור איז די זעלבע קולט ווי לב טהור נאר מיט פיל מער מיטגלידער (אין אמעריקע איז גור אנדערש, אבער אין ארץ ישראל זענען זיי א פארהעלטנמעסיגער קולט וואס קיינער ווייסט נישט וואס דארט גייט פאר).

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 2:20 pm
דורך במדבר
די געשיכטע דערמאנט מיר פון ענדליכע מעשה וואס דבורה פעלדמאן ברענגט אין איר בוך וואס א סך האבן אוועק געמאכט אלס גרינטלאז, איז עס טאקע אזוי?

===========================================================================================================================================

איך טראכט ביי מיר דאס די אלע חומות וואס חרדיזים האט געבויט אין לויף פון איר עקזיסטענץ איז נישט געווען אפצוהאלטן די ''שלעכטע השפעות'' וואס די פארגעשריטנע מענטש קען ברענגן, עס איז ביי מיר מער מסתבר אז סאיז כדאי די וועלט זאל נישט זעהן וואס עס טוט זיך אין סדום.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 3:18 pm
דורך איזה נשמה
1- i know of many cases of emotional abuse personally and as much as i made some ppl aware, ppl in our community (and maybe its the same everywhere) don't want to believe it because its easier to think that normal looking ppl cant be monsters

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 3:20 pm
דורך איזה נשמה
also, i think in a way emotional abuse is even worse because its so much more confusing and sometimes takes years till the victim realizes that he is not the problem, but physical abuse is little more clear the abuse.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 3:23 pm
דורך איזה נשמה
כלבאשבוע האט געשריבן:שרעקליכע מעשה, סדא דארט א היסטארי פון ווייעלענס קעגן די קינדער און די ווייב

דא איז די באריכט פון די אינצידענט אין 2013

הצמיד את היד של בנו לפלטה לוהטת ונעצר
בית המשפט האריך ביום אחד את מעצרו של אב מקרית גת החשוד כי הצמיד את אצבעו של בנו בן ה-7 לפלטת שבת לאחר שהאחרון קילל את אימו

בבוקר בו פורסם הדוח על ההתעללות בילדים נחשף מקרה מזעזע נוסף. משטרת קרית גת עצרה גבר בחשד כי גרם לכוויה קשה בידו של בנו בן ה-7.

why in the world did he get access to his kids back, which Askan helped him then

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 3:37 pm
דורך לאמיר זאגן
עיני הנשר האט געשריבן:דער גערער רוצח

איז דער בחור'ל דער נרצח?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 9:23 pm
דורך מאן דאמר
נולד מאוחר האט געשריבן:איך גלייב נישט דו מעשה, דאס פאסירט נאר ביי דו שווארצע


איך בין מוחה, נישט גור, נישט שווארץ, זייט׳ס נישט קיין ראַסיִסטן, יעדער מענטש איז אחריות אויף זיינע מעשים

נשלח: פרייטאג מערץ 19, 2021 3:59 am
דורך [NAMELESS]
מאן דאמר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איך גלייב נישט דו מעשה, דאס פאסירט נאר ביי דו שווארצע


איך בין מוחה, נישט גור, נישט שווארץ, זייט׳ס נישט קיין ראַסיִסטן, יעדער מענטש איז אחריות אויף זיינע מעשים

ניין.

שווארץ איז א ראסע און גור איז א בחירה.

נשלח: פרייטאג מערץ 19, 2021 7:45 am
דורך קוויטעל
מאך זיכער האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איך גלייב נישט דו מעשה, דאס פאסירט נאר ביי דו שווארצע


איך בין מוחה, נישט גור, נישט שווארץ, זייט׳ס נישט קיין ראַסיִסטן, יעדער מענטש איז אחריות אויף זיינע מעשים

ניין.

שווארץ איז א ראסע און גור איז א בחירה.

לויט'ן מדרש, איז חם געשאלטן געוארן צוזיין שווארץ, ממילא שטאמט עס אויך פון בחירה נישט צוצוקומען צו א קללה, און עבדות איז א חיוב מן התורה אויף די שחורים.

נשלח: פרייטאג מערץ 19, 2021 9:14 am
דורך תרמב
מאך זיכער האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איך גלייב נישט דו מעשה, דאס פאסירט נאר ביי דו שווארצע


איך בין מוחה, נישט גור, נישט שווארץ, זייט׳ס נישט קיין ראַסיִסטן, יעדער מענטש איז אחריות אויף זיינע מעשים

ניין.

שווארץ איז א ראסע און גור איז א בחירה.

א חסידות איז כמעט א ראסע היינטיגע צייטן, ווען געבט מען די בחירה וועלכע חסידות צו זיין ביי די בר מצווה, אדער ביי די חתונה? וויפיל גורע געבוירענע האסטו שוין געהערט זענען געווארן ספינקא אדער פרימישלאנע חסידים?