בלאט 1 פון 1

פארוואס שטייסטו און דו לאכסט? זעץ זיך אראפ און וויין!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 12:59 am
דורך נפה
שטייענדיג אין די טעג וואס הגאון ר' שאול אלתר איז דא אין אמעריקע און יעדער הערט פון די מחלוקה מיט די טעראר וכו', שטייען פון די זייט פילע יודן וואס האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט גור אדער מיט ר' שאול, און קוקן צו פון די זייט און און לאכן ווי אזוי די גאנצע פלאג און מי און טעראר וואס גור האט אריינגעלייגט גייט צוגרינד, יעדע פאשקעוויל מודעה ווידיאו וואויס נאוט וכדומה פליט גראד ארום צו לאזן וויסן פאר יעדעם אז גור'ס כח איז א פארגאנגענהייט.

האב איך מיר דערמאנט א מעשה וואס ר' יענקעלע גאלינסקי דערציילט. ער האט געהאט א חבר וואס נאכן קריג האט ער פארלאזט יודישקייט. יארן שפעטער האט ר' יענקעלע אים געטראפן און גערופן אויף שבת צו אים אינדערהיים אין בני ברק. א גאנץ שבת האט ער געווארט אויף דעם חבר אבער ער איז נישט אנגעקומען.

נאך שבת האט ער אים גערופן, זאגט אים זיין חבר אז שבת איז ער אריינגעקומען קיין בני ברק און ער האט געזען עס טוט זיך פרויען מיט דאבעל קערידזשעס, טאטעס און קליינע קינדער, און מ'לויפט… זאגט ער איך האב געפלאצט פון קנאה, איך האב געוויסט אז איך געב אויף עולם הבא, אבער אז עולם הזה געב איך אויך אויף, דאס האב איך נישט געוויסט... און איך בין צוריק קיין רמת גן.

האט אים ר' יענקעלע געזאגט, פיין, אבער פארוואס שטייסטו? זעץ דיר אראפ! האט ער אים געפרעגט פארוואס זאל איך מיר אראפזעצן? האט ער אים געזאגט: דיין גאנץ לעבן האסטו אוועקגעגעבן צו קענען האבן עולם הזה, יעצט ווען דו זעסט אז עס איז א דורכפאל, זעץ דיר שבעה און וויין אויף דיינע יארן וואס דו האסט אפגע'הרג'עט פאר דיין אידיאל.

לענינינו וואלט זיך געוואלט זאגן פאר די אלע וואס זעען פון א זייט און שעפן נחת
:
פארוואס שטייטס עטץ און עטץ לאכטס? זעץ ענק אראפ און וויינט!
וויינט אויף כלל ישראל וואס ווערט אזוי פארשעמט
וויינט אויף די שכינה הקדושה וואס איר כבוד ווערט פארשוועכט
וויינט אויף די כבוד התורה וואס ווערט א שפיל
וויינט אויף יודישקייט וואס ווערט פארמיאוס'ט
וויינט אויף די וואס אלעס אין וואס זיי האבן געגלייבט ווערט צופאלן
וויינט אויף די וואס קענען נישט גיין צו זייער רבי פאר פחד
וויינט אויף די וואס מען פארשעמט זייער מנהיג
וויינט אויף די קינדער וואס ווערן אוועקגעריסן פון זייערע עלטערן
וויינט אויף די עלטערן וואס ווערן אוועקגענומען פון זייערע קינדער
וויינט אויף די פרויען וואס ווערן אנגעהעצט אנטקעגן זייערע מענער
וויינט אויף די וואס ווערן געצווינגען צו רעדן אנטקעגן זייער ראש ישיבה
וויינט אויף די וואס זענען צומישט צווישן צוויי יודן וואס זיי האבן ארויפגעקוקט
וויינט אויף די קינדער וואס ווערן אנגעהעצט אנטקעגן זייערע מחנכים
וויינט אויף די וואס פארלירן זייער מקור פרנסה
וויינט אויף די וואס דארפן אפהאקן פון זייערע חברים
וויינט אויף די וואס האבן געוואלט גלייבן אז עס עקזיסטירט מער נישט קיין טעראר
וויינט אויף די וואס האבן זיך נישט געוואלט מישן אין מחלוקת
וויינט אויף דער רב וואס ווערט פארשעמט פאר זיינע מתפללים
וויינט אויף די וואס זייער מקום תפילה ווערט צושטערט
וויינט אויף די קינדער וואס דארפן זוכן א נייע בית חינוך
וויינט אויף אנוסים וואס לעכצן צו גיין דארט ווי מען לאזט זיי נישט
וויינט אויף די כבוד פון א חסידות וואס ווערט צושפאט
וויינט אויף די חילול שם שמים ברבים וואס ווערט אפגעטון
וויינט…


הבהרה: מען קען דאס שרייבן ביי יעדע מחלוקה, נאר איך האב עס געשריבן לגבי די מחלוקה אין גור ווייל דאס איז יעצט אין די נייעס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 4:24 am
דורך berlbalaguleh
נפה: דו ביסט גערעכט. אבער בעיקר דארפן וויינען די וועלכע האבן אנגעדרייט דעם גאנצן טעראר. די שיינע אידן אין גור. די מיוחסים. מיט דעם אזוי-גערופענעם רעבי'ן אליינס. דער טאג וואס ער וועט בלייבן (אינגאנצן) אויסגעשפיעלט, וועט זיין א יום שמחה ויום טוב. דער טאג וואס ער וועט נישט האבן פאר וועים צו געבן זיין פארטריקנטע חלה. די שיריים פון זיין זונ'ס חתונה. מיט די הערינג וואס הערט זיך אין גאנצן ביהמ"ד וועט זיין דער ריכטיגער יום שכולו טוב. והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם. (נישט ער. אליהו הנביא)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 10:44 am
דורך נפה
בערל ביזט גערעכט אז זיי דארפן וויינען די מערסטע אבער אונז פון די זייט דארפן נאכאלץ פארשטיין אז פאר אסאך יודן איז עס נישט נאך א פאליטיק נאר עס האט ערענסטע ווייטאגליכע השלכות אויף זייער טאג טעגליכען לעבן

ובחדא מחתא וויל איך בעטן די חשובער ציבור היות איך בין נאך ניי דא און דאס איז מיין ערשטע לענגערע תגובה דא, צו אריינקומען מיט קריטיק אויף די אויסלייג וכדומה יישר כח

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 11:01 am
דורך קהל'ס נער
נפה האט געשריבן:
ובחדאנמחתא וויל איך בעטן די חשובער ציבור היות איך בין נאך ניי דא און דאס איז מיין ערשטע לענגערע תגובה דא, צו אריינקומען מיט קריטיק אויף די אויסלייג וכדומה יישר כח


כאטש איך בין נישט מסכים מיט די תוכן, האב איך הנאה געהאט פון די שרייב ארבעט, עלה והצלח, די נקודה איז נישט אז יעדער זאל מסכים זיין מיט וואס די שרייבסט, די עיקר צי ארויסברעיגען דיין פראספעקטיוו אין עס שיין אראפשרייבן, וואס אין דעים סקאר'סטי הויעך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 11:03 am
דורך נפה
קהל'ס נער האט געשריבן:כאטש איך בין נישט מסכים מיט די תוכן, האב איך הנאה געהאט פון די שרייב ארבעט, עלה והצלח, די נקודה איז נישט אז יעדער זאל מסכים זיין מיט וואס די שרייבסט, די עיקר צי ארויסברעיגען דיין פראספעקטיוו אין עס שיין אראפשרייבן, וואס אין דעים סקאר'סטי הויעך.

יישר כח

Re: פארוואס שטייסטו און דו לאכסט? זעץ זיך אראפ און וויין!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 4:55 am
דורך פאליטיקאנט
וויינען האט מען געוויינט ביז יעצט, און אויף אסאך פונקטן איז טאקע ווייטער דא צו וויינען, אבער די לאכן איז ווי ר' עקיבא ווען ער האט געזען ווי די נביאה פון 'שועלים הילכו בו' איז מקוים געווארן.
מען זעט ווי די גאנצע מעכטיגע סיטרא אחרא'ס טעראר קאמפיין אויף יהדות החרדית האט גארנישט אויפגעטאן - עפעס וואס קיינער האט זיך נישט געראכטן גייט געשען - קען מען זיך פרייען אז אזוי וועט זייערע איבעריגע טעראר צוברעקלט ווערן און אלע אנדערע וועלן ווערן אויסגעלייזט.

יא, עס קען גאר זיין אז יעצט איז דאס לעצטע מאל וואס אידישקייט האט בייגעוואוינט א 'יוניווערסאלע' טעראר קאמפיין פון אן עסטאבלישמענט, פון יעצט וועלן שוין די משחיתים דארפן שטארק איבערקלערן אויב עס לוינט זיך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 7:24 am
דורך יעלה ויבא
,אויב גער נדלן האט זיך נישט געלערנט פין אנדערע הויפן במשך די לעצטע צוואנציג יאר אז טעראר ארבעט נישט, פארוואס קלערסטו אז אנדערע הויפן וועלן זיך לערנען פין גער?

Re: פארוואס שטייסטו און דו לאכסט? זעץ זיך אראפ און וויין!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 10:27 pm
דורך פאליטיקאנט
ווייל אפי' סקווירא האט זיך געלערנט! זיי פרובירן שוין היינט באהאלטן טעראר, און פרובירן צו געווינען שטיצע ביים עולם מיט פראפאגאנדע (וואס ארבעט שוין אויך גאנץ שוואך היינטיגע טעג).

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:26 pm
דורך נפה
קהל'ס נער האט געשריבן:כאטש איך בין נישט מסכים מיט די תוכן, האב איך הנאה געהאט פון די שרייב ארבעט, עלה והצלח, די נקודה איז נישט אז יעדער זאל מסכים זיין מיט וואס די שרייבסט, די עיקר צי ארויסברעיגען דיין פראספעקטיוו אין עס שיין אראפשרייבן, וואס אין דעים סקאר'סטי הויעך.

אויב דו קענסט שרייבען וואס דו ביסט נישט מסכים
כ׳מיין נאר צו זאגן מיין פראספעקטיוו און קיינער זאל זיך נישט דינגען קען איך עס זאגן פאר מיין ווייב
איך שרייב עס אויף קאווע שטיבל פאר א סיבה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:59 pm
דורך קהל'ס נער
נפה האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:כאטש איך בין נישט מסכים מיט די תוכן, האב איך הנאה געהאט פון די שרייב ארבעט, עלה והצלח, די נקודה איז נישט אז יעדער זאל מסכים זיין מיט וואס די שרייבסט, די עיקר צי ארויסברעיגען דיין פראספעקטיוו אין עס שיין אראפשרייבן, וואס אין דעים סקאר'סטי הויעך.

אויב דו קענסט שרייבען וואס דו ביסט נישט מסכים
כ׳מיין נאר צו זאגן מיין פראספעקטיוו און קיינער זאל זיך נישט דינגען קען איך עס זאגן פאר מיין ווייב
איך שרייב עס אויף קאווע שטיבל פאר א סיבה


אויב די בעיסט פעטש וועל איך דיר געיבן.

והנה, ס'אלס אמת וואס האסט געשריבען מ'דארף וויינען אויף אט די אלע זאכן וכו'.
מיין פראבלעים איז וויאזוי די האסט עס אראפ געלייגט, ס'שמעקט זייער שטארק פון וויקטעם בלעימינג.
כאטש ס'איז נישט קיין וויקטים בלעימינג דאורייתא (זעי וואס כ'האב געשריבען דא וואס איז וויקטים בלעימינג למהדרין מיט אלע בריסקע חומרות.)

און ווי איך פארשטיי איז דעיס געוועין די מטרה פון דיין תגובה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:03 am
דורך נפה
ביז פעיטש
איך האב שוין געשריבען אויבו אז מיין תגובה איז געצילט ארויסצוברענגען אז עס איז דא אויך יחידים אין די בילד וואס זיי ליידן איך האב בכוונה געשריבען משלים פון ביידע זייטן הגם פון איין זייט מער ווייל די נייעס ברענגט דאס ארויס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:10 am
דורך קהל'ס נער
מיין מנהל פלעיגט זאגן: די האסט גערעדט (ביים דאווענען) ברבים, וועסטו כאפן פעטש ברבים. גיי פרעיג עים פארוואס ביז פעטש.

ס'איז טאקע נישט וויקטים בלעימינג לכל הדעות, אבער אזוי שמעקט עס (ווען ס'וואלט געוועין אמת'ע וו.ב. וואלט איך דיך אנגעפראסקעט אויפן פלאץ, ווייל ס'איז נאר אזוי למחצה ולשליש האב איך זיך באגניגט מיט א "איך בין נישט מסכים מיטן תוכן")

יישר כח פאר זאגן, כ'האב פאראכטן די לינק

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 6:37 pm
דורך טיכטיגער
ווייסט פארוואס נאך מען דארף וויינען?
ווי נישט ווי איז פארהאן אין גור, בעיקר אין בארא פארק, צענדליגער "פארווע" אינגעלייט, וועלכע זענען ווי סטאטוס קווא. עס שטערט זיי נישט דעם ראש ישיבה, אבער זיי זוכן נישט צו טוישן יעצט זייער געווענליכער טאג-טעגליכער הלוך-ילך, זענען זיי פארבליבן דאווענען אין זייערע שטיבלעך און שיקן זייערע קינדער אין די מוסדות.
אצינד ווען די מחלוקת האט אויפגעפלאמט האבן זיי פארלוירן צענדליגער פריינט און געוועזענע מתפללים און חברים. ס'איז נאך א ווייטאגליכע "סייד אפעקט" פון וואס מען רעדט נישט קיין סאך, אז אזויפיל נייטראלע משפחה מיטגלידער און פריינט ווערן ליידער אפגעטיילט.