בלאט 1 פון 1
נשבה ארון הקודש: הגאון רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 9:49 am
דורך [NAMELESS]
הגאון רבי חיים קנייבסקי איז אריינגעפאלן אין א קריטישע צושטאנד. בקשות רחמים מרובים.
מרן שמריהו יוסף חיים בן פעשא מרים
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 9:53 am
דורך חד גדיא
נישט באשטעטיגט אבער שמועות אז די מצב איז זייער זייער ביטער
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 10:00 am
דורך [NAMELESS]
נשבה ארון הקודש: מרן שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל
אבל כבד ירד על העולם היהודי כולו, בכל שדרות היהדות החרדית בארץ ובעולם יתמות, עם היוודע הבשורה הקשה על הסתלקותו של מרן רבן של ישראל מנהיג הציבור הליטאי שר התורה והיראה קדוש ה' הגאון רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל בעל ה'דרך אמונה' שהנהיג את היהדות החרדית ביראתו ובקדושתו
Re: נשבה ארון הקודש: הגאון רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 10:14 am
דורך כמעט אלסווייסער
בד"ה. ווען איז די לוויה?
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 10:17 am
דורך [NAMELESS]
לויה איז זונטאג
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 10:39 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 5:15 pm
דורך שמעקעדיג
א געוואלדיגע פארלוסט אזא איד, א שטיק תורה, א גאון עולם בכל מכמני התורה, כמעט נישט נהנה געווען פון עולם הזה.
מערקווירדיג אז ער איז אן אנגענומענער גדול בכל תפוצות ישראל, כאטש ער האט באלאנגט צום ליטווישן חדר. כמעט נישט דא קיין יוד איבער די וועלט וואס האט נישט מחשיב געווען דעם גדול הדור מיט א געוואלדיגע הערצה, און זיין זיסע ליכטיגע צורה האט נאר צוגעגעבן צו זיין גרויסקייט.
יהא זכרו ברוך!
נשלח: מוצ"ש מערץ 19, 2022 9:47 pm
דורך קאצקע ציקער
יערמער רב ר'יענקל מילער האט געהאט די זכיה משמח זיין דעם גדול הדור
https://youtu.be/ytqatkviXTY
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 12:15 am
דורך פאלאצ'ינטא
ב"דה
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 11:35 am
דורך [NAMELESS]
איך וואלגער זיך פאר נייגער צו פארשטיין וואס איז געווען פשט פון דעם אז ר׳ חיים - דער גרעסטער קדוש צדיק און גאון - איז געלעגן אויף דער ערד אן קיין צייכענעס פון לעבן, און ארום אים האבן זיך געיאוועט פון אלע סארטן שיכטן און קרייזן צו כאפן א בילד מיט אים... האט דאס א מקור בכלל? (נישט די בילדער, דאס דער ערד געליגעכץ).
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 1:40 pm
דורך יין שרף
יהורם האט געשריבן:איך וואלגער זיך פאר נייגער צו פארשטיין וואס איז געווען פשט פון דעם אז ר׳ חיים - דער גרעסטער קדוש צדיק און גאון - איז געלעגן אויף דער ערד אן קיין צייכענעס פון לעבן, און ארום אים האבן זיך געיאוועט פון אלע סארטן שיכטן און קרייזן צו כאפן א בילד מיט אים... האט דאס א מקור בכלל? (נישט די בילדער, דאס דער ערד געליגעכץ).
כמדומה מדינא דגמרא שלא יסריח המת
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 1:49 pm
דורך מיליאנער
יהורם האט געשריבן:איך וואלגער זיך פאר נייגער צו פארשטיין וואס איז געווען פשט פון דעם אז ר׳ חיים - דער גרעסטער קדוש צדיק און גאון - איז געלעגן אויף דער ערד אן קיין צייכענעס פון לעבן, און ארום אים האבן זיך געיאוועט פון אלע סארטן שיכטן און קרייזן צו כאפן א בילד מיט אים... האט דאס א מקור בכלל? (נישט די בילדער, דאס דער ערד געליגעכץ).
יא, א מת לייגט מען אויף דער ערד איך ווייס נישט צו אלס הלכה אדער מנהג, אבער דאס איז וואס מ'טוט.
די בילדער געכאפעכטס איז געווען א היסטארישע בזיון המת און בזיון ת''ח וואס אפילו די פשוטסטע אידן דארפן געווענליך נישט מיטמאכן, זעט אויס אז צדיקים וואס מ'איז מדקדק כחוט השערה קומען אפ די דקות'דיגע פגמים אויף די וועלט און קומען ארויף אויסגעלייטערט.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 2:43 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
יעדע מת ליגט אויף דער ערד ביז צו קבורה אין אר"י און ביז צום ארון אין חו"ל
ביי אדם גדול לייגט מען אין ביהמ"ד און אידן זאגן תהלים דערלעבן.
די בזיון המת דא איז אין לשער איבערהויפט פאר אזא אדם גדול.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 3:40 pm
דורך וואלווי
מיליאנער האט געשריבן:
די בילדער געכאפעכטס איז געווען א היסטארישע בזיון המת און בזיון ת''ח וואס אפילו די פשוטסטע אידן דארפן געווענליך נישט מיטמאכן, זעט אויס אז צדיקים וואס מ'איז מדקדק כחוט השערה קומען אפ די דקות'דיגע פגמים אויף די וועלט און קומען ארויף אויסגעלייטערט.
די ביסט גאט?
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 4:42 pm
דורך מיליאנער
וואלווי האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:
די בילדער געכאפעכטס איז געווען א היסטארישע בזיון המת און בזיון ת''ח וואס אפילו די פשוטסטע אידן דארפן געווענליך נישט מיטמאכן, זעט אויס אז צדיקים וואס מ'איז מדקדק כחוט השערה קומען אפ די דקות'דיגע פגמים אויף די וועלט און קומען ארויף אויסגעלייטערט.
די ביסט גאט?
איך בין גוט מיט אים.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 7:33 pm
דורך איך אויך
פרעג עם ביטע די לאטערי נומערן. א שיינעם דאנק.
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 10:04 pm
דורך אינטערסאנטער
איך ווייס נישט ווי צו פרעגן די קשיא פרעג איך עס דא.
איינער האט פערצופאל די ארגינעלע הסכמה פון ר' חיים אויף די פאשקוויל-ספר הגאון? היסטאריש איז אינטערסאנט אז ער האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן און דאך איז די חסידישע וועלט אזוי פארנומען מיט דעם גדול.
אויב איינער האט דאס, ביטע ארויפלייגן.
יישר כח
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 1:54 pm
דורך לך לך
האט פאסירט א שרעקליכע שיסעריי אין בני ברק
רבי חיים'ס תורה איז שוין ליידער נישטא
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 6:25 pm
דורך עסקן בדברים
לך לך האט געשריבן:האט פאסירט א שרעקליכע שיסעריי אין בני ברק
רבי חיים'ס תורה איז שוין ליידער נישטא