בלאט 1 פון 2
הצדיקים הנפלאים קרבנות ר' שמעון יואל קליין
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 9:59 am
דורך [NAMELESS]
ר' שמעון יואל קליין מאכט א אייזענע דזשאב דאס יאהר אין די פורים אפטיילונג פון קול מבשר און מאכט זייער געלונגענע פּרענקס. דערווייל האב איך געהערט די ערשטע צוויי און איך בין באמת נתפעל פון שמעון יואל'ס טאלאנט.
אבער נאך מער בין איך נתפעל פון הצדיקים הקרבנות וואס זייערע מידות טובות ונפלאות קומען ארויס מיט שיינעדיגע קאלירן בפרט ר' ארי אבראמאוויטש שליט"א.
https://www.yiddish24.com/miscellanies/149/79685
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 10:31 am
דורך שמן למאור
כ'האב שוין אויסגעהערט ס'גאנצע. דער שמעון יואל איז עפעס מורא'דיג! ער טויג זייער גוט מיטן מאכן שטימעס, ער מאכט אפילו נאך אן אינדיאנער סקעמער... אייזן!
ער האט א ספעציעלן מהלך ווי ער גייט מקל אל הכבוד.. און נאך יענער פאלט פארן ערשטן זאך, גייט ער צום נעקסטן שטאפל...
כ'בין אויך שטארק נתפעל געווארן פון חיים איצקאוויטש, ווי אפילו אויף א תענית האט ער זיך געהאלטן גאנץ רואיג נאך וואס שמעון יואל האט אים אראפגעדרייט דעם קאפ מיט אומצאליגע סקעמערייען.
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 10:36 am
דורך הרב שיף
ארי איז זייער גוט, שפילט אויף די רחמנות סטרינעס, יוסף משה איז אויך ארויס גאנץ פיין, מאך א ניגון אויף ופגע רע, חיים איז ממש א פלא.
בראנמארק האט לכאורה געבעטען פאריאר, היתכן מהאט אים ארויסגעלאזט!.
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 10:43 am
דורך שמן למאור
הרב שיף האט געשריבן:ארי איז זייער גוט, שפילט אויף די רחמנות סטרינעס, יוסף משה איז אויך ארויס גאנץ פיין, מאך א ניגון אויף ופגע רע, חיים איז ממש א פלא.
בראנמארק האט לכאורה געבעטען פאריאר, היתכן מהאט אים ארויסגעלאזט!.
בראנדמארק קומט ארויף אויפן ד"ש ליל שישי שמועס, און ער זאגט אז ער האט נישט געוויסט פון פריער, ער זאגט אויך אז עס האט זיך געלוינט פאר די אטענשאן און פאר די שמחה וואס עס ברענגט פאר אידן. כ'בין נאר נייגעריג צו זיין ווייב איז זיי מוחל.. זי האט שוין שיער באקומען א נייע שייטל...
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 10:51 am
דורך שמן למאור
עס וואלט געווען זייער אינטערסאנט צו הערן די סקעמס וואס זענען 'נישט' ארויפגעלאזט געווארן... כ'קען מיך פארשטעלן ווי ער האט געמאכט דאס מעגא גענאר פון געוויסע מענטשן...
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז ער האט פראבירט למשל צו סקעמען אליעזר קרויס פון קול מבשר, ס'איז אים דאך זייער גרינג ארויסצונעמען פון די כלים. מסתמה האט ער אים פאר א האלבע שעה אויף די ליין ווי ער שעלט אויף דאס און יענץ, און שמעון יואל ציעט דאס שטריקל ווייטער און ווייטער. נאר וויירשיינליך האט ער נישט געגעבן קיין רשות עס ארויפצולייגן...
פון וואס עס איז יא ארויף, שטעל איך מיך פאר ווי גוט די אנדערע זענען געלונגען...
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 4:41 pm
דורך קאצקע ציקער
Good point.
איך שטעל מיר פאר אז יצחק שלמה דרעזנער האט עים געווארענט מיט אלע מיני הזהרות עס נישט צו מאכן פון עים , ער האט עים געזאגט פורים זאלסטו מאכן פון א צווייטען
און מסתם האט ער גערופן אליעזר נייהויז און עם געטראלט אז ער איז א עקטאר דורי דורות און ער וויל עקטאן אינעם אונטערן ....און אליעזר האט אזוי געשאלטן ...
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 8:00 pm
דורך כוואליעס
איך האלט גראדע אז עס איז זייער נישט א שיינע זאך צו משוגע מאכן יענעם אין א תענית אדער אין א טאג פון א טריפ און נאכדעם פרעגן אויב מען מעג עס ארויפלייגן, עס איז אזוי ווי איך זאל גיין נעמען א ווידיא ווי איך האק אפ איינעם'ס הענט און נאכדעם בין איך נאך די גוטער ווען איך פרעג אים אויב ער גיט מיר רשות ארום צושיקן די ווידיא, און איך שטעל אים פאר מיט מיין גוטהארציגקייט אז דאס גייט בשום אופן נישט ווערן ארום געשיקט אן די פולע הסכמה פונעם באטראפענעם.
חיים איצקאוויטש האט נישט אויסגעזען צו פרייליך נאך די פרענק האט אויסגעבראכן און ארי אבראמאוויטש איז באמת געווען 'זייער' פארנומען פארן טריפ און משמח זיין אידן דארף נישט קומען אויפן חשבון פון מצער זיין אנדערע.
אבער דאס יא. דער קליין איז אייזן, אפילו יואלי לעבאוויטש קען נישט באווייזן צו נאכמאכן אזעלעכע קולות, פון אן ארץ ישראלדיגע פרוי ביז א אינדיאנע.. בקיצור ער איז פיינע נייעס
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 9:17 pm
דורך וויליאמסבורגער
כ'האב געטראכנט ענדליך. הא תינח די וואס האבן מסכים געווען אז מ'זאל עס ארויפלייגן אויף קול מבשר איז דאך נתגלה הדבר למפרע אז זיי האבן מסכים געווען אז מ'זאל זיי משוגע מאכן, אבער די וואס האבן נישט מסכים געווען איז דאך פשט אז מ'האט זיי געפייניגט סתם אזוי. אמת, מ'לייגט עס נישט ארויף ברבים זיי צו פארשעמען, אבער זיי מצער געווען האט מען דאך.....
כ'וויל נישט סתם זיין נעגאטיוו, ס'איז באמת זייער א גוטע ארבייט. ר' שמעון יואל איז זייער זייער גוט, און די סטאקס פון די קרבנות איז ביי מיר נאר ארויף זעענדיג זייער שיינע מידות ווען זיי האבן נישט געוויסט אז די גאנצע וועלט גייט הערן וואס זיי רעדן.
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 11:17 pm
דורך קאצקע ציקער
אינטערסאנט די עולם אויף אייוועלט א שטארקע עולם האלטן אז סאיז פאלטש וואס זאגט דער עולם דא?
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 11:30 pm
דורך הרב שיף
שמן למאור האט געשריבן:הרב שיף האט געשריבן:ארי איז זייער גוט, שפילט אויף די רחמנות סטרינעס, יוסף משה איז אויך ארויס גאנץ פיין, מאך א ניגון אויף ופגע רע, חיים איז ממש א פלא.
בראנמארק האט לכאורה געבעטען פאריאר, היתכן מהאט אים ארויסגעלאזט!.
בראנדמארק קומט ארויף אויפן ד"ש ליל שישי שמועס, און ער זאגט אז ער האט נישט געוויסט פון פריער, ער זאגט אויך אז עס האט זיך געלוינט פאר די אטענשאן און פאר די שמחה וואס עס ברענגט פאר אידן. כ'בין נאר נייגעריג צו זיין ווייב איז זיי מוחל.. זי האט שוין שיער באקומען א נייע שייטל...
ער באדאנקט זיך פאר דרעזנער פארן געבען זיין נומבער ס'שטימט נישט דארט די גאנצע מעשה.
ארי קוקט אויס אמת, ווי אויך חיים, און דער טעקנישען.
אפי' אויב עס איז געשפילט, איז עס נישט ווייניגער ווי די אנדערע שפילן דארטן, עס איז נאך די בעסטע.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 11:47 am
דורך בת קול
לעצטע יאר איז געווען זיס.
ס׳האט קיינעם וויי געטוהן.
דאס יאר האט ער איבערגעצויגן די שטריקל.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 11:50 am
דורך טאמבל סאס
קאצקע ציקער האט געשריבן:אינטערסאנט די עולם אויף אייוועלט א שטארקע עולם האלטן אז סאיז פאלטש וואס זאגט דער עולם דא?
איך האב נאר אנגעפאנגען הערן בראנדמארק און מחליט געווען ס'איז פאלש.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 12:01 pm
דורך קאצקע ציקער
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב נאר אנגעפאנגען הערן בראנדמארק און מחליט געווען ס'איז פאלש.
למה?
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 12:10 pm
דורך מר. קלונימוס
קאצקע ציקער האט געשריבן:אינטערסאנט די עולם אויף אייוועלט א שטארקע עולם האלטן אז סאיז פאלטש וואס זאגט דער עולם דא?
גא''מ
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 12:18 pm
דורך טאמבל סאס
עפעס אין די אופן ווי אזוי ער רעאגירט תיכף. נישט אומזינסט דארפן עקטארס זיך נאך צולערנען געווענליך.
כהאב יעצט געמישט צו אבראמאוויטש, ער איז אויך אן עקט. קאמאן. וועלכע נארמאלע מענטש האלט נאך אהן די טעלעפאן נאכדעם וואס דער משוגענער זאגט צען מאל איבער אבראמבאוויטש..
מצד שני האב איך צוגעהערט צו יוסלעס טעצלעך און כ'האב געלאכט כמה פעמים.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 12:19 pm
דורך טאמבל סאס
משוגענער מיין איך נישט אמת'דיג. נאר אין די עקט.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 2:40 pm
דורך והאיש משה
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב נאר אנגעפאנגען הערן בראנדמארק און מחליט געווען ס'איז פאלש.
גא"מ
דער שי"ן זיינען נישט איידענטיקעל...
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 5:20 pm
דורך חב''ד הויזן
טאמבל סאס האט געשריבן:עפעס אין די אופן ווי אזוי ער רעאגירט תיכף. נישט אומזינסט דארפן עקטארס זיך נאך צולערנען געווענליך.
כהאב יעצט געמישט צו אבראמאוויטש, ער איז אויך אן עקט. קאמאן. וועלכע נארמאלע מענטש האלט נאך אהן די טעלעפאן נאכדעם וואס דער משוגענער זאגט צען מאל איבער אבראמבאוויטש..
מצד שני האב איך צוגעהערט צו יוסלעס טעצלעך און כ'האב געלאכט כמה פעמים.
איך וואלט מסתמא יא ווייטער געהאלטן די טעלעפאן.
דו כאפסט נישט אז א פאפולערע מענטש וואס איז ראש המדריכים, פרינציפעל, פירט אן פלעיס, עדס, און מסתמא האט ער נאך פראדזשעקטס.. באקומט ער אלע סארטן פאן קאל'ס.
בראנדמארק איז נישט דא א וועג בדרך הטבע עס זאל זיין אמת (כאטש איך מוז מודה זיין אז ער איז א גוטע עקטער) אבער די אנדערע קוקן יא אויס גאנץ אמת'דיג.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 5:30 pm
דורך טאמבל סאס
חב''ד הויזן האט געשריבן:
דו כאפסט נישט אז א פאפולערע מענטש וואס איז ראש המדריכים, פרינציפעל, פירט אן פלעיס, עדס, און מסתמא האט ער נאך פראדשעקטס.. באקומט ער אלע סארטן פאן קאל'ס.
פונקט פארקערט. אזא איינער קען שוין די שטיקעס און קנאקט תיכף אראפ.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 10:00 am
דורך להבדיל
קאצקע ציקער האט געשריבן:Good point.
און מסתם האט ער גערופן אליעזר נייהויז און עם געטראלט אז ער איז א עקטאר דורי דורות און ער וויל עקטאן אינעם אונטערן ....און אליעזר האט אזוי געשאלטן ...
קליין האט גראדע געעקט ביי חיים איצקאוויטשס לעצטע פלעי אין די קאמעדי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 11:32 pm
דורך פרעזידענט עלעקט
טאמבל סאס האט געשריבן:עפעס אין די אופן ווי אזוי ער רעאגירט תיכף. נישט אומזינסט דארפן עקטארס זיך נאך צולערנען געווענליך.
כהאב יעצט געמישט צו אבראמאוויטש, ער איז אויך אן עקט. קאמאן. וועלכע נארמאלע מענטש האלט נאך אהן די טעלעפאן נאכדעם וואס דער משוגענער זאגט צען מאל איבער אבראמבאוויטש..
מצד שני האב איך צוגעהערט צו יוסלעס טעצלעך און כ'האב געלאכט כמה פעמים.
מקען זען אז אבראמאוויטש פאוקעסט נישט אגאנצן צייט מיט אים ער האט געזאגט אז ער איז געווען ביזי מיט די ראוד האט ער אויסגעהערט א צעבראכענע אידל
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 7:55 pm
דורך מן הסתם
לדעתי איז עס זייער בולט די פאלשקייט..
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:07 pm
דורך קאצקע ציקער
מן הסתם האט געשריבן:לדעתי איז עס זייער בולט די פאלשקייט..
מען קען עס אנקיקן אויף ביידע וועגן קיין איינס איז נישט מוכרח
And you never gonna know the truth