בלאט 1 פון 2
תשובה פון הגר"י שטיין וועגן ארי בארי באקסער'ס גט
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 6:17 pm
דורך [NAMELESS]
דער באקאנטע עסן קריטיק פיגור אויף איסטאגרעם וואס איז באקאנט אלץ ארי בארי באקסער האט זיך לעצטענס גע'גט פון זיין ווייב מרת בלימי, אויך א באקאנטע איפלאָענצערין. ווי באקאנט דארף מען שרייבן אין א גט אלע כינויים פון דעם מגרש, איז ארויסגעקומען א שאלה אויב מ'דארף שרייבן ארי בארי'ס אינסטעגרעם ניק ארי בארי באקסער וואס מיט די נאמען איז ער באקאנט פאר זיינע 9,000 נאכפאלגערס.
הגאון ר' יצחק שטיין האט געשריבן א בירור להלכה
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 6:25 pm
דורך יין שרף
@דולה ומשקה קום אריין קלאר
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 6:52 pm
דורך לבי ובשרי
ששון ושמחה האט געשריבן:דער באקאנטע עסן קריטיק פיגור אויף איסטאגרעם וואס איז באקאנט אלץ ארי בארי באקסער האט זיך לעצטענס גע'גט פון זיין ווייב מרת בלימי, אויך א באקאנטע איפלאָענצערין. ווי באקאנט דארף מען שרייבן אין א גט אלע כינויים פון דעם מגרש, איז ארויסגעקומען א שאלה אויב מ'דארף שרייבן ארי בארי'ס אינסטעגרעם ניק ארי בארי באקסער וואס מיט די נאמען איז ער באקאנט פאר זיינע 9,000 נאכפאלגערס.
הגאון ר' יצחק שטיין האט געשריבן א בירור להלכה
המשך?
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 7:10 pm
דורך berlbalaguleh
ששון ושמחה: וואס האט הרב שטיין געפסקנ'ט הלכה למעשה. מ'דארף יא אריינשרייבן דעם (נארישן) צונאמען אדער נישט?!
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 11:56 pm
דורך יואליש
כ'האב נישט געזעהן די איבעריגע בלעטער מיטן פסק הלכה למעשה. לכאורה ווענדט זיך עס אין אויב ער איז מגרש על תנאי אז אויבן וואוינט באמת דער דאקטאר בשעת אונטן וואוינט די קוה. פארשטייט זיך אז צוליב א חשש ספק אשת איש ברויך מען גיין לחומרא אז ביידע זענען פולקאם אמת, אזוי ווי ס'איז מקובל פאר דורי דורות, און לא ראינו אינו ראיה. ושומר פתאים השם.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 7:05 am
דורך יעלה ויבא
berlbalaguleh האט געשריבן:ששון ושמחה: וואס האט הרב שטיין געפסקנ'ט הלכה למעשה. מ'דארף יא אריינשרייבן דעם (נארישן) צונאמען אדער נישט?!
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 7:50 am
דורך מתבודד
איך פרוביר צו טראכטן וויאזוי די תשובה פון התאחדות הרבנים וואלט אויסגעקוקט, לכא' עפעס אזוי, "וכיון דכינוי הלז המשונה הוי רק או בעיקר על האינטערנעט אין לך גנאי גדול מזה, דגנאי הוא לאדם שמשתמש באותם הכלים שאסרוהו כל גדולי ישראל ופשוט דשם שמשתמש בו על האינטרנעט אין לכתבו בגט כדין כל שם גנאי..."
די גאנצע תשובה אין 3 סימפל שורות...
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 10:24 am
דורך יואליש
די פסק לאזט אפען די טיר פאר א פאל ווי א מגרש איז באקאנט מיט א סאציאל מידיא moniker וואס איז נישט דוקא א שם לגנאי, לאמיר זאגן א געווענליכע פעדער-נאמען וואס האט זיך אנגעהויבן ווייל דער יעניגער וויל זיין אנאמים, פילייכט וואלט מען עס יא געברויכט אויסרעכענען אין א גט אלס א שם מכונה.
כ'ווינטש מיין ידיד הערשל ציג לאנגע יארן מיטן בני בית, אבער אלס א משל פאר א קעיס פון א בלאגער וועלכער מאנכע קענען אים בלויז מיט זיין בלאגער'ס נאמען, וואס וואלט דארט געווען די דין לויט הרב שטיין?
(גראדע הערשל ציג איז אויך באזירט אויף א פאלקס ערציילונג ווי עס איז געווען א טשעפע צונאמן.)
Re: תשובה פון הגר"י שטיין וועגן ארי בארי באקסער'ס גט
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 10:43 am
דורך כרם זית
איך מיין אז אן אנאנימער נאמען כדי זיך צו באהאלטן הייסט נישט ווי אתחזק שמו, און מ'דארף עס נישט שרייבן.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 10:53 am
דורך מר. קלונימוס
מתבודד האט געשריבן:איך פרוביר צו טראכטן וויאזוי די תשובה פון התאחדות הרבנים וואלט אויסגעקוקט, לכא' עפעס אזוי, "וכיון דכינוי הלז המשונה הוי רק או בעיקר על האינטערנעט אין לך גנאי גדול מזה, דגנאי הוא לאדם שמשתמש באותם הכלים שאסרוהו כל גדולי ישראל ופשוט דשם שמשתמש בו על האינטרנעט אין לכתבו בגט כדין כל שם גנאי..."
די גאנצע תשובה אין 3 סימפל שורות...
לייג נאך צו: און דאס איז דער סוף מיט דער וואס באנוצט זיך מיט סאשעל מידיע נישטא קיין שלום בית וכו' וכו'
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:49 pm
דורך ליימדארפער
וואס איז פשט אז די ווייס פעמעלי איז צע'גרש'ט איינס ביי איינס?
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:01 pm
דורך יין שרף
איך מיין אז עס איז באמת disgusting צו שרייבן אזא תשובה מיט details פון א יחיד, און נאך ערגער צו עס מאכן פאבליק.
און עס איז נישט די פלאץ דא צו דיסקאסן פארוואס א יחיד האט זיך גע'געט (אל אף איך בין אויך זייער נייגעריג..)
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:14 pm
דורך berlbalaguleh
יעלה ויבא האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ששון ושמחה: וואס האט הרב שטיין געפסקנ'ט הלכה למעשה. מ'דארף יא אריינשרייבן דעם (נארישן) צונאמען אדער נישט?!
יעלה ויבוא: ייש"כ. איך האב אזוי פארשטאנען. אפילו ער זאגט אז ס'אהרט איהם נישט דער שם של גנאי. איך אבער דא א קאנסעפט אין די גמ' להלכה...."בטלה דעתו אצל כל אדם"...!
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 7:41 pm
דורך שעפטאל
berlbalaguleh האט געשריבן:יעלה ויבא האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ששון ושמחה: וואס האט הרב שטיין געפסקנ'ט הלכה למעשה. מ'דארף יא אריינשרייבן דעם (נארישן) צונאמען אדער נישט?!
יעלה ויבוא: ייש"כ. איך האב אזוי פארשטאנען. אפילו ער זאגט אז ס'אהרט איהם נישט דער שם של גנאי. איך
אבער דא א קאנסעפט אין די גמ' להלכה...."בטלה דעתו אצל כל אדם"...!
די כלל פון בטלה דעתו איז: דו קענסט נישט מחליט זיין וואס איז די נארמע
פאר די וועלט. לדוגמא דו קענסט נישט מחליט זיין אז יין איז א קביעות'דיגע סעודה.
איין מענטש קען נישט מחליט זיין אז ס'איז נישט קיין
שם גנאי
אבער ער קען מחליט זיין אז די שם גנאי שטערט
עם נישט,
מ'דארף נישט די אנגענימענע מיינוג פון די וועלט צו קובע זיין וואס
דו האסט טאקע ליב אדער נישט.
[אין איין ווארט: בטלה דעתו איז קובע אויב ס'איז א שם גנאי, אויף דעם דארף מען דעת כל אדם, דאס איז נוגע אפשר אין הלכות מכנה שם לחבירו,
בטלה דעתו איז נישט קובע אויב דעס איז זיין צונאמען וואס ער רופט זיך דערמיט באקוועמערהייט אפי' ס'איז בעצם א שם גנאי]
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 8:41 pm
דורך מרדכי מרדכי
די שאלה קען אויך גיין אויף א אנדערע דירעקציע.
צו קענען איינעם נישט אויף א פערזענליכע אויפן נאר ווירטועל הייסט בכלל קענען?.
אפשר דארט ווי מען קען זען זיין פנים איז אנדערש, דעמאלטס וועט אפשרא בלאג זיין אנדערש ווי א אינסטעגרעם עקאונט וואס מען זעהט די פנים.
נ.ב. איך האלט נישט אז עס איז שיין צי אריינקריכן אין די סיבה פונעם גט אדער פון די משפחות דא רעדט מען אויסדרוקליך פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 11:07 pm
דורך שעפטאל
ס'ווענד זיך אויב מ'ווייסט ווער די מענטש איז (דורך א פיקטשר וכדו'), למשל א ניק נאמען אויף קאווע שטיבל איז זיכער נישט קיין שאלה.
נאך דערצו ביי שעפטאל (האפענטליך קיינמאל געדאכט...) ווייל תרי שעפטאל איכא בבית הקאפע ומשתמשים בניקא חדא
אזוי פסק'ענט מוחי ורבי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:22 am
דורך א נייגעריגע קאטשקע
כ'האב אויך געהאלטן סאיז נישט גערעכט פון שטיין צו פארשפרייטן עפעס פון א יחיד
אולי ווייס האט אים נישט באצאלט
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:43 pm
דורך שעפטאל
אין מיין פוינט אויף וויא
איינער האט זיך גע'גט איז פונקט אזוי ווי איינער וואס איז א אלמן, בחור. - ער איז סך הכל נישט חתונה געהאט
כ'קען אסאך מוצלח'דיגע נארמאלע גאלדענע מענטשען וואס זענען סינגל
און אסאך חתונה'געהאטע פארקערט פון דעם
[דרשנען איבער די [שפעקליר'טע] סיבות פון א גט איז טאקע נישט שיין, פונקט ווי ס'איז נישט שיין צו רעדן פון אזעליכע זאכן אויף א חתונה'געהאטע מענטש]
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:57 pm
דורך כלבאשבוע
לדעתי איז די תשובה שטארק נוגע היינטיגע צייטן, סדא היינט אינטערנעט און סאושעל מידיא פערזענליכקייטן וואס ווערן אנגערופען מיט זייערע אנליין נעמען אנשטאט זייערע עכטע נעמען
למשל,
דוד באשעווקין ווערט גערופען און איז באקאנט בפי כל אלץ DBash וואס איז זיין צונאמען אויף טוויטער און טויזענטער מענטשן רופן אים אזוי אפילו אין ריעל לייף, די פענעמאנאן פון אינטערנעט און סאושעל מידיע האט געטוישט די מציאות לגבי נעמען און די שאלה ותשובה איז זייער אין פלאץ
נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 6:49 am
דורך moneyminded
here goes another so called lovely couple posting lovely pictures all the time
social media is fake
נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 8:37 pm
דורך ערנסטגערעדט
moneyminded האט געשריבן:here goes another so called lovely couple posting lovely pictures all the time
social media is fake
יו אר 100% רייט
אבער דא איז געווען א מעשה
נישט סתם מאיז זיך נישט דורכגעקומען
און סגעווען פאלש
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 3:39 pm
דורך יאסל ראקאווער
בראשונה היה לתמייה האיך נטל רב חרדזי רשות לעצמו להתיר דבר כל כך סביך ובשאלות איסורי דאורייתא! אבל כשהעיינתי בו שוב תפסתי דאם חרדי נותן רשות לעצמו לאמתיות המציאות לדבר התלוי ב'אינטערנעט אין לדבר סוף ויבואי כולם, החדרידים, בברית אחת לחייב כולם בכל שם אינטערנעט ואימייל שכל אחד ואחד וכו'. ולבסוף יהיה מי שיהיה שיוציא לעז על אשה משום ששכחו שם אימייל, ואין לדבר סוף. וחרידזים על מקומו יבא לשלום!
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 2:17 am
דורך דוד שריפטליך
ערנסטגערעדט האט געשריבן:moneyminded האט געשריבן:here goes another so called lovely couple posting lovely pictures all the time
social media is fake
יו אר 100% רייט
אבער דא איז געווען א מעשה
נישט סתם מאיז זיך נישט דורכגעקומען
און סגעווען פאלש
אדרבה פונקט פארקערט ביי א זא קאפל איז ווען מען הערט אז זיי זענען צוטיילט איז די ווייטאג סאך גרעסער....