Rabbi Anthony Manning

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1013
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1469 מאל

Rabbi Anthony Manning

שליחה דורך סקעפטיקער »

איינע פון מיינע געשמאקסטע בעלי דרשנים איז א איד וואס געהערט צו די מאדערן ארטאדאקס, מיטן נאמען ר' אברהם מנינג, אדער אין ענגליש Rabbi Anthony Manning, די מעלה פון זיינע שיעורים זענען אז זיי רירען אן זייער אסאך קאנטערווערסיאנאלע אדער אומקלארע נושאים אין אידישקייט בהלכה ובהשקפה, און זיי זענען זייער רייך מיט מקורות, און צוגאב איז ער א געשמאקע רעדנער מיט א טעם, דאס אלעס צוזאמען איז גורם אז איך באלעק מיך מיט זיינע שיעורים

על אף ער רעדט קאנטערווערסיאנאלע ענינים גייט ער פארשטייט זיך נישט איבער די ליין מיט זאכן וואס זענען זיכער קעגן די תורה, איך האב די ערשטע מאל באגעגנט זיינע שיעורים ווען איך האב געזוכט איבער די פעלנדע יארן פון די פרס'ישע מלוכה וואס ער האט דערויף צוויי שיעורים, זייט דעמאלטס בין איך געבליבן זיינס א צוהערער

זיינע שיעורים זענען דא אביסל אויף זיין וועבסייט אבער ער געט א וועכענטליכע שיעור אין די OU Israel Center אין ירושלים, און אלע שיעורים איז אויף OU Torah
רעאגיר