בלאט 1 פון 1

א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:59 pm
דורך שעפטאל
כ'זיך ערענסט א דשאב. ס'געט א סענס אוו פאורפעס. מ'קען אינוועסטן איבריגע געלט. כ'בין ב"ה טויגליך, כ'וועל צופרידן שטעלן מיין בעה"ב.

נישט א פיזיקל דשאב, כ'האב נישט קיין נערוון צו שטיין אויף א לייטער און שלעפן ווייער'ס.

נישט א דשאב וואס טראגט אחריות, פאר דעי געלט קענעך שוין עפענען א ביזנעס.

נישט א דשאב וואס מ'דארף רעדן צו קאסטימער'ס, וואס פעהלט מיך אויס צעפרידן שטעלן אומצופרידענע מענטשן.

נישט א אפיס דשאב, כ'וויל פארברענגן מיט מענטשן.

נישט א 9 טא 5 דשאב, כ'וויל זעהן די זין און ביימער, שפאצירן אביסל.

נישט א דשאב וואס מ'דארף אסאך ארבעט, כ'קען באשטיין צו ליינען ק"ש.

כ'זיך און כ'זיך.. כ'הענג דא אויף א צעטל:

א טויגליכער פרייליכער געשמאקער אחריות'דיגער יונגערמאן איז גרייט צו טוהן פאר אייך סיי וואס, ווי
שמועסן מיט אייך, אויסהערן אייער ווייטאג'ן.
קלינען אייער שטיב,
שפאצירן מיט אייער הינטל,
קאכן גאר בא'טעמ'טע נאכטמאל,
בעיביסיטן אייערע קינדערלעך,
לערנען און שמועסן מיט אייער בחור'ל.
טרינקן מיט אייך אייוואסקא. (שוין געטרינקן מיט אפאר גדולים פון שטיבל..)
כאפט אריין פאר ער ווערט פולי בוק'ט!

פאר מער אינפא. אישי'ט שעפטי...

--
נאך איידיעס? ביטע רופט זיך אהן ווארעם..

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:16 pm
דורך ים של שלום
שעפטי, די ווייסט ווער עס זיכט גענוי אזא ארבעטער? דיין ווייב....

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:35 am
דורך שמעון וואלף
שעפטי, די אנדערע וואך האב איך געזעהן א צעטל אין שול ביים סינק וועגן הלכה ולא למעשה. לכאורה איז דאס וואס די זיכסט.

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:57 am
דורך שעפטאל
ס'עולם אישי'ט עצות..
מ'קען עס שרייבן ברבים..

והנה:
ברענג אריבער שוואצע גארבידש בעג'ס פון איין פלאץ צום צווייטען. (מעגסט עס נישט עפענען. מאך זיכער א פאליציאנט שטעלט דיך נישט אפ. גאר גוט באצאהלט)
שרייב פארן מאמענט.
רעד אויף קול מבשר. (וכדי שלא יהיה גילוי, זאלעך זיך רופן שפעטי..)
ארבעט אין א קירוב ישיבה
פארקויף פטריות
א פאנדרעיזער
ווער א שאמאן
פארקויף זיך אלס א קנעכט..

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 1:30 am
דורך פונדאַמענטאַל
הייב אן א פאדקעסט

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 2:52 am
דורך טאמבל סאס
א קידוש החמה מנין שלעפער?

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:13 am
דורך שמן למאור
טאמבל סאס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 2:52 am א קידוש החמה מנין שלעפער?
דאס איז גוט פאר א סייד דזשאב.

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 9:02 am
דורך קהל'ס נער
גיי אויף אנלי פענס, דארפסט נישט גארנישט טוען נישט קיין לייטער נישט קיין אפיס ניטאמאל קליידער דארף מען…..😂😂😂

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:21 pm
דורך שעפטאל
וואס מיין פריעדיגע דשאב'ס זענען געוועהן?

לייקן יעדע תגובה וואס כ'קען נאר. אבער כ'האב געפלאצט. כ'געב איין גרויסע לייק פאר יעדעם, כ'קען נישט מער..

באס רבי. ווי סך קען איך שרייען מ'זאל זיצן, נישט ארויסשטעקן די הענט פון די פענסטער?

ארויסגעבן ווידיאוס מיט א פארדעקטן פנים. ווי סך ענערגיע קען מען ארויסגעבן?

קיפּן קאמפעני פאר אפאר גבירים, כ'פלעג ארום פאהרן מיט זיי איבעראל. שוין געוועהן אויף איין טיש מיט אזויפיהל סעלעבּ'ס, אלע זענען די זעלבע בשר ודגים, זעלבע טיפשים. כ'האלט נישט אויס מער. ווי סך קענעך פאלש לאכן פונעם עושר'ס דשאק'ס? (למעשה איז עס נישט אזוי געפערליך..)

כ'פלאץ שוין פון ליידיג גיין, עני איידיעס פליז?

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:06 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:21 pm כ'פלאץ שוין פון ליידיג גיין, עני איידיעס פליז?
וואלטיך געהאט; וואלטיכעס געניצט ס׳איידיע פאר מיר אליין.... :)

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:10 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
א סעילס מאן וואס גייט ארום איבערן גארער וועלט מיינעך פיט דיין דעסקריפציע און כנראה לי ביזטו טויגלעך דערצו

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:29 pm
דורך קהל'ס נער
שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:21 pm וואס מיין פריעדיגע דשאב'ס זענען געוועהן?

לייקן יעדע תגובה וואס כ'קען נאר. אבער כ'האב געפלאצט. כ'געב איין גרויסע לייק פאר יעדעם, כ'קען נישט מער..

באס רבי. ווי סך קען איך שרייען מ'זאל זיצן, נישט ארויסשטעקן די הענט פון די פענסטער?

ארויסגעבן ווידיאוס מיט א פארדעקטן פנים. ווי סך ענערגיע קען מען ארויסגעבן?

קיפּן קאמפעני פאר אפאר גבירים, כ'פלעג ארום פאהרן מיט זיי איבעראל. שוין געוועהן אויף איין טיש מיט אזויפיהל סעלעבּ'ס, אלע זענען די זעלבע בשר ודגים, זעלבע טיפשים. כ'האלט נישט אויס מער. ווי סך קענעך פאלש לאכן פונעם עושר'ס דשאק'ס? (למעשה איז עס נישט אזוי געפערליך..)

כ'פלאץ שוין פון ליידיג גיין, עני איידיעס פליז?
הייבן אן לייקן פאר געלד, לאמיר זאגן צעהן דאלער א חודש, און פארדעים וועסטו לייקן יעדן איינציגע תגובה פאר יענעם חודש פאר דער ניק, ס׳דא א ערך פון הונדרעט אקטיווע שרייבער, דאס מיינט האסט א פאטענטשעל פון א טויזענט דאלער א חודש.
איינמאל ק״ש איז מעקסט out, גיי עפען נאך א ברענטש אין אייוועלט, נאכדעים אידטיש, פארום אוצר החכמה, Imamother, און עווענטשילי ביי די (געשטארבענע) רעדיט געמיינדע פון (די אויסגעשפארטע) רביה״ק השלישי, קאווע שטיבעל טשעט אויף טעלעגראם, וכו׳ וכו׳ די אפערטוניטיס זענען ענדלאז….

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 12:36 am
דורך ים של שלום
ווער א פאבליק סקול טיטשער פאר א קורצע צייט און דערנאך פאלג נישט די פרינסעבעל און מען וועט דיר צאהלן צו זיצן און טוהן גארנישט.https://www.nbcnews.com/id/wbna31494936

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:11 am
דורך פאלאצ'ינטא
מען זאגט אז בחורים זענען די איינציגסטע וועליכע קענען עפענען א פלשעל ביר אן א עפענער און די איינציגסטע וועליכע קענען עפענען א גמרא און נישט לערנען... זיי וואקסען אויס א אינגערמאן וועליכע קען האבען א א דז'אב און נישט ארבייטען

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:08 pm
דורך תקע בשופר
אונזערע טאטעס האבן שווער גארבעט פון 9-5 בכמות ובאיכות. פון פינעף ביז ניין, האבן זיי געלעבט א לעבן נישט געטראכט פון די ארבעט גארנישט.

אונז זעמיר געלונגען, טיכטיגע חברה, אונז דריי מיר סיך אאויס פון ארבעטן, די פראבלעם איז אבער אז די ארויסדרייען פון ארבעטן פארנעמט אונז די גאנצע 24 שעה פון טאג.

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:25 pm
דורך חדשים
ווער א מקובל... ס’קוקט אויס ווי די האסט גוטע ענערדזשי...

Re: א דשאב אהן ארבעטן

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:35 pm
דורך שעפטאל
תקע בשופר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:08 pm אונזערע טאטעס האבן שווער גארבעט פון 9-5 בכמות ובאיכות. פון פינעף ביז ניין, האבן זיי געלעבט א לעבן נישט געטראכט פון די ארבעט גארנישט.

אונז זעמיר געלונגען, טיכטיגע חברה, אונז דריי מיר סיך אאויס פון ארבעטן, די פראבלעם איז אבער אז די ארויסדרייען פון ארבעטן פארנעמט אונז די גאנצע 24 שעה פון טאג.
זאל דער דערבארימדיגער טאטע אונז באהיטן פון דארפן ארבטן פון 9-5. שוין צייט פאר גאולה
מ'טוהט וואס מ'האט א פּעשין און מ'בּילט דערפאר :lol: