בלאט 1 פון 3

רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
א רומאר איבער א דראמאטישע מעלדונג פון די הנהלת המוסדות אין קרית יואל.

דער בעל מנגן מאטי אילאוויטש, וואס איז געווען באשטעלט צו אנפירן מיט א פעאזיע פארשטעלונג איבער די היסטאריע פון קרית יואל, ביים מעמד יובל החמשים מוצ"ש וישלח, איז היינט נאכמיטאג געווארן געקענסלט, צוליב א ציוניסטיש-גענויגטע פרא-מלחמה ווידעא וואס ער האט היינט ארויסגעגעבן, וואס לויט ווי זיי זאגן מאכט זייער אומפאסיג פאר סאטמאר'ע אידן צו הערן פון די זעלבע זינגער א נגינה פארשטעלונג געווידמעט פאר סאטמאר.

די הנהלה טענה'ט אז דער באשלוס איז א שווערע, וויבאלד עס איז שוין זייער נאנט צום מעמד , אבער די הנהלה האט באשלאסן אז ס'איז ווערד די עגמת נפש, ווי איידער צו מאכן א שפאלט אינעם ריינקייט פון אזא היסטארישע סאטמארע מעמד.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 10:09 pm
דורך [NAMELESS]
מ'רעדט פון דעם

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 10:36 pm
דורך מר. קלונימוס
המלוכה והממשלה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 10:15 pm איינער זאגט מיר,.
דו רעדסט צו זיך אליינס?

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:11 pm
דורך היכי דמי
נעבעך, די סאטמארע חברה שטייען פארלוירן ווען גאנץ כלל ישראל ווייזט סימפאטיע מיט די מדינה

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:15 pm
דורך וויליאמסבורגער
פרוכט זאפט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 10:09 pm מ'רעדט פון דעם
יעצט געקוקט, איך זעה נישט קיין שום ציונות.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:34 pm
דורך אלע צוזאמען
הער איך יעצט אז זיי האבן אויך געקענסלט מאטי שטיינמעץ פון כ’’א כסלו, ווייל ער האט געזינגען פאר די חיילים.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:39 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער זיי האבן געקענסלט די ארמארי ווייל די אמעריקאנער מיליטער סופפארט די מדינה הציונות.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:54 pm
דורך דערהויבענע איד
א דריטער זאגט מיר אז מ'האט יעצט געקענסלט ישי ריבו פאר כ''א כסלו, ווייל ער האט געזינגען היינט ביי די פרא איזראעל ראלי היינט אין וואשינגטאן.

כ'האף אז עטץ פארשטייסטס אז שטיינמעץ מיט אילאוויטש גייען ארויס פון ביזנעס, ווייל סאטמערע מוסדות האבן זיי נישט געבוקט...

עניוועי'ס, ס'איז לכאורה שטותים די אלע רומער'ס.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:20 am
דורך berlbalaguleh
רבותיי: אני הקטן (אדער הגדול) בערל בעל עגלה געב ארויס א ווידעא וואו איך שעלט צוזאם די אלע (חסיד'ישע) ציונים. איך געב חיזוק (אפשר חוזק) פאר הרב חיים שלמה בערגער שליט"א פון מאמענט (און נאך א סאך אנדערע פלעצער). אויך פאר הרב ש.ב. מרגליות שליט"א. פון בלאט. המכונה הרב שמואל שלמה טעללער. די קריעג איז נישט אין ארץ ישראל. ס'איז אין מדינת ישראל. און יא. די ציונים זענען שולדיג. פאר אלעם. זיי זענען עובר אויף התגרות באומות. זיי האבן זיך גערייצט מיט די פריעדליכע, אומשולדיגע פאלעסטינער פרויען (רח"ל מהאי דעתא) און קינדער. מיט זייער הילפ'ס ארגאניזאציע חא-מא-ס. (מיט א קמ"ץ). שמחת תורה שטאטס צו גיין אין ביהמ"ד צו הקפות זענען זיי געגאנגען צו א מוזיק פעסטיוואל, רח"ל,שר"י, ימ"ש, היל"ת. און יעצט הרג'נען זיי (נעבעך) אויס די זעלבע אומשוליגע פאלעסטינער נשים און פעוטים. (פיטא-ם).

שוין: איך האף אז די מוסדות אין קר"י וועללן מיך נעמען צו זינגען און גראמען ביי כ"א כסליו. די פראבלעם איז אז איך קען נישט זינגען. און נישט גראמען. אבער א טשעק . דאס קען איך יא נעמען...!

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:53 am
דורך משה זעקעל
מאטי אילעוויטש וואלט קיינמאל נישט גערופן געווארן זינגען אין קרית יואל

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 12:00 pm
דורך דערהויבענע איד
ס'מאכט סענס אז סה''כ האט סאטמער - אדער אפאר סאטמערע - פרובירט סה''כ צו פראפאגאנדען אז זיי ''האלטן זיך צו זייערע סטאנדארטן''.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 3:10 pm
דורך בעל אחריות
ער זאגט דאך נישט קיין מילה ציונות אפילו נישט ברמיזה, נאר די סאטמערע פייט קעגן ציונות איז שוין לאנג נישט קיין שיטה נטו, עס איז געווארן אן איגא פייט צווישן סאטמר און די מדינה און די אגודה חסידות'ן, אזא קליפ קלאפט זייער איגא אפילו עס איז נישט קיין ציונות ודוק.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
וויליאמסבורגער האט געשריבן: יעצט געקוקט, איך זעה נישט קיין שום ציונות.

דו דארפסט גיין צו די שיעורים פון הרב ש.ב. מרגליות 'עסטו שוין וויסן וואס הייסט ציונות... לאל

די פארגאנגענע וואך (פ' וירא) האט ער געברענגט אן ארטיקל וואו ער רעדט "אמת'דיג" בגנות הציונים (שר"י ימ"ש היל"ת). הערט און שטוינט. ווען אידיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער און דער גאנצער ישוב אין ארץ ישראל לעבט אין א גרויסע שרעק, האט ער געברענגט א באריכט, וואו מ'האט אינטערוויו'ט 2 פרויען וועלכע זענען באפרייט געווארן דורך די כאמאס רוצחים, און זיי זאגן אז די פארכאפערס האבן זיי באהאנדלט "זייער גוט", געגעבן צו עסן און געגעבן מעדיצינישע הילף. ער (הרב שב.מ.) טאנצט פאר שמחה אז די ציונים שר"י, ימ"ש היל"ת (כבר אמרנו) זענען געווארן ..."ללעג ולקלס"... פאר די גאנצע וועלט... אז זיי האבן אויסגעטראכט אזעלכע בלבולים אויף די פיינע מענטשן פון כאמאס...!

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:27 pm
דורך צפור בודד
berlbalaguleh האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן: יעצט געקוקט, איך זעה נישט קיין שום ציונות.

דו דארפסט גיין צו די שיעורים פון הרב ש.ב. מרגליות 'עסטו שוין וויסן וואס הייסט ציונות... לאל

די פארגאנגענע וואך (פ' וירא) האט ער געברענגט אן ארטיקל וואו ער רעדט "אמת'דיג" בגנות הציונים (שר"י ימ"ש היל"ת). הערט און שטוינט. ווען אידיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער און דער גאנצער ישוב אין ארץ ישראל לעבט אין א גרויסע שרעק, האט ער געברענגט א באריכט, וואו מ'האט אינטערוויו'ט 2 פרויען וועלכע זענען באפרייט געווארן דורך די כאמאס רוצחים, און זיי זאגן אז די פארכאפערס האבן זיי באהאנדלט "זייער גוט", געגעבן צו עסן און געגעבן מעדיצינישע הילף. ער (הרב שב.מ.) טאנצט פאר שמחה אז די ציונים שר"י, ימ"ש היל"ת (כבר אמרנו) זענען געווארן ..."ללעג ולקלס"... פאר די גאנצע וועלט... אז זיי האבן אויסגעטראכט אזעלכע בלבולים אויף די פיינע מענטשן פון כאמאס...!

לינק ביטע.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:41 pm
דורך באר מים
איך האב באקומען איסייד אינפא אז ער איז יא געווען געבוקט פאר כ”א כסליו

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:42 pm
דורך תניא בניחותא
בעל אחריות האט געשריבן: ער זאגט דאך נישט קיין מלה ציונות אפילו נישט ברמיזה, נאר די סאטמערע פייט קעגן ציונות איז שוין לאנג נישט קיין שיטה נטו, עס איז געווארן אן איגא פייט צווישן סאטמאר און די מדינה און די אגודה חסידות'ן, אזא קליפ קלאפט זייער איגא אפילו עס איז נישט קיין ציונות ודוק.

וואס? דו זעסט נישט די גראבע ציונות אין יעדע שורה?
1) ווער איז דער "מיר" פון וועם ער רעדט? איינער האט געבעטן סאטמאר צו האלטן פייער?
2) ער רייסט אראפ די פיינע חאמאס ווי געמיינע רוצחים און שוחטי ילדים, בו בזמן וואס אונז ווייסן מיר די אמת אז די אמת’ע רוצחים זענען די ציונים.
3) ער איז שמח בהצלחתם פון די ציונים רח"ל און פריידט זיך מיט די צרות וואס די טייערע פאלעסטינער ליידן על לא עוול בכפם, בלויז ווייל די ציונים ווילן א מדינה וואס כידוע ליודעי השיטה איז רק בדם תהי' לנו הארץ.
ועוד כמה דיוקים וואס מ’קען באמערקן צווישן די שורות.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:41 pm
דורך כפתור
ווען נישט צה"ל, וואס פונקטלעך וואלטן די סאטמערער משפחות געטוען? געבליבן און א"י?
ס'איז גרינג צו קריטיקירן איינעם ווען און די זעלבע צייט איז מען אנגעוויזן און יענעם. זיי וואלטן נישט געקענט בלייבן א מינוט און די מדינה אן צה"ל.
ווארפן בענק פון די דאך פון תולדות אהרן בית מדרש אויף די אראבער וואלט קנאפע געהאלפן

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:43 am
דורך דער גאלדענער אדלער
די וועלט זאגט אז וויאזוי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך, אין ענגליש האט דאס א נאמען "Cancel culture" אויב האלטסטו נישט אזויווי מיר ביסטו געקענסעלד!

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:48 am
דורך שעפטאל
שלום עליכם נשר הזהב!!!
וועלקאם בּעק!!!

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:50 am
דורך שפילער
כפתור האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:41 pm ווען נישט צה"ל, וואס פונקטלעך וואלטן די סאטמערער משפחות געטוען? געבליבן און א"י?
ס'איז גרינג צו קריטיקירן איינעם ווען און די זעלבע צייט איז מען אנגעוויזן און יענעם. זיי וואלטן נישט געקענט בלייבן א מינוט און די מדינה אן צה"ל.
ווארפן בענק פון די דאך פון תולדות אהרן בית מדרש אויף די אראבער וואלט קנאפע געהאלפן
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט ווען נישט די מדינה וואלט נישט געווען קיין פראבלעם פון דער אראבער!

דא קימט שטארק אריין די משל היודוע פון סאטמאר רב זי"ע

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:33 am
דורך קהל'ס נער
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:50 am
כפתור האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:41 pm ווען נישט צה"ל, וואס פונקטלעך וואלטן די סאטמערער משפחות געטוען? געבליבן און א"י?
ס'איז גרינג צו קריטיקירן איינעם ווען און די זעלבע צייט איז מען אנגעוויזן און יענעם. זיי וואלטן נישט געקענט בלייבן א מינוט און די מדינה אן צה"ל.
ווארפן בענק פון די דאך פון תולדות אהרן בית מדרש אויף די אראבער וואלט קנאפע געהאלפן
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט ווען נישט די מדינה וואלט נישט געווען קיין פראבלעם פון דער אראבער!

דא קימט שטארק אריין די משל היודוע פון סאטמאר רב זי"ע
גענוג מיט די פאלשע נעראטיוו.
אין 1929 כמעט צוואנציג יאר ביפאר הקמת המדינה האבן די אראבער אין חברון אויסגעהרגט 67 אידן מיט מיתות משונות, וועם גייסטו יעצט בלעימען?
צי די ביסט א ציוני צי א נטורי קרתא, די פאקט איז אז די מדינה באשיצט אידן איבער ארץ ישראל, און שטעלט צי א מקום מקלט פאר אידן איבערן וועלט.

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:50 am
דורך סקעפטיקער
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:33 am

איך בין נישטא צו נעמען א מיינונג, אבער די קנאים טענה'ן אז דאס איז אויך געווען אלס רעזולטאט פון די ציוניסטישע התגרות בימים ההם

Re: רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:02 am
דורך בר גיורא
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:33 am
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:50 am
כפתור האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:41 pm ווען נישט צה"ל, וואס פונקטלעך וואלטן די סאטמערער משפחות געטוען? געבליבן און א"י?
ס'איז גרינג צו קריטיקירן איינעם ווען און די זעלבע צייט איז מען אנגעוויזן און יענעם. זיי וואלטן נישט געקענט בלייבן א מינוט און די מדינה אן צה"ל.
ווארפן בענק פון די דאך פון תולדות אהרן בית מדרש אויף די אראבער וואלט קנאפע געהאלפן
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט ווען נישט די מדינה וואלט נישט געווען קיין פראבלעם פון דער אראבער!

דא קימט שטארק אריין די משל היודוע פון סאטמאר רב זי"ע
גענוג מיט די פאלשע נעראטיוו.
אין 1929 כמעט צוואנציג יאר ביפאר הקמת המדינה האבן די אראבער אין חברון אויסגעהרגט 67 אידן מיט מיתות משונות, וועם גייסטו יעצט בלעימען?
צי די ביסט א ציוני צי א נטורי קרתא, די פאקט איז אז די מדינה באשיצט אידן איבער ארץ ישראל, און שטעלט צי א מקום מקלט פאר אידן איבערן וועלט.
איך מיין אז סאיז אנגענומען ביי די מעינסטרים היסטאריענס אז די 1929 ראיאטן איז געווען א רעזולטאט פון די העצע פון חא'ג אמין חוימעני (מופטי דירושלים והסביבה)
אז די יודען אימעגראנטן גייען איבער נעמען אל אקצה!
(סאיז נישט אז סקיינמאל נישט געווען אזא פלאן...)

סא די אראבער האבן אווער ריעקטעד, אבער סאיז נישט געשען אין "א וואקיום"..
און ביי יענע ראיאטען זענען אויך איבער 150 אראבער געהארגעט געווארען דורך די בריטישע.
דאס האט זיי איבערגעלאזט מיט א געפיל אז די אידן/בריטן איז 1 גרויסע פלאן זיי ציציטרעטען.

צי חא'ג אמין האט עס פראפענגעדירט אלס פאליטיק אדער רעליגיע קען מכן שוין הערן א נערעטיוו.