בלאט 1 פון 1
בריוועלע צו גאט
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:21 pm
דורך שעפטאל
ווער בין איך
פארוואס בין איך דא
כ'זוך אין זיך
מיט לך לך
קולטור'ן אזוי פיהל
כ'פיט נישט אין קיין איין
לעבן אהן ציהל
מיט זיך אליין
קיין טראפ ידיעה
פון ווי איך קום
עתיד א פליאה
פון א מינוט ארום
בזיעת אפיך א ברויט
מוטשע ווי דימען
אדער דעם נויט
מיט בטלה לידי שעמום
גאט וואס איז די דזשאוק?
ביסט א שלעכטער?
מענטשהייט בּראוק
ביסט כאטש א וועכטער?
גארנישט מאכט סענס
ספקות אין אלעס
מחשבות אזוי טענס
עקזיסטענס איז חאלאס
--
ששש שא שטיל
בארואיג זיך מוח
אויב איך וויל
טרעף איך די כוח
אטעם טיעף
שלאף אפאר שעה
ליבשאפט איז רעליעף
בלייב אין דעם יעצט און דא.
וואס קוקט אויס גוט
טוה אהן איבערטראכטן
האסט סייווי נאר דעם מינוט
לאז אפ די פארדאכטן
--
גאט נעם איבער
כ'קען נישט מער
ווייז מיך דעם וועג אריבער
ווער בין איך, ווער?!
אויב האבעך א תפקיד
העלף מיך ערפיהלן
אז נישט, צוריק צום מפקיד
זאל זיין דיין ווילן
Re: בריוועלע צו גאט
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:33 pm
דורך יאסל ראקאווער
מאך נישט קיין רעש
ערפיל דיין באגאזש
פאר טריליאן יאר טויט
אכציג יאר פאר א נויט
אפשר זיך צו פראגמירן
צו עפענען טירן
פול מיט אהבה
אוועק מיט גאווה
ליב
לעב
שתוק
נישט פרעג
Re: בריוועלע צו גאט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:52 am
דורך שאלתיאל
שעפטאל וואו! א הערליך שטיקל. מייסטערהאפטיג ממש
Re: בריוועלע צו גאט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:04 am
דורך שעפטאל
@יאסל ראקאווער:
ביסט טאקע קיין נביא
אבער גוט נאך ווי
נאר, אמאל א טרער
צום עתיד א קער
א הייסע געבעהט
אויף וואס געשעהט
נאכלאזן דעם מהומה
אויפגעבן כוח המדומה
דאגות ווערן וויינציגער
ביים פארלאזן אויפן איינציגער
גאט העלף, ווייל אלעס איז מופרך
ואם אין, מחני מספרך
יאסל ענטפערט ווי פון גאט
מ'קען ליבן וואס מ'האט
מ'פאלט ניט פון די ערד
זאל מען טוהן וואס מ'באגערט
יאפ
ליב לעב לאך קיש
שתוק, פרעג נישט
Re: בריוועלע צו גאט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:15 pm
דורך האניג
שעפטאל'ע ליבער
אוי זאגסטו גוט
קיין ווארט בלייבט נישט איבער
אבער כ'שאקל מיט
פארלוירן און צוחוש'ט
כ'ווייס נישט וואס איך וויל
יעדעס ווארט צוקישט
ווייל איך שטום צו שטיל
אין חשכות איך שפאן
קיין אנונג ווי צו קוקן
'שתוק' איז די פלאן?
די געוויסן צו דערשטיקן
אבער ליבער ברודער
הער נאר הער
מיט אלע מיינע גלידער
כ'שטיי און קלער
אין שטיבל דא מיר זענען
אינאיינעם אלע
רעדן דערפון מיר קענען
דורכטון די שאלה
פריינט
ביסט נישט אליין
האנט ביי האנט
טוען מיר מיט דיר גיין
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:37 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שעפטאל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:21 pm
קולטור'ן אזוי פיהל
כ'פיט נישט אין קיין איין
לעבן אהן ציהל
מיט זיך אליין
אך און וויי אויב שעפטאל וואלט אריינגעפיט אין איינע פון די פולפארביגע קאלטורן.
(און זיך באקוועם געמאכט דארט...)
ג-ט האט באשאפן אלע דיפרענט קאלטורן נאר כדאי אז איין שעפטאל זאל איינזען וואס ער איז ״נישט״.
(מ׳קעניש עומד זיין און משיג זיין סיי וואס נאר מההפיכו - דבר והפיכו)
און ארויסקומען מההעדר אל הוי׳, א בריה חדשה מיט א פרישע אייגענארטיגע אור המאיר לרחוק ולקרוב...!!!
בריוועלע פון גאט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:57 pm
דורך שעפטאל
אדם נידון בכל שעה
שאלות ווערן נישט אויס
אבער
עקסעפטן'ס, ואנחנו מה
צער גייט ארויס
-
גאט הערט געוויינען
זיין בריוו איז געקומען
אבער
כ'קען עס נישט ליינען
זיכער נישט מסביר'ן
-
כ'ווייס טאקע גארנישט
ארום טוהט זיך אסאך
אבער
כ'ווער נישט צעמישט
זיין זיך איז מיין פאך
-
האפענונג בארואיגט די כוואליע
ער איז אין אלע ערטער
אבער
מליבא לפימא לא גליא
ס'איז א געפיהל אהן ווערטער
-
די דאגה איז זיין
ער איז מיין מוליך ומביא
אבער
מיין רצון איז זיין פלאן
ס'וועט ערפיהלט ווערן סייווי
-
השלך על ה' יהבך, והוא יכלכלך