בלאט 1 פון 2
הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 1:50 am
דורך שעפטאל
א אינטרעסאנטע תשובה פון הרב חיד"ו צו אסרן אייוואסקא.
אין א פריוואטע גרופ פארום האט אן אנאנימע שרייבער אהער געשטעלט א פאראדיע דערויף.
והאמת עד לעצמה
ומצוה לפרסם
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 3:41 am
דורך טאמבל סאס
מיך דוכט זיך אז דער רבינו בחיי האט גערעדט פון קעמיסטריע בכלל. גארנישט שייכות מיט דער נושא.
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 7:25 am
דורך יאסל ראקאווער
ווען א דיין שרייבט "ואין חולק בדבר" מיינט עס ער ווייסט ער איז wrong
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 7:45 am
דורך האי פרושא
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 10:56 am
דורך איינשטיינער
טאמבל סאס האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 3:41 am
מיך דוכט זיך אז דער רבינו בחיי האט גערעדט פון קעמיסטריע בכלל. גארנישט שייכות מיט דער נושא.
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 11:37 am
דורך צקון לחש
די מידיע זאל נאר נישט לייגן א האנט אויפ'ן אויספיר פון דיין שליט"א: "חייב מלקות"

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 12:01 pm
דורך מי אני
צווישן די שורות פון הרב חיד״ו שליט״א׳ס תשובה איז מיר פארגעקומען וואו ער איז מרמז צו עפעס. והיינו, ער איז בתו״ד מדמה אַן אַיאַהוּאַסקאַ טריפּ צו לשאול מן השד. ואולי איז דאס טאקע וויאזוי די אמונה במציאות השדים איז אפירגעקומען: מ׳האט זיי ״געזעהן״ בשעת א טריפּ וכדומה און זיי געגעבן א ממשיות׳דיגע קיום ומציאות דערנאך - א סארט
רעאיפיקעישאן פאָלאָסי.
איך פארשטיי אז מ׳קען זאגן אז אַן אַיאַהוּאַסקאַ/סייקעדעליק טריפּ איז א סארט שאילה מן השד, אבער נישט אז שאלה מן השד איז דייקא אַן אַיאַהוּאַסקאַ/סייקעדעליק טריפּ; אַן אַיאַהוּאַסקאַ/סייקעדעליק טריפּ איז א סאָפישענט קאנדישאן לשאילה מן השד, אבער ל״ד א נעסעסערי קאנדישאן דערצו. (ועיין כאן.)
עכ״פ דאס איז אַן אָפּדעיטעד ווערסיע פונעם (
שמות ל לז-לח) והקטרת אשר תעשה במתכנתה לא תעשו לכם. ועיין
כאן.
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 1:28 pm
דורך יין שרף
זיין מדמה זיין מילתא למילתא הערט זיך ווי אינמיטן א טריפ..
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 1:34 pm
דורך [NAMELESS]
לענ"ד איז הגרחי"ד ווייס שליט"א ראוי לאותה איצטלא צו קענען פסק'נען
און בפשטות זענען די סייקעדעליקס נישט געזונט פאר דעם גוף
וידעתי אף ידעתי אז מיינע ווערטער וועלען נישט זיין פאפולער און מ'וועט מיר באפאלען
ואעפ"כ שרייב איך דאס צו לאזען הערען א דעה פון איינער וואס איז נישט אדיקטעד צו די זאכען
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 1:38 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איך קען בכלל נישט רילעיטן צו סיי וועלכע סארט ׳קאמיוניקאציע מיט אנדערע דימענשאנעל ענטעטיס׳ כאטש איך האב שוין מער ווי איין מאל געטריפט מיטן טיי. פאר מיר און וויאזוי איך קוק עס אָן, איז די רפואה און בענעפיט פון אייוואסקע אבסעלוטלי און בלויז ׳סייקעלאדזשיקל׳.
כ׳קען הערן און גלייבן אז ס׳איז דעפענטלי דא א מציאות פון עס ניצן אויף עקסעס צו הייער ריעלמס, אבער דאס מוז לאו דוקא זיין די סיבה עס צו ניצן, און אפילו אויב א מלאך/שד/ספיריט באווייזט זיך יא צו איינעם במשך א טריפ, ביזטו נישט מחיוב צו אינטערעקטן אדער גלייבן וואס ס׳זאגט דיר.
דאכטסעך מיר אויב כ׳געדענק גוט ווערט ערגעץ אין חז״ל באהאנדלט דעם ענין פון וויאזוי צו ריעקטן אויב א בר מינן וכדו׳ באווייזט זיך אין חלום וכדו׳. ווער ס׳ווייסט זאל ביטע צו-ווייזן מקורות. א דאנק
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 1:43 pm
דורך אורות
לפי די גמ' אז די סנהדרין דארפן קענען כישוף וכו' צו קענען דן זיין דערויף
דארפן ער קודם טרינקען און דערנאך ארויסגעבן זיין פסק הלכה
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 1:45 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
@מנשסתר אפשר קומסטו פארברענגען מיט מיר איבער א גלעזל טיי און ״נאכדעם״ העמיר רעדן און דיסקאסירן די נושא??
זאגסט ״באפאלן״? ניין! ח״ו... איך באפאל דיר נישט. איך פארשטיי דיר זייער גוט ווייל איך בין געווען פינקט אין דיינע שיך און געהאלטן ממש וויאזוי דו שרייבסט דא פאר נישט לאנג צוריק... אבער עקטשועל ״עקספיריענס״ מיטן טיי האט מיר געגעבן צו פארשטיין במה דברים אמורים... וכו׳
יעצט בנוגע דו שרייבסט ׳עדיקשאן׳... כ׳האב שוין געשריבן אין די עקספיריענס אשכול אז ס׳איז ״נישט״ עדיקטיוו ווייל דאס איז דער פאקט. אז ס׳איז ״נישט״.
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 3:57 pm
דורך שמן למאור
קיינער גייט נישט רעדן וועגן די שואל?
דאס איז נאך די זיסטע פון אלעס.



Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 4:44 pm
דורך כרם זית
ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס, עס איז מיר נישט קיין חידוש אז ער איז דער שואל.
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm
דורך צועקים וזועקים
כרם זית האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 4:44 pm
ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס, עס איז מיר נישט קיין חידוש אז ער איז דער שואל.
קעגן דראגס (די צמחים הטמאים) נישט קעגן מעדעצין.
אגב איך האב שוין געטראכט פון פרובירן אייוואסקע, אבער יעצט מיט די תשובה און בעיקר די שואל, גיי איך זיך אפהאלטן.
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 5:19 pm
דורך שמן למאור
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑
קעגן דראגס (די צמחים הטמאים) נישט קעגן מעדעצין.
אי משום הא לא איריא, קענסט גיין נעמען שרומס, LSD, MDMA אדער אנדערע סארטן צמחים הכשרים.
די שאלה ותשובה איז אויסדריקליך נאר אויף אייוואסקא.
מסתמא וועגן נאר ביי דער סארט סייקאדעליק זענען מענטשן יצא מדעתם לשנה און הרג'ענען זייערע קינדער.
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 5:23 pm
דורך שעפטאל
@שמן למאור מיטן בלעכענעם פנים. ניטאמאל קיין דריי פינטל'עך געבסטו אונז!

Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 5:39 pm
דורך שמן למאור
שעפטאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 5:23 pm
@שמן למאור מיטן בלעכענעם פנים. ניטאמאל קיין דריי פינטל'עך געבסטו אונז!
שעפטאל, האסט זיי אלע אויסגע'הרג'עט אדער ס'דא איבערלעבער?
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 5:53 pm
דורך רוני
כרם זית האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 4:44 pm
ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס.
יא, א מחיה צו ליינען זיינע צעטלעך,
אין די רעכטע זייט שטייט וועגן עתיק שבאריך, און אין די לינקע זייט שטייט אזהרות חמורות קעגן די סמים הטמאים...
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 5:54 pm
דורך נחום הסופר
שמן למאור האט געשריבן: ↑
די שאלה ותשובה איז אויסדריקליך נאר אויף אייוואסקא.
מסתמא וועגן נאר ביי דער סארט סייקאדעליק זענען מענטשן יצא מדעתם לשנה און הרג'ענען זייערע קינדער.
די צא מדעתם ורצח מיינט ער מסתם די שוידערליכע מעשה אין קרית גת
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 5:59 pm
דורך צועקים וזועקים
יענער האט געטון אין די ענינים?
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 6:14 pm
דורך שעפטאל
כ'ווייס נישט די מעשה אבער הרב ששתיא בן איוואסקא שרייבט שוין.
"והיה אחד שרצח את בנו"... ברצינות? מתי? מבין כמה אנשים ששתו? איזה הפרעות נפשיות היו לו לפני?"
--
@משנסתר: הרב ששתיא ענטפערט דיך אפ. כ'שטעל זיך פאר אז דו האסט נאכנישט געליינט. (טרם יקראו ואני אענה תרתי משמע...)
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 6:57 pm
דורך עסקן בדברים
שעפטאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 1:50 am
אין א פריוואטע גרופ פארום האט אן אנאנימע שרייבער אהער געשטעלט א פאראדיע דערויף. סימן השותים וחוזרים לדעתם_copy.pdf
איך נעם נישט קיין שטעלע אין די עצם השאלה, אבער די פאראדיע תשובה איז מורא׳דיג!