בלאט 1 פון 1
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 5:36 am
דורך שמואל הלוי
א אידישע געשעפט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:16 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:א אידישע געשעפט?
ניין. פאקיסטאנער. מוסלמעינער. (זעה די נעקסטע הודעה.(.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:18 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:22 pm
דורך פארוואס?
אוי וויי, וואס זאגסטו נישט?
לאמיר עס שנעל גיין אויפפיקן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:37 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 5:02 pm
דורך שמעקעדיג
אן עלטערער מאן פון 87 יאר וועלכער האט געווינען א לאטערי פון 20 אלפים (קיינמאל נישט צו שפעט!), איז א חודש צוריק פארשוואונדן געווארן, און איז היינט געפינען געווארן דערשטאכן צום טויט רח"ל.
כ'וועל שוין טראכטן 2 מאל בעפאר איך קויף מיין נעקסטע טיקעט 3

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 5:16 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין זיך נוהג פארן טשעקען דעם לאטערי טיקעט קויף איך שוין פאר די נעקסטע אזוי בין איך אייביג א ספק געווינער ..
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:09 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ניין, איך קויף נישט קיין לאטערי. איך האב א מנהג אז איעדע וואך לייג איך אוועק וויפיהל די לאטערי קאסט. צוויי מאהל א וואך פאר די דריי גרויסע, לאטו, מעגא מיליון און פואור באל. און דאס טוה איך שוין יאהרען. איך האב שוין געסעווט א שיינע פאר דאלער.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
נאך צעהן יאר האלטסטו סך הכול ביי $1500.
אוועקלייגען $1500 פאר צעהן יאר קעגן די חשבון פון אפילו א ספק איין פראצענט פון א ביליון צו געוינען 600 מעלאנעס............ המממ ביזט א שוואכע ביזנעס מאן, איך וואלט נישט גענומען קיין עצות ביי דיר.
(נישט אז איך קויפ יא לאטעריס, איך טו עס אבער נישט מיטן חשבון צו שפארען, וואס אויב דאס איז די סיבה איז עס א שוואכע סיבה)
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:20 am
דורך שמעקעדיג
מיט רשות פון אונזער באלעגאלע העל איך נעמען דאס מיקראפאן, שא רבותי,
די וועלט פארציילט אזא מעשה,
ראובן טרעפט אן שמעון א רויך קנוילט ארויס פון זיין מויל, ער רויכערט ווי א קוימען.
ראובן פרעגט שמעון, אזוי? דו רייכערסט? וויפיל באקסעס א טאג?
זאגט שמעון, יא, כ'בלאז מיר אויס די נערוון, 2 שאכטלעך א טאג, האסט א פראבלעם דערמיט?
באמת נישט, זאגט ראובן, אבער כ'מוז דיר זאגן ביסט א גרויסער שוטה! און כ'וועל דיר מסביר זיין,
לאמיר מאכן א חשבון וויפיל דו ספענדסט א טאג פאר ציגארעטלעך, 10 דאלער א באקסל? רעכן אויס וויפיל דו צאלסט אוועק פער וואך, חודש, יאר, א.א.וו.
דו ווייסט וואס דו וואלסט געקענט טון מיט די אלע געלטער פון יארן?? זעהסט צב"ש דעם בנין דא רעכטס, עס וואלט געקענט זיין דיינס!!! הערסט? שוטה!!
שמעון באטראכט דעם בנין, און מורמלט זיך אונטער, אמת, האסט א שטיקל פוינט. און דאן דרייעט ער זיך אויס צו ראובן, און פרעגט:
זאג נאר, צולייגער! דו רייכערסט נישט?
'ניין'! ענטפערט ראובן שטאלץ. כ'בין נישט אזא בהמה!
אהא, און וואו געפינט זיך דיין בנין וואס דו האסט געקויפט מיט די אפגעשפארטע געלט?????.........
ופני ראובן חפו, ר'איז געבליבן מיט צונג אינדרויסן
ו'נמשל' כבהמות נדמו.
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 2:19 am
דורך ציבעלע-קיגל
עזריאל האט געשריבן:נאך צעהן יאר האלטסטו סך הכול ביי $1500.
אוועקלייגען $1500 פאר צעהן יאר קעגן די חשבון פון אפילו א ספק איין פראצענט פון א ביליון צו געוינען 600 מעלאנעס............ המממ ביזט א שוואכע ביזנעס מאן, איך וואלט נישט גענומען קיין עצות ביי דיר.
(נישט אז איך קויפ יא לאטעריס, איך טו עס אבער נישט מיטן חשבון צו שפארען, וואס אויב דאס איז די סיבה איז עס א שוואכע סיבה)
אויף א ספק ביזסטו גרייט צו צאלען?
לייג צו צו דעם די געלט וואס איך האב פון אויף הערן רייכערען
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:51 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:נאך צעהן יאר האלטסטו סך הכול ביי $1500.
אוועקלייגען $1500 פאר צעהן יאר קעגן די חשבון פון אפילו א ספק איין פראצענט פון א ביליון צו געוינען 600 מעלאנעס............ המממ ביזט א שוואכע ביזנעס מאן, איך וואלט נישט גענומען קיין עצות ביי דיר.
(נישט אז איך קויפ יא לאטעריס, איך טו עס אבער נישט מיטן חשבון צו שפארען, וואס אויב דאס איז די סיבה איז עס א שוואכע סיבה)
איך מיין אז די זאגסט 1500 $ ביסטו גאנץ א שוואכע ביזנעס מאן איך וואלט דיר נישט גענומען פאר אן אקאנטענט !!! אין מיין קאפ קומט עס אויס צי 3.120 $ !! , 6 מאל 52 איז 312 מאל 10 איז א טאטעל פון 3.120 $...
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:25 pm
דורך ישמעאל הכהן
דער טיימס מאכט דעם קעיס אויף פארוואס יא צו קויפן דעם לאטארי
http://mobile.nytimes.com/2015/02/12/up ... &referrer=
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:36 pm
דורך שמן זית
שמעקעדיג האט געשריבן:מיט רשות פון אונזער באלעגאלע העל איך נעמען דאס מיקראפאן, שא רבותי,
די וועלט פארציילט אזא מעשה,
ראובן טרעפט אן שמעון א רויך קנוילט ארויס פון זיין מויל, ער רויכערט ווי א קוימען.
ראובן פרעגט שמעון, אזוי? דו רייכערסט? וויפיל באקסעס א טאג?
זאגט שמעון, יא, כ'בלאז מיר אויס די נערוון, 2 שאכטלעך א טאג, האסט א פראבלעם דערמיט?
באמת נישט, זאגט ראובן, אבער כ'מוז דיר זאגן ביסט א גרויסער שוטה! און כ'וועל דיר מסביר זיין,
לאמיר מאכן א חשבון וויפיל דו ספענדסט א טאג פאר ציגארעטלעך, 10 דאלער א באקסל? רעכן אויס וויפיל דו צאלסט אוועק פער וואך, חודש, יאר, א.א.וו.
דו ווייסט וואס דו וואלסט געקענט טון מיט די אלע געלטער פון יארן?? זעהסט צב"ש דעם בנין דא רעכטס, עס וואלט געקענט זיין דיינס!!! הערסט? שוטה!!
שמעון באטראכט דעם בנין, און מורמלט זיך אונטער, אמת, האסט א שטיקל פוינט. און דאן דרייעט ער זיך אויס צו ראובן, און פרעגט:
זאג נאר, צולייגער! דו רייכערסט נישט?
'ניין'! ענטפערט ראובן שטאלץ. כ'בין נישט אזא בהמה!
אהא, און וואו געפינט זיך דיין בנין וואס דו האסט געקויפט מיט די אפגעשפארטע געלט?????.........
ופני ראובן חפו, ר'איז געבליבן מיט צונג אינדרויסן
ו'נמשל' כבהמות נדמו.
די אמת איז, אז בעצם האבן ביידע נישט די צען דאלער א טאג וויפיל ס'קאסט, און ווען איינער רייכערט נישט, אין הכי נמי ער וועט קיינמאל נישט האבן דאס געלט אוועקגעלייגט, ווייל דער וואס רייכערט יא האט דאס אויך נישט. נאר וואס דען, ווען איינער דארף עפעס זייער שטארק, וועט ער שוין טרעפן די וועג דערצו, והא ראי' אז דו וועסט קיינמאל נישט זעהן א מענטש וואס רייכערט העווי אז איין טאג זאל ער נישט האבן קיין ציגערעטלעך "ווייל ער האט נישט קיין געלט".
לפי"ז ווען איינער סטאפט רייכערן, און ער מאכט אפ מיט א פעסטקייט אז יעדן טאג לייגט ער אוועק דעם צענער וואס ער שפארט, (מ'דארף זיין זייער שטארק דערצו, ווייל ווי געזאגט, היות ער רייכערט שוין נישט, וועט ער שוין נישט טון אלעס אין זיינע מעגליכקייטן צו שאפן דאס געלט) וועט ער לימים יא האבן אוועקגעלייגט גאר אסאך געלט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:13 pm
דורך גאליציאנער
ווי זאגט מען, קויפען א לאטארי איז א חסרון און אמונה און בטחון. ווייל אויב ס'איז דיך באשערט צו פארלירען דער דאללער וועסטו עס ממילא פארלירען, דארפסט נישט קויפען א לאטארי דערמיט.