בלאט 1 פון 1

הגיגים: מיין חנוכה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:21 pm
דורך הציץ ונפגע
מיין חנוכה

מאי חנוכה,
פארוואס
צינדן מיר
ליכטעלעך
אכט טאג חנוכה?

מיר זענען אמאל געווען
א פאלק, געוועלטיגט
אין ארץ ישראל.
די גריכן האבן
געפרואווט אונז אונטערברענגן
נישט גופים, נשמות
קולטור
נשמה
כתבו לכם על קרן השור

מתתיהו רעוואלטירט
מי לה' אלי
רבים ביד מעטים
גבורים ביד חלשים
בית המקדש
איבערגעבויעט

א קריגל אויל
ברענט אכט טאג

* * *

לא ארכו ימים
תנאים טראגן נעמען
גריכישע
ספרי יוונים נושרים
קולטור
נשמה
עס איז אלס איינס
די מלחמה פארלוירן
אן זיין

* * *

אדורך יארן
ציונים קוקן צוריק
זעהן גאוה לאומית.
קנאים
א געווינס קעגן קולטור.
איך,
דער מענטשליכער אינסטינקט
פון פרייהייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:23 pm
דורך יידל
מזל טוב צו דיין הונדערסטע תגובה. אויב כ'מעג פרעגן, איז דאס פאעזיע?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:30 pm
דורך הציץ ונפגע
יישר כח.
איך ווייס נישט וויאזוי צו ענטפערן אייער פראגע. אפשר איז עס פראזע-פּאעזיע. איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגן א נקודה וואס איך האב נישט געקענט ארויסברענגן אין נארמאלע פראזע, האב איך עס געשריבן אין אזא פארעם.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 6:42 pm
דורך SHWONTS
לויט מיין קליינע היסטארישע וויסנשאפט, האבן אידן פאר דעם נס חנוכה נישט געוועלטיקט אין ארץ ישראל.
די גריכין האבען דא געוועלטיקט איבער 150 יאהר פאר דעם, פון די יאהרן פון אלכסנדר מוקדון.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:51 pm
דורך יאיר
איך האב געקוקט
געפראווט ליינען

פון רעכטס צו לינקס
פון לינקס צו רעכטס
פון אויבן אראפ
פון אונטן ארויף

נישט איך ווייס
נישט איך פארשטיי
וואס הציץ
וויל ארויסברענגען

הייב אן טראכטן
אפשר בין איך
גאר נפגע
פארלוירן דעם חוש
צו קונסט און פאעזיע

האב איך פרובירט
שרייבן אליין
ביטע זאגט
אייער מיינונג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 3:04 pm
דורך אוהב דעת
איך פארשטיי אז הציץ וויל זאגען, אז כאטש אויבען אויף האבען די חשמונאים מנצח געווען איבער די יונים ,אבער האבען זיי יא איינגעפלאנצט זייער קולטוור אין כלל ישראל אין סהאט עושה רושם געווען שפעטער אין די צייטען פון חז״ל
אין די קנאים היינטיגע צייטען טרייען זיך נאך אנצוכאפען אופן שטריק פון אמאל