בלאט 1 פון 2
בלק איז דעפרעסט, סטראשעט עסקנים מיט דאס ערגסטע
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 8:51 pm
דורך זר זהב
א' קרח איז געקומען און געגאנגען, קרח האט געהאט 2 אסיפות איין ריזיגע כינוס אויף יוניאן, און איינס אויף א אביסל א קלענערן פארנעם
אויף טעילאר. אלעס צוזאמען האט מען קרח'ן געגעבן זיין שעיר.
א' חקת איז געקומען און געגאנגען, געווען א ריזיגע פראטעסט אין מאנהעטטען, טויזענעטער פון אלע קרייזן האבן אפגעגעבן
זייערע רעספעקט פאר'ן פרה אדומה.
און יעצט ריקט זיך אונטער בלק, און ? גארנישט. ווי ס'זעהט אויס וועט מען בלק'ן גארנישט געבן.
היינט איז ארויס א מעסעדזש פון בלק'ס היים, אינעם בריוו סטראשעט ער מיט דאס ארגסטע באגלייט
מיט קללות אויב מ'וועט נישט זעהן עפעס מסדר צו זיין לכבודו.
וועלן זיך אויפ'ן רוף פון די רבנים מארגן צוזאמענקומען אין זאבליטוב ביהמ"ד מטכס צו זיין וואס מ'קען אהערשטעלן פאר בלק'ן. ווער
ס'האט איידיעס זאל דא שרייבן.
מיט רעספעקט כמובן, נישט צימעס'ן
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:00 pm
דורך מאראנצןזאפט
יואב פארשוואונדן, קופער ווי אין וואסער אריין, אבער ווען משיח וועט קומען וועלן מיר ווייזן מיט די פינגער אויף זר, זה יתנו, דאס האט אונז דערהאלטן דאס חיות אין גלות און ארויפגעברענגט אויף אונזער פארוועלקטע לעפצן א שמייכל.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 10:06 pm
דורך געפילטע פיש
א' קרח האט מען געהאט א מחלוקת קורח ועדתו, א' חקת איז געווען די מאסיווע הפגנה קעגן חוק גיוס בני ישיבה, א בלק המממ.... בילקעס? בלעקיס? אפשר א מאסן שלעטעריי בנוסח פוווייי בפקודת האדמו"ר מבלעם אליינס? למה נקרא שמו בלק - שבא ללוק את דמם של ישראל. בן צפור שעף עליהם כצפור לקללם. דארף מען סך הכל מאכן עפעס א צאמקום וואו מ'קען צאפן אידיש בלוט, און מ'קען שעלטן אידן. ניין, אינטערנעט האט מען שוין געמאכט, טראכט עפעס אנדערש.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 10:13 pm
דורך ל.רוזן
עפעס אז זר ברוגז אויפ'ן זאבלטויב'ער איינער ווייסט פארוואס?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 10:14 pm
דורך זר זהב
פארגעס נישט, בלק איז ר"ת ואהבת לריעך כמוך!
איז אפשר אין פלאן צומאכן א ליבע-פאראדע
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:48 pm
דורך הדד בן בדד
איך מיין מ'זאל אים לערנען בלק
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:12 am
דורך אביגדור
כזה ראה.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:34 am
דורך פרישער
איך בין בכלל נישט באזארגט פאר בלק מיט זיין געמיינדע
סיז דא גרויסע שאנסען אז בלק וועט נאך זיגען איבער קרח ועדתו, אין חקת מיט זיין חברייה
האטעץ געוויסט אז די סאטמערע קעמפס האבען נאך נישט קיין פערמיטן
דאכצעך מיר אז קרח אין חקת פלאנען מסדר צי זיין בלק
ווער עס האט אנייצה זאל זיך ווענדען צי זייערע סקאנעם
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 1:15 am
דורך יאיר
בלק איז דאך דער צייט וואס אפילו דער גרויסער פראפעסיאנעלער מקלל האט געמוזט בענטשן זיינע גרעסטע שונאים. איך ערווארט א גרויסארטיגע מסיבה צו ערקלערן די מעלות פון די אינטערנעט מיט וואס דער היינטיגע שוואכער דור איז געבענטשט געווארן, אז יעדער קען אוועקגיין פון די גרויסע פרעשור וואס הערשט איבעראל און זיך אביסל אויסטשוכען און לאזן די געדאנקען לויפן פריי. ווי אויך זאל מען מסביר זיין באריכות ווי די אידישע מדינה איז אונז געשטאנען צו די האנט אלע יארן און געשטיצט די מוסדות התורה מיט ריזיגע געלטער אן דעם וואס מען זאל אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער. אפילו די וואס האבן נישט גענומען געלט קענען אויך רעדן איבער די שאסייען וואס זיי האבן אויסגעפלאסטערט און איבער די געלטער און פראגראמען פון וואס יעדער פריוואטער מענטש אין ישראל איז נהנה ביז'ן היינטיגן טאג.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 1:37 am
דורך יין שרף
זר זהב האט געשריבן:היינט איז ארויס א מעסעדזש פון בלק'ס היים, אינעם בריוו סטראשעט ער מיט דאס ארגסטע באגלייט
מיט קללות אויב מ'וועט נישט זעהן עפעס מסדר צו זיין לכבודו.
נו בלית ברירה האבן מיר זיך גוט דערשראקן פון בלק סטראשערייען, האט מען מסדר געווען וואס צו טוהן פ'
בא LUCK
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 2:53 am
דורך ימי קדם
זר זהב האט געשריבן:פארגעס נישט, בלק איז ר"ת ואהבת לריעך כמוך!
איז אפשר אין פלאן צומאכן א ליבע-פאראדע
ליבע פראדע????
עס איז געווען איינס דעם פארגאנגענעם שבת אין ברוקלין....
והמבין יבין, איך קען נישט שרייבן מער, ווייל מען וועט עס פארשיקן קיין מאחורי...
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:49 am
דורך פרישער
נאך א קלער פארוואס די רבנים שאקלען זיך אפ פין בלק
זיי האבען ציגעזעין ווי בלק ריפט בלעם פין די אנדערע זייט וועלט ניצט עים די שעלטן אין האט עים נישט באצאלט
אזא חיצפה קענען זיי נישט דילדן
מיילע האט מען זיך צאמגענימען אין נקמה גענימען אינעם
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:57 am
דורך שרייבער
געפילטע פיש האט געשריבן:א' קרח האט מען געהאט א מחלוקת קורח ועדתו, א' חקת איז געווען די מאסיווע הפגנה קעגן חוק גיוס בני ישיבה, א בלק המממ.... בילקעס? בלעקיס? אפשר א מאסן שלעטעריי בנוסח פוווייי בפקודת האדמו"ר מבלעם אליינס? למה נקרא שמו בלק - שבא ללוק את דמם של ישראל. בן צפור שעף עליהם כצפור לקללם. דארף מען סך הכל מאכן עפעס א צאמקום וואו מ'קען צאפן אידיש בלוט, און מ'קען שעלטן אידן. ניין, אינטערנעט האט מען שוין געמאכט, טראכט עפעס אנדערש.
נו פרעס טראק
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:59 am
דורך שרייבער
יאיר האט געשריבן:בלק איז דאך דער צייט וואס אפילו דער גרויסער פראפעסיאנעלער מקלל האט געמוזט בענטשן זיינע גרעסטע שונאים.
לפי זה קלער איך אז בלק וועט דורכגיין דער דיעל אין סאטמארע, און איינמאל פאר אלעמאל וועט זיך אפקילן אביסל די קריג
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:50 am
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:פארגעס נישט, בלק איז ר"ת ואהבת לריעך כמוך!
איז אפשר אין פלאן צומאכן א ליבע-פאראדע
איך וויל מאכן א ליבע פאראדע מיט 3 געשמאקע ניקס דא
ב' - בענזשאמין
ל' - לעיקוואד
ק' - קופערניקוס
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:15 pm
דורך טעפל
שמועות קארסירען יעצט אין וויליאמסבורג אז בלק האט זיך געטראפען מיט בלעמ'ן, יודעי דבר טענען אז אין גריל אן ליע, מאנכע טענען אז ס'איז שוין פארברענט, אפשר אין זאבליטאב???
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:19 pm
דורך outspoken
ער גייט אנטלויפען פון שטאט דאנערשטאג ב-ל-ק אויף דאטשע, צוויי וואכען פריער ווי יעדעס יאר...
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:32 pm
דורך נארמאלער
מאסן דעמאנסטראציע א' בּלק קעגן רוכבי אופנים בני הקלים
Citi bike sharing system
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:48 pm
דורך מאטי
תמוז: ר״ת זמני תשובה ממ.....
בלק: ר״ת בין קסא לעשור, דארף מען זיך שוין גרייטן צו די הייליגע טעג, פראטעסט סיזן איז אווער.
נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 6:20 pm
דורך זר זהב
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 10:35 am
דורך מאראנצןזאפט
זר, וואו נעמט מען אזויפיל צייט?
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 12:09 am
דורך אבגד
ל.רוזן האט געשריבן:עפעס אז זר ברוגז אויפ'ן זאבלטויב'ער איינער ווייסט פארוואס?
עס איז גארנישט די זאבלעטובער איז מסכים ער זאגט:
Just spell my name right!!!!!
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:50 pm
דורך פרישער
די לעולם יקדים קול קורה איז געפעלטשט