בלאט 1 פון 7

אידישע וועלט טרויערט: בד"ה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 6:56 am
דורך מיין מיינונג
אין די מינוטן קומט אן די ביטערע בשורה פון ירושלים עיה"ק איבער די פטירה פון דעם לעגענדארן מנהיג רבבות אלפי ישראל, און מעמיד עדת הספרדים על תילה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל אין עלטער פון 94 יאר.

די היסטאריע פון הגר"ע יוסף איז גאר א רייכער, און איז אוממעגליך ארויסצוגעברענגט ווערן אין די ראמען פון בלויז איין תגובה. גאנצע ביכער זענען שוין אפגעשריבן געווארן און וועלן נאך ערשיינען איבער זיין לעבן און שאפן.

הגר"ע איז געווען א מנהיג וואס מ'דענקט זעלטן אין די גאנצע אידישע היסטאריע, א פוסק הדור אין אלע הינזיכטן, א מחבר פון צענדליגער ספרים, דער מציל ומושיע פונעם ספרדישן אידנטום, דער גרינדער פון די מוסדות "אל המעין" וואו הונדערטער טויזענטער קינדער ווערן נתחנך על דרכי התורה. און צוגאב איז ער געווען א געשולטער פאליטיקאנט וואס האט געשטורעמט די חרדישע און פריי וועלט צוגלייך, געמאכט העדליינס הונדערטער מאל דורך זיינע פאליטישע מאנווערעס, און געהאלטן די מדינה געשפאנט אויף די פינגער.

זיין פטירה איז א אויסטערלישער צער פאר הונדערטער טויזענטער אחב"י הספרדים וואס האבן זיך מתחמם געווען לאורו, און פאר די גאנצע אידישע וועלט וואס האט אזויפיל גענאסן פון דעם גאון וצדיק.


די לוי' פארשפרעכט צו זיין א היסטארישער פון אלע אספעקטן, מיט די באטייליגונגס פון שווערע הונדערטער טויזענטער מענטשן, חרדים ווי חילונים צוגלייך, אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות ולהבדיל ראשי המדינה.

מער פרטים איבער די היסטארישע לוי' וועלן נאכפאלגן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:02 am
דורך מיין מיינונג
לויט א יעצטיגע מעלדונג וועט די לוי' ארויסגיין אום 6 נאכמיטאג פון ישיבת פורת יוסף.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:27 am
דורך קאווע טרינקער
וויקיפעדיע זאגט, נפטר בן 93.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:51 am
דורך על המחיה
ממחרת יום הכיפורים ש.ז. איז ער געווארען 93
יהא זכרו חזק וברוך

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:53 am
דורך על המחיה
די לוויה גייט ארויס גיין פון ישיבת פורת יוסף אין גאולה בשעה 18.00
עס וועט אדורך גיין די גאסען מלכי ישראל, שמגר, ירמיהו, בר אילן ביז דער בית עולם אין סנהדריה ווי דארט וועט ער ווערען געברענגט צי זיין אייביגע רוה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:12 am
דורך outspoken
ישראליש'ע צייטונגען לייגט אים אראפ ווי די 'ראדני קינג'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:37 am
דורך ימי קדם
outspoken האט געשריבן:ישראליש'ע צייטונגען לייגט אים אראפ ווי די 'ראדני קינג'

פארשעם אים נישט....
ער איז נאך אלעם געווען די גרעסטע מנהיג ישראל און הונדערט יאר.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:42 am
דורך שאולדיספריםפאקער
המספידים :
בפורת יוסף
הרב שלום כהן
הרב בקשי דורון
האדמו״ר מבעלז
הרב יצחק יוסף
הרב לאו
הרב בעדני
הרב דוד יוסף
הרב עמאר
המספידים:
בסנהדריה
הרב אברהם יוסף

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:44 am
דורך על המחיה
ווי איך פארשטיי גייט אין שמגר אויך זיין א קליינע לוויה בהשתתפות דער ראה"מ ביבי און שמעון פרס וואס גייט דארט זאגען דברי הספד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:54 am
דורך טעפל
על המחיה האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גייט אין שמגר אויך זיין א קליינע לוויה בהשתתפות דער ראה"מ ביבי און שמעון פרס וואס גייט דארט זאגען דברי הספד

זיי זענען שוין דארט..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:01 am
דורך טעפל
ביבי רעדט יעצט פאר די תקשורת..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:03 am
דורך טעפל
הספד..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:16 am
דורך על המחיה
דער מיטה קומט אן צי ישיבת פורת יוסף

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:29 am
דורך שמעקעדיג
גם אני מצטרף. ברוך דיין האמת.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:33 am
דורך טעפל
פאריתומט..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:30 am
דורך [NAMELESS]
ברוך דיין האמת. א נייע וועלט. א וועלט אן די גרעסטע גדול הדור אין די לעצטע הונדרעטער יאהרן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:32 am
דורך רויטע וואנצעס
הספד רבים ולויה של מרן עובדיה יוסף זצ"ל
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4437731,00.html
http://www.mako.co.il/news

שס ראדיו לאקאל נאמבער: 712-432-4200

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:39 am
דורך [NAMELESS]
בכיות אין די גאסן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:48 am
דורך שמעקעדיג
WOW
(ששש... אסאך מאל האב איך א ווערימל פון קנאה פאר די מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם זיך אויסצוגעבן זייער ווייטאג אזוי בפומבי אן קיין פראבלעם....)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:51 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW
(ששש... אסאך מאל האב איך א ווערימל פון קנאה פאר די מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם זיך אויסצוגעבן זייער ווייטאג אזוי בפומבי אן קיין פראבלעם....)


די מיני מענטשען האבן א נאמען...ספרדים.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:54 am
דורך שמעקעדיג
זאג נאר, דו ביסט קיינמאל נישט מקנא די רייכע ספרדים?..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:00 am
דורך רויטע וואנצעס
בשנות צעירו

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:01 am
דורך קאווע טרינקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW
(ששש... אסאך מאל האב איך א ווערימל פון קנאה פאר די מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם זיך אויסצוגעבן זייער ווייטאג אזוי בפומבי אן קיין פראבלעם....)


די מיני מענטשען האבן א נאמען...ספרדים.

האסט פארגעסן צוצולייגען דעם טיטול "אחינו בני ישראל" (א רמז אז עכט זענען זיי נאר א האלבע ברודער)