בלאט 1 פון 3

בד"ה: איד אומגעקומען ביי די ארז גרעניץ אין עזה

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:00 pm
דורך קושקע
נעבעך א 30 יעריגער פרומער אידיש קינד האט פריער אויסגעהויכט זיין נשמה עק"ה פון א כאמאס ראקעט,
ער האט זיך געדרייט ביים צפון גרעניץ פון עזה, צו טיילן עסן פאר די סאלדאטן און זיי מקרב זיי לתורה ומצות,

ארץ ארץ אל תכסי דמו

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:02 pm
דורך דולה ומשקה
הייסע עס אז ער איז דער ערשטע אומגעקומענע פון א ראקערט?
א געווינס פאר די חאמאס ימ"ש אז די ערשטע טאג נאכען אוועק ווארפן די סעיס פייער אפמאך, איז זיי ענדליך געלאגען ר"ל היל"ת.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:07 pm
דורך קושקע
יא יא דאס איז טאקע געווען די מיינונג פון רוב עולם ביי אונז אין מקוה אז אזוי לאנג די רוצחים וועלן נישט געלונגען צו דערמארדן כאטש איין קרבן וועט זיי קיינמאל פאסן צו איינגיין פאר א פייעראפשטעל, מ'קען דאך נישט שליסן א שלאכט, ווען סאיז 210-0 פאלעסטינער קעגן אידן, וואסערע פנים וועלן זיי האבן?

ימח שמם,

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:16 pm
דורך יין שרף
א חב"ד חסיד? ער לעבט נאך לכאורה...
#עםישראלחי

א געלעכטער אין א זייט, אבינו מלכנו, נקום נקמת דם עבדיך השפוך, כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו. הי"ד!

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:15 pm
דורך נושא ונותן
שליחי מצווה אינו ניזוקין אבל במקום ששכיח היזקא שאני.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:59 pm
דורך קושקע
פרישע קלאנגען.
דער הרוג איז מעגליך נישט קיין חב"ד אנהענגער, ער הייסט דור חנין, 37 יאר אלט, קומט פון בית ארי', א סעטלמענט אין די מערב ברעג, שוין נישט אזוי זיכער וואס ער האט זיך דארט ארומגעדרייט און אזא סכנה'דיגע פלאץ ממש ביים גרעניץ, מ'וועט נישט וויסן צו די עלטערן דארפן זאגן אשמנו, ביז מער דעטאלן קומען אריין.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:21 pm
דורך סמבטיון
נו ר' אהרן, מיר ווארטן איהר זאלט אינז געבן יעצט קילורין לעיניהם, ווער איז יעצט שילדיג? ער אליין ווייל ער איז שוין א גדול, אדער זיינע עלטערען פאר איהם לאזן גיין לייגן תפילין פאר די סאלדאטן. אוי רבנו של עולם דאס הארץ רייסט אין די טרערן פליסען אן אויפהער.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:34 pm
דורך גאנצל
צו מ'דארף זאגן אשמנו צו נישט ווייס איך נישט אבער קיין חב"ד איד וועט מער נישט אהין גיין לייגן תפילין

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:36 pm
דורך יין שרף
קענסט נישט חב"ד!

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:49 pm
דורך שמעקעדיג
יין שרף האט געשריבן:קענסט נישט חב"ד!

ומומביי יוכיח!

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:52 pm
דורך סמבטיון
ערשט יעצט וועלן זיי קומען אין די מאסן. די קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיהל בעלי תשובה זיי מאכן דארטן אין אזעכע זמנים, אין די צייט וואס ענק (סאטמער נט"ק וכוי, ) זענען ביזי מיט האקן פעך אין שוועבל אויף די כופרים, גייען די חב"ד שלוחים מיט מסירות נפש, אין זענען מזכה נאך א יודיש קינד מיט מצוות תפילין.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:58 pm
דורך קושקע
איז דאך פונקט גוט, אויב חב"ד איז ביזי לייגן תפילין, ווער וועט האקן פעך אין שוועבל אויף די כופרים? איינער מוז דאך דאס אויך טון.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 4:00 pm
דורך [NAMELESS]
/

חשבון הנפש

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 4:38 pm
דורך היימישער ליטוואק
איז דאס א רמז פון הימל אז פונקט מיר חרדישע יידן ווערן גשטראפט פון די ראקעטס?
א פרומי פרוי איז אומגקומען פון א הארט-אטאק אויף די וועג צום שעלטיר, און יעצט א חרדישער ייד.
דארף מיר אונז מאכן א חשבון הנפש!

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 4:50 pm
דורך נושא ונותן
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איז דאס א רמז פון הימל אז פונקט מיר חרדישע יידן ווערן גשטראפט פון די ראקעטס?
א פרומי פרוי איז אומגקומען פון א הארט-אטאק אויף די וועג צום שעלטיר, און יעצט א חרדישער ייד.
דארף מיר אונז מאכן א חשבון הנפש!

פין אונז זענען דאך ארויס געקומען די רוצחים וואס האבן ברוטאל דערמארדעט דעם אראבעשער יונגעל

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:17 pm
דורך [NAMELESS]
עס פארט יעצט ארום א פרישע קליפ פון דעם יונגערמאן וואס איך האב פריער געברענגט זיין פיקטשער , און מ'זעהט אז ער לעבט און לאכט

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:22 pm
דורך קושקע
i saw earlier a picture of the supposed victim looked modern

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:37 pm
דורך סמבטיון
אין איך האב יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט איהם, אין פאר ווער סעוויל וויסן, דער יונגערמאן הייסט ישראל ברייש, א זוהן פינעם באקאנטן פילאנטראפ ראובן ברייש , א שוויצער פאר עזרה ומרפא.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 7:21 pm
דורך יין שרף
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איז דאס א רמז פון הימל אז פונקט מיר חרדישע יידן ווערן גשטראפט פון די ראקעטס?
א פרומי פרוי איז אומגקומען פון א הארט-אטאק אויף די וועג צום שעלטיר, און יעצט א חרדישער ייד.
דארף מיר אונז מאכן א חשבון הנפש!


אוודאי! יענער טשאלמער זאגט מיר אז "נאך יעדעס מאל די ממשלה לייגט גזירות אויף אונז קומט צו פליען ראקעטן", פרעג איך אים למשל וואס? זאגט ער מיר יעדעס מאל נאך א שלב פון גיוס בני ישיבה גייט אריבער געשעהט דאס...
ענטפער איך "און אפשר איז עס א רמז אז איר באלאנגט אויך אין מיליטער....?
נישט נאר שיקן יענעם צום פראנט צו פארטיידיגן אונזער לאנד וואס איז געגעבן געווארן צו אונזער אור-עלטערן, וואס איז א חיוב מדינא דשו"ע צו פארטיידיגן אפילו שבת מיט געווער???
אפשר וועגן דעם זענען אלע נפגעים דערווייל פרומע???

#חומרלמחשבה

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 7:34 pm
דורך היימישער ליטוואק
אפשר??

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:01 pm
דורך קושקע
דער נהרג עק"ה, דרור חנין פון בית ארי'
א טאטע פון 3 קינדער, השם ירחם

בילד

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:12 pm
דורך גאנצל
נהרג על מזבח הציונים הרשעים הכופרים ימח שמם וזכרם הי"ד

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:33 pm
דורך איך אויך
און די אראבערס זאלן לאנג לעבן הא? אנטיסעמיט דו.

מיט אזעלכע תגובות הייב איך שוין אן צו גלייבן אז דאס איז גאר אמת.