בלאט 1 פון 2

איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:25 pm
דורך הרב_שלום
איך זיך צו קויפן א פרינטער קאפי מעשין פעקס סקעננער (All in One) וואס איז די בעסטע און ביליג

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:25 pm
דורך שמעקעדיג
זוכסט א לעיזער אדער אינקדזשעט?

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:29 pm
דורך הרב_שלום
וואס איז די חילוק צווישען לעזער און אינקדזעט

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:55 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:01 pm
דורך [NAMELESS]
איך זיך א פרינטער, איך האב נישט קיין נערווען דורכצוזיכען די מארקעט און צי פארשטיין א חילוק צווישן אינדזעקט און לעזער, איך דארף עס נישט פאר העווי ארבעט נאר פאר אינדערהיים לעת הצורך, איך דארף בעיקר פיר זאכן,
1)עס זאל פרינטן,
2) זיין ביליג,
3) מען זאל קענען פרינטן פונעם פאון,
4) זאל זיין קליין אין סייז,
איינער ווייסט פון עפעס? ישר כח,

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:08 pm
דורך נופת צופים
איך קען דיר שוין שניידן דיין ליסט אין האלב. קויף נישט קיין אינקדשעט נאו וועי ווייל דו וועסט בלייבן מיט אינק אן פעיפער. ס'פאר'חזר'ט, שטייט און ס'ליקט. איין זאך יא, ס'איז ביליג.( סיי די פרינטער און סיי די אינק)

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:09 pm
דורך [NAMELESS]
איין זאך קען איך דיר זאגן אויב ווילסטו נישט זיין ביזי קויפן אינק יעדע שני וחמישי דעמאלטס גיי מיט לעזער

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:12 pm
דורך [NAMELESS]
סאו וואס איז א גוטע איידיע?

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:16 pm
דורך נופת צופים
לעיזער אדער על אי די. דאס רעשט ווענדט זיך שוין וואסערע פיטשערס דו ווילסט, און וויפוהל דו ווילסט צאלן

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:19 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז לעזער? אדער אינקדזעט?

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 8:02 pm
דורך ונבנתה העיר
לעיזער.

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 8:27 pm
דורך [NAMELESS]
זיי שרייבן אז די טאנער איז גוט פאר 1000 פעדזעס, איז דאס מער ווי א אינקדזעט?
נאכדעם דארף מען קויפן נאכאיינס פאר 48$,

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 8:31 pm
דורך נופת צופים
פון אן אינקדשעט באקומסטו נישט קיין פעידשעס. באקומסט צורינענע אינק.

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 8:33 pm
דורך ונבנתה העיר
פארגעס פון אינקדזשעט, עס איז נישט קיין אפציע אין קיין שום מצב.

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 8:43 pm
דורך [NAMELESS]
איך הער, ישר כח חברים פארן העלפן,

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 12:06 pm
דורך אליצפן
כ'האב לעצטנס געקויפט דעם פרינטער פאר מיין אפיס, עס איז היבש ביליג און גאר א גוטע כלי. פרינט זייער שנעל און קלאר.

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:31 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אליצפן האט געשריבן:כ'האב לעצטנס געקויפט דעם פרינטער פאר מיין אפיס, עס איז היבש ביליג און גאר א גוטע כלי. פרינט זייער שנעל און קלאר.

גם אני מצטרף

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:52 pm
דורך שמעקעדיג
אליצפן, דיינס האט אויכעט קאפיע/סקען פונקציעס, וואס כ'בין נישט זיכער אז מעכעלע ברויך דאס.

אז דו זוכסט נאך ביליגער, און קלענער, גיי מיט דעם, כ'האב עס לעצטנס אויך געקויפט פאר מיר
http://www.amazon.com/Brother-HL-L2340D ... B00LZS5EEI

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
אליצפן האט געשריבן:כ'האב לעצטנס געקויפט דעם פרינטער פאר מיין אפיס, עס איז היבש ביליג און גאר א גוטע כלי. פרינט זייער שנעל און קלאר.


[tag]אליצפן[/tag] ווי גוט ארבעט עס? ווי שנעל פרינט עס? ווערט עס סטאק אסאך?

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 2:35 pm
דורך [NAMELESS]
איך מוז קויפן א נייע פרינטער, יעצט צובראכן איך האב נאך איין אהאלב שעה עס צו קויפן אויף עמעזאן און עס האבן אויף מארגן נאכט, איך זוך שנעלע הילף.

איך זיך א פרינטער סקענער קאפי, סזאל ארבעטען סופער שנעל, נישט סטאק ווערן, פאר א נארמאלע פרייז

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 5:03 pm
דורך אליצפן
שמעקעדיג האט געשריבן:אליצפן, דיינס האט אויכעט קאפיע/סקען פונקציעס, וואס כ'בין נישט זיכער אז מעכעלע ברויך דאס.

אז דו זוכסט נאך ביליגער, און קלענער, גיי מיט דעם, כ'האב עס לעצטנס אויך געקויפט פאר מיר
http://www.amazon.com/Brother-HL-L2340D ... B00LZS5EEI

גערעכט, איך האב זיך באצויגן צום פותח האשכול וואס זוכט יא אלעס אין איינס, נישט באמערקט גראדע'ס תגובה.
[tag]עזריאל[/tag], אפיציעל פרינט עס 25 ppm, כ'האב קיינמאל נישט געציילט. כ'האב עס שוין צוויי חדשים קיינמאל נישט געהאט די מינדסטע פראבלעם.
אגב האב איך לעצטנס ערגעץ געליינט, אז די סיבה פארוואס פרינטערס זענען אזוי שפאט ביליג, טיילמאל 50-60 דאללאר פאר א גוטן לעיזער פרינטער, כאטש עס איז היבש א סאפיסטיקירטע מאשין, איז וויבאלד די עיקר געלט מאכן די קאמפאניס פון די טאנערס וואס איז כמעט כולו ריווח פאר זיי, מילא קענען זיי באשטיין אוועקצוגעבן טייערע פרינטערס פאר ממש חצי חינם און אפילו פארלירן געלט דעראויף, וויבאלד איינמאל דו האסט זייערס א פרינטער ביסטו געצווינגען צו צאלן גרויס געלט פאר טאנערס יארן לאנג.

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
שכוח שוין געקויפט

אגב אינק דארף מען נישט קויפן די ארגינעלע

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
ליידענדיג אויף אומגעגולדיגקייט האב איך נישט אויסגעווארט ביז שמעקעדיג וועט קומען און איך האב געקויפט די פרינטער, און כ'האב מיר געגעסן אז די טאנער קאסט כמעט 50$ , אבער למעשה האב איך געטראפן אז מען קען ניצן די טאנער ונחה דעתי קצת,